בלאט 6 פון 12

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
דער קעניג פין ירדן האט געמאלדן אז זיי גייען אפ ענטפערן מנה אחת אפים אנטקעגן אייסיס , די שאלה איז נאר ווי שטארק עס גייט טאקע זיין . ווייל די פאלק דארט באשטייט פין די סוני פראקציע אין ווי נישט ווי זענען זיי פין איין גזע לבית אלי זכותו יגן עליהם ,אין עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן מורא פין נקמה אקציעס ,צום האפן אז זיי זאלן אנגרייפן אזעלכע לענדער ווי רוסלאנד טשיינע א דוגמא אין ערנסט אריין מישן דעם רוסישע בער וואס דעמאלדס האבן זיי די פולע רעכטן אויס צי פירען זייער אגענדע פין בעקן אסאד אין פירען פולשטענדיגע באמבארדירנגען אין שלאכטן אנטקעגן די שוחטים ובודקים,

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:41 pm
דורך יואב
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער קעניג פין ירדן האט געמאלדן אז זיי גייען אפ ענטפערן מנה אחת אפים אנטקעגן אייסיס , די שאלה איז נאר ווי שטארק עס גייט טאקע זיין . ווייל די פאלק דארט באשטייט פין די סוני פראקציע אין ווי נישט ווי זענען זיי פין איין גזע לבית אלי זכותו יגן עליהם ,אין עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן מורא פין נקמה אקציעס ,צום האפן אז זיי זאלן אנגרייפן אזעלכע לענדער ווי רוסלאנד טשיינע א דוגמא אין ערנסט אריין מישן דעם רוסישע בער וואס דעמאלדס האבן זיי די פולע רעכטן אויס צי פירען זייער אגענדע פין בעקן אסאד אין פירען פולשטענדיגע באמבארדירנגען אין שלאכטן אנטקעגן די שוחטים ובודקים,

דיין תגובה בכלליות איז אביסל אומקלאר. ביטע עלאבארירט.

אויב מיינסטו צו זאגן אז וויבאלד אייסיס זענען סוני ראדיקאלן און איבער ניינציג פראצענט ירדנער זענען אויך סוני-מוסלומענער, דאן זע איך בכלל נישט דיין פראבלעם. דאס גרויסע רוב פון היינטיגע מוסלומענער זענען סוניס, און דאס ברויך זיי נישט מאכן שטיצן בלוט-דורשטיגע טעראריסטן.


און אגב, די שיאיטן זענען די נאכפאלגער פון אלי, נישט די סוניס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:54 pm
דורך בעל מדות
די ירדן'ער מיליטער האט אין א ברעיקינג נייעס באריכט געמאלדן אז זיי האבן אראפגעשאסן מיט זייערע מיליטערישע פליגער'ס 65 אייסיס קעמפפער אריינגערעכנט עטליכע הויעכע אין פאזיציע (לכאורה פון די וואס זיצן רוהיג און זאגן צו גן עדן..)

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:24 pm
דורך יואב
Kool man האט געשריבן:חסיד און יואב, ניין, די תורה האט קיינמאל נישט געהייסען פארברענען א מענטש! די שריפה פון די תורה איז דורך אריינגיסען אין די האלדז צעלאזטע בליי, און ווי חברינו [tag]שמעקעדיג[/tag] האט געשריבן, איז געוועזן ספעציעלע פראצעדורן ביי דן זיין למיתה, נאר בי"ד הגדול האט געקענט דן זיין נפשות, ס'האט געמוזט זיין מיט צוויי עדים און התראה, [וויפיל מאהל איז א בת כהן מזנה פאר צוויי עדים כשרים??] מ'האט אזוי געפארשט די עדים מיט חקירות ודרישות צו קענען טרעפען לעכער, און געארבעט צו מהפך זיין בזכותו/בזכותה, און אויב איז שוין אמאהל געקומען אז מ'האט פאקטיש געדארפט אויספירען די אורטייל, איז עס געוועזען מיט רחמים, און מ'האט פארטייבט דעם נידון מיט וויין, אא"וו
און מיט דעם אלעם זאגט די גמרא אז אויב האט א בי"ד געהרגעט מער ווי איינמאהל אין 70 יאהר! ווערט עס אהנגערופען א בי"ד קטלנית

און בכלל צו פארגלייכען סתם בלוט דורשטיגע רוצחים מיט זייערע פעולות אדער ציהלען צו עניטינג פון די הייליגע תורה איז נאריש פארפירעריש און אפיקורסות

קודם כל, אויף דיין טענה "וויפיל מאל איז א בת כהן מזנה בעפאר צוויי עדים מיט התראות", וואס איז מיט דעם “מנאפים משיראו כמנאפים"?

צווייטנס, בארואיגט אייך. ס'האט קיינער דא  נישט געצויגן א פאראלאל פון די קאלטבלוטיגע רציחות דורך אייסיס צו די געטייט-זאל-ער געטייטענט-ווערן חוקים פון דער הייליגער תורה.

חסיד האט ערווענט ערווענט אז אויך אין אונזער תורה עקזיסטירט אזא באגריף פון שריפה – עפעס וואס די גמרא זאגט אגב אז כהיום אויב עמיצער איז עובר אויף אן עבירה אויף וואס מ'איז חייב מיתה דורך שריפה, איז או נופל בדליקה או נחש מכישו.

יא, פון צווישן ארבע מיתות בית דין ובתוכם "ביהעדינגס", איז אויך געווען שריפה. ס'געפעלט דיך נישט? ביזט נישט דער איינציגסטער. אזאנע הייליגע תנאים ווי ר' טרפון און ר' עקיבא האבן געזאגט אז זיי וואלטן קיינמאל נישט הינריכטעט א מענטש.

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער קעניג פין ירדן האט געמאלדן אז זיי גייען אפ ענטפערן מנה אחת אפים אנטקעגן אייסיס , די שאלה איז נאר ווי שטארק עס גייט טאקע זיין . ווייל די פאלק דארט באשטייט פין די סוני פראקציע אין ווי נישט ווי זענען זיי פין איין גזע לבית אלי זכותו יגן עליהם ,אין עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן מורא פין נקמה אקציעס ,צום האפן אז זיי זאלן אנגרייפן אזעלכע לענדער ווי רוסלאנד טשיינע א דוגמא אין ערנסט אריין מישן דעם רוסישע בער וואס דעמאלדס האבן זיי די פולע רעכטן אויס צי פירען זייער אגענדע פין בעקן אסאד אין פירען פולשטענדיגע באמבארדירנגען אין שלאכטן אנטקעגן די שוחטים ובודקים,

דיין תגובה בכלליות איז אביסל אומקלאר. ביטע עלאבארירט.

אויב מיינסטו צו זאגן אז וויבאלד אייסיס זענען סוני ראדיקאלן און איבער ניינציג פראצענט ירדנער זענען אויך סוני-מוסלומענער, דאן זע איך בכלל נישט דיין פראבלעם. דאס גרויסע רוב פון היינטיגע מוסלומענער זענען סוניס, און דאס ברויך זיי נישט מאכן שטיצן בלוט-דורשטיגע טעראריסטן.


און אגב, די שיאיטן זענען די נאכפאלגער פון אלי, נישט די סוניס.
יישר כוח פארן פאררעכטען לגבי אלי , והשנית ,רציתי לומר אז וויבאלד זיי האבן אסאך סוני אייסיס סומפאטיקער אין לאנד איז דא וואס מורא צי האבן פין נקמה אטאקעס דארטן אין לאנד ,

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 2:26 pm
דורך פלאוויוס
דאס הייסט אז די אמעריקאנער פרוי איז פארהיטן געווארן פון האבן אזא מיאוס'ן סוף ווי די אנדערע משכונות ביז אהער... כאטש ס'איז טראגיש בכל אופן האט זי לכאורה באקומען איר גאולה.

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 2:52 pm
דורך בעל מדות
די ירדן'ער רעגירונג האט זיך גענימען חלום'ען הויעך....
JORDAN: Approximately 7,000 ISIS terrorists have been killed since Jordan began participating in coalition airstrikes last week.

איך מיין אז אנשטאט שיסן סטעיטמענט'ס זאלן זיי שיסן קוילן, און אנשטאט מאביליזירן פי. אר. קאמפאניס זאלן זיי מאביליזירן קעמפער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
איר קענט צי צייכענן א מקור צי די ווערטער ? !! איך מיין זיי האבן געזאגט 7000 חברה פון די אטאקירונג אויף זיי האט זיך אנגעהויבן דורך די קאליציע ובתוכם ירדן . אבער די קאליציע האט זיך שוין אנגעהויבן חדשים צוריק !!

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 6:26 pm
דורך שעפטל
אנקאנפירמט: אייסיס האט פארכאפט דריי קאבענע חברה אין סיריע, איינס דערפון איז א בי בי סי ארבייטער

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:25 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנטע באריכט פון אן אנטלאפענעם:

Former ISIS member explains why he left terror group

(עצה טובה - פארלעשט אייער ספיקער בעפארן קליקן דעם לינק, עס קען אנהויבן שפילן א ווידיאו פון זיך אליינס)

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:36 pm
דורך [NAMELESS]
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז א אנאנימעס גרופע האט געהעקט איבער טויזענט סאשעל מידיע אקאנטס וואס פאבליצירן סחורה לטובת אייסיס !!

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 5:17 pm
דורך בעל מדות
דעי "אנאנימעס" גרופע האט פערצופאל א ביורא וועלכע רופט זיך עף. בי. איי.? עפעס מאכט מיך טראכטן אזוי...

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 5:37 pm
דורך געוואלדיג
בענין דיני מיתה בתורה אפשר לעיין כאן אשכול שלם
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=245108#p245108
ותגובתי שם
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=253815#p253815

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 6:07 pm
דורך [NAMELESS]
על זאשירא נייעס אגענטור האט היינט אויף געשפיעלט די הריגות פון די שוחטים ובודקים אויף די21 עיגעפטינער בירגער !!
יעצט איז די וועלט געוואנדען מיט די אויגן קיין עיגעפטן ווארטענדיג צו זען זייער ריאקציע אויף די הריגות ,

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 6:27 pm
דורך געוואלדיג
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:על זאשירא נייעס אגענטור האט היינט אויף געשפיעלט די הריגות פון די שוחטים ובודקים אויף די21 עיגעפטינער בירגער !!
יעצט איז די וועלט געוואנדען מיט די אויגן קיין עיגעפטן ווארטענדיג צו זען זייער ריאקציע אויף די הריגות ,

וואס זענען זיי בודק??

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 6:28 pm
דורך ישראל קאפקע
אייסיס מאכט א געוואלדיגער דזשאב.
http://www.lobelog.com/the-islamic-stat ... the-world/

וואס אמעריקע'ס קריג קעגן טעראר האט נישט געקענט אין פערצן יאר, האט אייסיס באוויזן אין ווייניגער ווי א יאר.

מיטן הרגנען אמעריקאנער הילף ארבייטער, דער יאפאנעזער משכון, די ירדנער פילאט, צוואנציג עגיפטישע קריסטן און פילע מער, אסאך פון די קרבנות מוסלעמענער, האט אייסיס פאראייניגט די גאנצע וועלט ממש. און פארפיינטעט סאלאפיסטישע עקסטרעמיזם ביי די סוני בירגער פון די אראבישע וועלט (אממערסטן אין איראק, לבנון, סיריע, ירדן, עגיפטן און ליביע) און ביי די קורדן. אויף אן אופן וואס סיי וועלכע מערב וועלט מיליטערישע אדער פראפאגאנדע קאמפיין האט נישט געקענט.

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 6:45 pm
דורך שמערל
מען דארף זיין בלינד נישט צו כאפן אז מדינת ישראל שטייט אינטער די גאנצע אייסעס..

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 7:19 pm
דורך ישראל קאפקע
שמערל האט געשריבן:מען דארף זיין בלינד נישט צו כאפן אז מדינת ישראל שטייט אינטער די גאנצע אייסעס..

איך האב שוין לאנג געוואוסט אז מדנ"י האט אויסגעטראפן טשערי טאמאטע'ס, אבער די פאפולארע זומער טריעט 'אייסעס' איז מיר א חידוש.
:P

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:39 am
דורך שמעקעדיג
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:על זאשירא נייעס אגענטור האט היינט אויף געשפיעלט די הריגות פון די שוחטים ובודקים אויף די21 עיגעפטינער בירגער !!
יעצט איז די וועלט געוואנדען מיט די אויגן קיין עיגעפטן ווארטענדיג צו זען זייער ריאקציע אויף די הריגות ,

און די רעאקציע האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
עגיפטן באהאגלט אייסיס מיט ציפעדיגע קענדיס אין ליביע.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:43 am
דורך [NAMELESS]
איינער פארשטייט וואס איז די חשבון פון אייסיס?!

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:49 am
דורך שמעקעדיג
אויף רעליגיע פרעגט מען נישט קיין קשיות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג עס איז א שאלה אין נישט קיין קושיא !! אין שאלות מעג מען האבן..
די מעגליכע סיבה קען זיין וויבאלד זיי האבן געליטן היבשע נידערלאגעס אין די לעצטערע וואכן , ממילא האבן זיי געוואלט ווייזן פאר די וועלט העי אינז זעמיר נאך אויף די ארענע ..מיר קענען נאך עפעס ..מיר באנקראטירן נישט אזוי שנעל !!!

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:50 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:איינער פארשטייט וואס איז די חשבון פון אייסיס?!


http://www.cnn.com/2015/02/16/opinion/b ... index.html