בלאט 6 פון 14
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:23 am
דורך משכיל
תוס' ברכות כ' ע"ב ד"ה כדאשכחן בסיני זאגט אז מען האט זיך געטובל'ט ביי קבלת התורה איך זיך דעם מקור אויף דעם, אין פסוק שטייט נאר וקדשתם היום ומחר וכבסו שמלותם ?י
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:41 am
דורך ונבנתה העיר
איבעית אימא קרא, דער אבן עזרא לערנט אז 'וקדשתם' מיינט טבילה, ועיין רמב"ן שם.
ואיבעית אימא סברא, וואס וואלטן זיי געהאט פון פרישה מאשה אהן טבילה?
ועיין שבת דף פ"ו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:44 am
דורך משכיל
א דאנק, אבער תוס' זאגט כאילו יעדער איינער ווייסט אין עס איז מיר א פלא אז עס האט נישט קיין קלארען מקור, י
דף כ'
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:25 am
דורך קאווע טרינקער
רבי יהודה האט נישט קיין פראבעלם מיט א בעל קרי בדברי תורה, ווייל די סמך פון "והודעתם לבניך - יום אשר עמדת", ניצט ער פאר ר' יהושע בן לוי'ס דרש, אז ווען מ'לערנט מיט א קינד תורה, איז עס א מצב פון מעמד קבלת התורה בהר סיני!
אינטערסאנט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:28 am
דורך על המחיה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:06 am
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ "על המחיה".
ברוכים הבאים, כשם שביאתך - בניק זה - בלא חטא, כך יציאתך בלא חטא.
איז דאס עפעס מער ווי הערות אין "המאור" ש"ס.
ס'איז דא א שיינע סייט
דף החייםשיעורים אין ענגליש,
זיי גייען האבן אן APP בקרוב, און אויך א יעדע מסכתא אויף DVD
זיי ארבעטן יעצט צו קענען פרעגן און הערן תשובות וכו'
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:40 am
דורך טעפל
אויף העברעאיש איז דא דאס:
http://hadafhayomi.co.il/
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:01 pm
דורך משכיל
וואס מיינט ביי ב"ק אינו אלא בקלות ראש וזחות הדעת? און דאס איז אויך באונס
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:04 pm
דורך משכיל
איך האב גקלערט אז פארדעם זאגט די משנה ברכות כ: אז ק"ש איז מען מהרהר אבער די ברכות נישט, ווייל עס איז שווערער הרהרור ווי זאגען, דוק ותשכח, און פארדען ברכות וואס איז נישט מדאורייתא האבען די חכמים איהם נישט מחייב געווען די טירחה פון הרהור, אזוי איז משמע אין די לשון פון רש"י
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:08 pm
דורך קאווע טרינקער
משכיל האט געשריבן:וואס מיינט ביי ב"ק אינו אלא בקלות ראש וזחות הדעת? און דאס איז אויך באונס
די טומאה קומט דורך א זאך וואס מ'טוט היפך פון אנגעצוגענקייט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:09 pm
דורך קאווע טרינקער
משכיל האט געשריבן:איך האב גקלערט אז פארדעם זאגט די משנה ברכות כ: אז ק"ש איז מען מהרהר אבער די ברכות נישט, ווייל עס איז שווערער הרהרור ווי זאגען, דוק ותשכח,י
לאו דוקא, ווייל officially דארף מען דאך טראכטן אויך ווען מ'זאגט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:35 pm
דורך ונבנתה העיר
פון אייוועלט.
scy4851 האט געשריבן:ברכות כ"זדי גמרא ברענגט א מעשה פון א תלמוד ווער עס האט געפרעגט ר' יהושע אויב תפילת ערבית איז רשות אדער חובה. ר יהושע האט אוהם געענטפערט אז עס איז רשות.
דערנאך איז ער געגאנגען צו רבן גמליאל מיט דער זעלבע שאלה און רבן גמליאל האט אוהם געענטפערט אז עס איז א חובה. האט אוהם דער תלמוד געזאגט אז ר' יהושע האט דאך אוהם געזאגט אז עס איז א רשות. האט רבן גמליאל געזאגט פארען תלמוד לאמיר וואטען ביז אלע תלמודים קומען אריין און בית מדרש וכו' עיין שם כל הסיפור וויא מעהאט אראף געזעצט רבן גמליאל פון נשיאות און דערנאך האט מען אוהם צוריק געשטעלט.
צום סוף פון די גאנצע מעשה דארט אויף דף כ"ח זאגט די גמרא
ואותו תלמוד ר' שמעון בר יוחאי הוה
איך האב געהערט פון מיין רבי'ן ר מנשה קליין זצ"ל.
לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס איז געווען וויכטיג פאר די גמרא צו דערמאנען דעם נאמען פון תלמוד ווער עס האט אהנגעדרייט דער גאנצע פרשה.
נאך איז שווער. וויא אזוי האט דער תלמוד געמעגט גיין פרעגען פון א צווייטען חכם א שאלה וואס איין חכם האט אוהם שוין גענטפערט?
האט מיין רבי ז"ל געזאגט אז דער צווייטע קשיא איז פארענטפערט מיטען ערשטע קשיא.
דער הלכה פון נישט פרעגען די זעלבע שאלה פון צוויי חכמים גייט נאר אהן אויב דער שאלה איז הלכה למעשה. אויב אבער איינער פרעגט נאר להתלמד, מעג ער יא פרעגען פון מערערע תלמודי חכמים. אזוי לערענט ער דאך.
די גמרא ברענגט און שבת י"א, איינער ווער איז תורתו אומנתו דארף נישט מפסיק זיין פון לערנען פאר תפילה. און די גמרא זאגט דארט אז ר' שמעון בר יוחאי איז געווען תורתו אומנתו.
ממילא איז שוין זייער גוט די גמרא דא און ברכות
כדי צו באווארענען אז עס זאל נישט זיין שווער וויא אזוי דער תלמוד האט געמעגט פרעגען די זעלבע שאלה פון צוויי תלמודי חכמים האט די גמרא מפרסם געווען אז דער תלמוד איז געווען ר' שמעון בר יוחאי, וואס פאר אוהם איז דער שאלה בכלל נישט געווען להלכה למעשה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:37 pm
דורך לעמיל
א שיינע פשט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:38 am
דורך משכיל
לא הבנתי דברי הרב קליין ז"ל שהרי רשב"י שאל מקודם את ר' יהושע ואמר לו שתפלת ערבית רשות, ואין חסרון אם הלך לשאול את ר"ג אם זה אמת שתפלת ערבית רשות, ורק אם היה אומרים לו מקודם שמעריב הוא חובה היה בעיה לשאול ולחפש שמא יאמר אחר שהוא רשות ???י
דף כ"ט - א קשיא אויף חסידים (נישט דאס ערשטע)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:56 am
דורך קאווע טרינקער
חסידים פארענטפערן זייער פארשלעפטקייט צו דאווענען מנחה אין די לעצטע מינוט, על סמך וואס די גמרא זאגט ס'איז אן ענין צו דאווענען עם דמדומי חמה.
פיין
אן עמוד פריער האלטן אסאך אמוראים אז נוסח התפילה איז "הבננו" - א מעין שמונה עשרה!
נאר וואס דען? אביי לייט אמאן דמתפלל תפלה קצרה. פיין מ'האט מורא פון א יחיד, אביי! כ'פארשטיי
יעצט גיי צוריק צו עמוד ב',
במערבא לייטו אמאן דמתפלל עם דמדומי חמה. - אלע חכמי ארץ ישראל, אלע! האבן געשאלטן דער וואס דאווענט מנחה שפעט.
נו?
אז מ'האט מורא פון אביי, וויאזוי פארלאזט מען זיך יום יום און מ'האט נישט מורא פון די קללה פון אלע חכמי ארץ ישראל????????????...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:08 pm
דורך שטערן
קאווע טרינקער האט געשריבן:חסידים פארענטפערן זייער פארשלעפטקייט צו דאווענען מנחה אין די לעצטע מינוט, על סמך וואס די גמרא זאגט ס'איז אן ענין צו דאווענען עם דמדומי חמה.
פיין
אן עמוד פריער האלטן אסאך אמוראים אז נוסח התפילה איז "הבננו" - א מעין שמונה עשרה!
נאר וואס דען? אביי לייט אמאן דמתפלל תפלה קצרה. פיין מ'האט מורא פון א יחיד, אביי! כ'פארשטיי
יעצט גיי צוריק צו עמוד ב',
במערבא לייטו אמאן דמתפלל עם דמדומי חמה. - אלע חכמי ארץ ישראל, אלע! האבן געשאלטן דער וואס דאווענט מנחה שפעט.
נו?
אז מ'האט מורא פון אביי, וויאזוי פארלאזט מען זיך יום יום און מ'האט נישט מורא פון די קללה פון אלע חכמי ארץ ישראל????????????...
דער מלא הרועים שרייבט:
לייט עלה במערבא אמאן דמצלי עם דמדומי חמה. נ"ב יש לומר דוקע במערבא,שארץ ישראל גבוה מכל הארצות ושקיעת החמה מאוחר יותר כמ"ש בשבת פכ"ב יהא חלקי ממוצאי שבת בצפורי.
בארואיגט???????
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:26 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, חסידים האבן אלץ א תירוץ, א וועג ארויס.
עכ"פ מה יענו החסידים שבארץ ישראל, אין סאטמאר יואל למשל?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:39 pm
דורך געפילטע פיש
זייט ווען דערשרעקט זיך סאטמער פאר קללות?
מקור לספוד בעת מצוה טאנץ
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:14 am
דורך משה געציל
אמרו ליה רבנן לרב המנונא זוטי בהלולא דמר בריה דרבינא לישרי לן מר, אמר להו ווי לן דמיתני... ווי לן דמיתני... (ברכות ל״א.)
באמת קשה להבין דלמה שר דוקא שיר מוזר כזה בעת חתונה?
שמעתי פעם לפרש, דבאמת יש קצת הנאה לאדם במתיתו, דכשילוו אותו יספידו אותו ויאמרו עליו כל מעלותיו דבר שאניו שומע בחייו בדרך כלל. אולם רב המנונא זוטי כשהגיע לחתונה, ושמע להבדחן שמספיד השושבינים בהספדים ארוכים, פרץ בשיר, א״כ דיש אפשרות לספוד את החיים, ווי לן דמיתני... אין שום הנאה עוד בהמיתה מזה שמספידין אותו, דזה אפשר ג״כ אצל מצוה טאנץ... ווי לן דמיתני...
ובזה אפשר לפרש ג״כ מה שטענה רחל ליעקב "הבה לי בנים ואם אין מתה אנוכי" (בראשית ל׳ א׳), דעיקר טענתה היתה דאם אינך מביא לי בנים, לא תהא לי אפשרות לשמוע מעלותי בחיים שלי, כיון שלא יהא לי ילדים לנשוא. וא״כ בכדי לשמוע מעלותי אצטרך למות שאז בוודאי יספידו אותי כראוי...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:39 pm
דורך משה געציל
וא״ר אלעזר מיום שחרב ביהמ״ק ״נפסקה״ חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. (ברכות ל״ב:)
וואס איז דאס לשון נפסקה? אויבן אויף איז משמע אז עס איז געווען עפעס א חומה וואס האט מבדיל געווען און דאס איז אפגעהאקט געווארן בזמן החורבן, כאילו דער חומה המבדיל איז נישט דא, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין מיום שחרב ביהמ״ק חומת ברזל מפסקת וכדומה?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:45 am
דורך קאווע טרינקער
משה געציל האט געשריבן:וא״ר אלעזר מיום שחרב ביהמ״ק ״נפסקה״ חומת ברזל בין ישראל לאביהם שבשמים. (ברכות ל״ב:)
וואס איז דאס לשון נפסקה? אויבן אויף איז משמע אז עס איז געווען עפעס א חומה וואס האט מבדיל געווען און דאס איז אפגעהאקט געווארן בזמן החורבן, כאילו דער חומה המבדיל איז נישט דא, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין מיום שחרב ביהמ״ק חומת ברזל מפסקת וכדומה?
ארטסקרול איז מסביר "ס'איז געווארן א הפסק"
ברכות לא:
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:07 pm
דורך קורץ און שארף
היינט האמיר געלערנט וועגן חנה, ווי זי טענה'ט זיך אויס מיט אייבערשטען ער זאל איר גיבן א קינד.
צווישן די טענות זאגט זיך אז אויב נישט "אלך ואסתתר" און אלס א סוטה וואס איז באמת ריין וועט זי געהאלפן ווערן מיט א קינד.
די פני יהושע פרעגט א פשוטע, און שטארקע, קושיא. וואס טוט זיך מיט איסור יחוד??? האט חנה טאקע געפלאנט עובר צו זיין אויף איסור יחוד?
די מגי"ש האט נאכגעזאגט א הערליכע תירוץ. די תרומת הדשן פסק'נט אז אפי' בעלה בעיר וואס יחוד איז מותר. אויב די מאן ווארנט איר זי זאל נישט גיין, דאן אפילו בעלה בעיר, קען מען איר אנטרינקן. קומט אויס אין אזא פאל קען מען אנטרינקען א פרוי אפילו זי האט נישט עובר געווען איסור יחוד!
און עס איז שטארק מדויק די לשון "אלך ואסתתר בפני אלקנה בעלי" דאס הייסט פאר אים, ווען ער איז אין שטאט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:08 pm
דורך קאווע טרינקער
שיין, (אייל דיך צו, ס'איז שוין באלד די סיום)
די תירוץ פון פני יהושע איז אויך שיין, אז זי האט געמיינט צו זאגן אז וואלט איך ווען געווען א פריצה דאן וואלט איך געבענטש געווארן, חוטא נשכר?
און דאס איז בכלל (צוזאמען מיט די דדים) "הטיחה דברים כלפי מעלה" וואס די גמרא זאגט באלד דערנאך
ווער איז דער מגי"ש?