בלאט 6 פון 11
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
דער טריביון איז געווארן א מאסט פאר זייער אסאך מענטשן, איך זעה און קען מענטשן וואס קויפן נישט קיין שום צייטונג אבער דער טריביון קויפן זיי.
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
זיכער. 18 טויזענט מענטשן!!
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 2:02 pm
דורך שלמה המלך
פארוואס האט מען נישט אהער געברענג די פסח'יגע ביילאגע?
נאר ציטירט די קליינטשיגע שטיקל פון כביכול די טאהשע רבי, אבער וואס מיט'ן גאנצען פאדירשטע בילד? (אפשר וויבאלד טאשע רבי שיט"א האט פיינט געהאט בילדער האט ער סייתא דשמיא אפילו אינעם טריביון אויך)
אויך איז די לינק געווידמעט נאר צי פרשת צו! - נישט שיין אויסצילאזען דעם פסח'יגע! נישט פראפעשיאנאל!
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 3:22 pm
דורך טאביק
איך טריי צו דערשמעקן די פלאן פון דעם צייטונג
און ער לאזט זיך נישט דערשמעקן
מהיכן ירק זה חי?
ווי אהין וויל ער דערגרייכן
אפשר חלומט ער אז מיר זאלן ווערן עדיגקטעט צו דעם אזוי שטארק אז אפילו ווען ער גייט ארויף שטייטלעך מיטן פרייז זאל ער בלייבן מיט די אלע ליינער?
אבער דאס איז צו א לאנגע פרעצעדור וואס קאסט אפ ממון ודמים און מאן ייאמר אז ער וועט דארט בכלל אנקומען?
מממ,, שמעקט נישט גוט
אבער ביזן קרעטשמע האב איך פיין הנאה
נאך אפאר זייטן צו מישן ביים מיכ'נען
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 4:56 pm
דורך פלעין יודיש
שלמה המלך האט געשריבן:פארוואס האט מען נישט אהער געברענג די פסח'יגע ביילאגע?
נאר ציטירט די קליינטשיגע שטיקל פון כביכול די טאהשע רבי, אבער וואס מיט'ן גאנצען פאדירשטע בילד? (אפשר וויבאלד טאשע רבי שיט"א האט פיינט געהאט בילדער האט ער סייתא דשמיא אפילו אינעם טריביון אויך)
אויך איז די לינק געווידמעט נאר צי פרשת צו! - נישט שיין אויסצילאזען דעם פסח'יגע! נישט פראפעשיאנאל!
https://www.copy.com/s/chbsiZJJdsWFO910/Tribune%2025.pdf
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 12:49 am
דורך געוואלדיג
איך קען נישט פארשטיין וואס גייט פאר מיט זיי, די וואך האבן זיי באשריבן ניקלשבורג אין מאנסי און ווי עס זעהט מיר אויס איז עס עפעס ק/פ פון א אלטע ארטיקל ווייל קוק וואס זיי שרייבן נאר פון זיינע ישיבות און כוללים וואס זענען שוין לאנג פארמאכט און פון די מיידל סקול וואס יעדער ווייסט וועגן די פאליטיק דארט און פון זי ת"ת זיינע וואס איז יא אפן און גייט אן מיטן פולן שוואונג ווערט נידט דערמאנט אפילו ברמז, פאני...
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 10:30 am
דורך משולם שטיינפעלד
וואס איז פשט אז אויף אן אויסגאבע וואס קאסט געלט שרייבט מען וויפיל קאפיעס ווערן פארשפרייט אין אלע אידישע געגענטער? ווילאנג עס איז געווען בחינם איז עס געווען רעלעוואנט. איינמאל עס קאסט געלט? שרייב וויפיל עס ווערט פארקויפט
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 11:07 am
דורך [NAMELESS]
זיי זענען -ווי איך האב געהערט- די גרעסטע אויסגאבע ביים היימישן עולם, די גרעסטע מיין איך אז ספארקויפט זיך די מערסטע, מילא איז נארמאל אז זיי האלטן זיך גרויס דערמיט
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 5:57 pm
דורך קרעקער
סנישט קיין קינץ אז זיי פארקויפען די מערסטע קאפיעס ווייל זיי זענען די ביליגסטע פון אלע
און אויך זענען זיי די מערסטע פראוואקעטיוו
יעדע וואך האבען זיי א דעקל א באמבע
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2015 6:50 pm
דורך קאצקע ציקער
קרעקער האט געשריבן:סנישט קיין קינץ אז זיי פארקויפען די מערסטע קאפיעס ווייל זיי זענען די ביליגסטע פון אלע
און אויך זענען זיי די מערסטע פראוואקעטיוו
יעדע וואך האבען זיי א דעקל א באמבע
נו ווער זיכט קינצן? זיי פארקויפן די מערסטע און פארטיג
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:23 pm
דורך משבק
שוין ארויסגעקומען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:05 pm
דורך טוב
איך טי אביסל ריסורטש און די צייטונג פעלד. קען מיר איינער אפשר זאגן וויפיל (בערך) פארקויפן די געווענליכע אויסגאבעס. ווי למשל איד ,בלאט, די צייטונג, שטערן, שפאקטיוו ,קינדל, די וואך, בליץ, בינה, וכדומיהן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:17 pm
דורך קאצקע ציקער
די חברה זענען גיט יעצט באשרייבן זיי ר' לייביש פשעווארסקער רבי, איך האב מורא זיי האבן גענימען @מאראנצן זאפט זאל זיי באשרייבן אישי ציבור
And he is doing a good job!
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 10:55 am
דורך ל.רוזן
טוב האט געשריבן:איך טי אביסל ריסורטש און די צייטונג פעלד. קען מיר איינער אפשר זאגן וויפיל (בערך) פארקויפן די געווענליכע אויסגאבעס. ווי למשל איד ,בלאט, די צייטונג, שטערן, שפאקטיוו ,קינדל, די וואך, בליץ, בינה, וכדומיהן?
IMG-20150529-WA0001.jpg
באקומען אין וואצעפ א ריפארט פון א סטאר אין מאנסי , זעה איז אז אין אינגליש איז די עמי דער מערסט פארקויפענדיג, אין אידיש איז די טריבין די מערסטע.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 3:06 pm
דורך טוב
ל.רוזן האט געשריבן:טוב האט געשריבן:איך טי אביסל ריסורטש און די צייטונג פעלד. קען מיר איינער אפשר זאגן וויפיל (בערך) פארקויפן די געווענליכע אויסגאבעס. ווי למשל איד ,בלאט, די צייטונג, שטערן, שפאקטיוו ,קינדל, די וואך, בליץ, בינה, וכדומיהן?
IMG-20150529-WA0001.jpg
באקומען אין וואצעפ א ריפארט פון א סטאר אין מאנסי , זעה איז אז אין אינגליש איז די עמי דער מערסט פארקויפענדיג, אין אידיש איז די טריבין די מערסטע.
א גרויסן יישר כח! ברענג נאך ביטע...
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 8:23 pm
דורך ישראל קאפקע
געזען היינט אין די געשעפטן א נייע ענגליש/אידיש אנאנסן אויסגאבע.
גלאנציגע פול-קאלירט מאגאזין סארט פאפיר, אבער אין א ריזיגע (צייטונג) פארמאט. ער זאגט אז ער גייט אנקומען וועכנטליך צו הונדערט טויזנט אידישע שטיבער און צוויי הונדערט פופציג טויזנט ליינער.
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:06 pm
דורך [NAMELESS]
וואס האט עס אין אידיש?
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:37 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז א קונטרס קעגען טעכנעלאגיע? TECHLESS?
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:57 pm
דורך ישראל קאפקע
ראשעקאל האט געשריבן:וואס האט עס אין אידיש?
עפעס באשרייבט ער די געפאר פון סייבער וואורפעיר/טעראריזם, און אן ארטיקל איבער עלעקטריק.
Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון
נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:02 am
דורך Bpjew
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:33 am
דורך סמבטיון
אלטס א שטארקע ליינער פונעם טריביון, שפיר איך א אינערליכע דראנג ארויס צושרייען מיין ווייטאג אויף דעם פארלאפענעם אויסגאבע, ווי שעמט זיך נישט א יודישע אויסגאבע קלאמפערשט א נאטראלע צייטשריפט, צו צישטעלען א במה פאר אזעלכע רוצחים ווי די צוויי הירש ברידער ימ"ש וזכרם פון נטורא חרטא? זיי טרעטן דאך אויף אינזער קדושים, זיי פייערן מיט די אראבער בעת ווען יודיש בליט קאכט און זיד אויף די גאסן פון יהודה ושומרון, קען זיין אז זיי נעמען נישט קיין צד, איך האב עס נישט געליינט, אבער דעם דעקל אליין האט מיר ארויף געברענגט די בליט אין קאפ.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:19 am
דורך ראוונע
גראדע דער דעקל האט מיר בארואיגט
דאס בילד זאגט שוין אלעס. מען זעהט גראד אז דא רעדט מען פון צוויי משוגעים וואס האבען זיך ארויסגעגליטשט פון א מענטאל אינסטיטושען