מור וקציעה האט געשריבן:זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל
עס איז אבסורד און א גרויסע אומרעכט צו נעמען א מעשה עוולה וואס איינער האט געטון און עס ארויפלייגן אויף איינעם וואס האט נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס [אדער אויף זיין פאמיליע] בלויז ווייל ער האלט דרשות איבער דעם נושא.
ראבינאוויטש רעדט צו עקסטרעם? קען זיין.
זענען זיינע שאצונגען גערעכט? ניין.
האט ער בכלל געשאצט עפעס פאר ער האט געשאסן זיינע נאמבערס? 99% זיכער אז נישט (אוי, איך זע שוין באלד אויס ווי אים...)
אבער:
האט ער דען אפילו איינמאל אוועק גענומען איינעם'ס סמארט פאון? ניין.
האט ער דען אפילו געהייסן אין זיינע דרשות אז מען זאל טון אזאנס?
האט ער דען אזוי געשריבן אין זיינע קונטרסים?
און אפילו אויב ער וואלט יא געווען א ווילדע חיה, גנב....
וואס זענען זיינע ברידער'ס שולדיג?
וואס זענען זיינע זון שולדיג?
פארוואס ארויפלייגן א נאסע שמאטע אויף א אומשולדיגע משפחה פארן בלויזן 'חטא' אז זיי האבן א קרוב וואס זאגט ברבים וואס ער האלט?
האבן זיי דיר עפעס שלעכטס געטון?
וואלסטו דען באשולדיגט גאנץ משפחת ראזענבערג אלס מנובלים פארן בלויזן חטא אז נחום איז זייער קרוב?
עס איז ממש אבסורד!
מיינע ווערטער זענען נישט אקעגן דיר פערזענליך, עס איז געווענדעט קעגן די ווערטער וואס איך האב געקוואט.