בלאט 6 פון 7

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 12:05 am
דורך יודישע שרייבער
מור וקציעה האט געשריבן:זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל

עס איז אבסורד און א גרויסע אומרעכט צו נעמען א מעשה עוולה וואס איינער האט געטון און עס ארויפלייגן אויף איינעם וואס האט נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס [אדער אויף זיין פאמיליע] בלויז ווייל ער האלט דרשות איבער דעם נושא.
ראבינאוויטש רעדט צו עקסטרעם? קען זיין.
זענען זיינע שאצונגען גערעכט? ניין.
האט ער בכלל געשאצט עפעס פאר ער האט געשאסן זיינע נאמבערס? 99% זיכער אז נישט (אוי, איך זע שוין באלד אויס ווי אים...)

אבער:
האט ער דען אפילו איינמאל אוועק גענומען איינעם'ס סמארט פאון? ניין.
האט ער דען אפילו געהייסן אין זיינע דרשות אז מען זאל טון אזאנס?
האט ער דען אזוי געשריבן אין זיינע קונטרסים?

און אפילו אויב ער וואלט יא געווען א ווילדע חיה, גנב....
וואס זענען זיינע ברידער'ס שולדיג?
וואס זענען זיינע זון שולדיג?
פארוואס ארויפלייגן א נאסע שמאטע אויף א אומשולדיגע משפחה פארן בלויזן 'חטא' אז זיי האבן א קרוב וואס זאגט ברבים וואס ער האלט?
האבן זיי דיר עפעס שלעכטס געטון?
וואלסטו דען באשולדיגט גאנץ משפחת ראזענבערג אלס מנובלים פארן בלויזן חטא אז נחום איז זייער קרוב?
עס איז ממש אבסורד!

מיינע ווערטער זענען נישט אקעגן דיר פערזענליך, עס איז געווענדעט קעגן די ווערטער וואס איך האב געקוואט.

Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 12:18 am
דורך ירא שמים
טעיק איט איזי ער האט נישט ארויסגעלאזט קיין שמועות וכדו׳ עפעס וואס האט א ממשות ער האט געמאכט א וויץ און יעדער פארשטייט דאס און כבין זיכער ראבינאוויטשעס זון הערט עס יעדען טאג , און סמיינט גארנישט מיט נישט , פטפוטי דברים בעלמא.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 12:26 am
דורך יודישע שרייבער
ירא שמים האט געשריבן:טעיק איט איזי ער האט נישט ארויסגעלאזט קיין שמועות וכדו׳ עפעס וואס האט א ממשות ער האט געמאכט א וויץ און יעדער פארשטייט דאס און כבין זיכער ראבינאוויטשעס זון הערט עס יעדען טאג , און סמיינט גארנישט מיט נישט , פטפוטי דברים בעלמא.

איך האב אויך פארשטאנען אז עס איז נאר א וויץ, אבער איך האלט נאכאלץ אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אזוי צו שרייבן.
בכל אופן וועלקאם איך דיין מיינונג, דאס איז טאקע די געדאנק פון קאווע שטיבל, נישט צו בלייבן פארמאכט אין די אייגענע באקס, נאר צו הערן וויאזוי אנדערע מענטשן קוקן אן א זאך, און פראבירן צו זעען מיט א אמת'ע בליק צו זיי זענען גערעכט אדער נישט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:07 am
דורך מור וקציעה
יודישע שרייבער האט געשריבן:
מור וקציעה האט געשריבן:זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל

עס איז אבסורד און א גרויסע אומרעכט צו נעמען א מעשה עוולה וואס איינער האט געטון און עס ארויפלייגן אויף איינעם וואס האט נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס [אדער אויף זיין פאמיליע] בלויז ווייל ער האלט דרשות איבער דעם נושא.
ראבינאוויטש רעדט צו עקסטרעם? קען זיין.
זענען זיינע שאצונגען גערעכט? ניין.
האט ער בכלל געשאצט עפעס פאר ער האט געשאסן זיינע נאמבערס? 99% זיכער אז נישט (אוי, איך זע שוין באלד אויס ווי אים...)

אבער:
האט ער דען אפילו איינמאל אוועק גענומען איינעם'ס סמארט פאון? ניין.
האט ער דען אפילו געהייסן אין זיינע דרשות אז מען זאל טון אזאנס?
האט ער דען אזוי געשריבן אין זיינע קונטרסים?


דרך אגב
בעיני ראיתי וויאזוי הרב ראבינאוויטש איז אריינגעקומען אין גרויסן וויזניצער שול אין קייאמישא/גיבערס ווי א תמימות'דיגער איד'ל וואס האט געדאווענט ותיקין האט געהאט אנגעשטעלט זיין סמארטפאון צי ווייזן די פונקטליכע סעקונדע פונם נץ [כנהוג אצל הרבה, אולי משום ocd]

נו נו נאר דאס האט אים אויסגעפעלט,
ראבינאוויטש גייט צו צי דעם איד און זאגט אים הויך בקול גדול אז וויזניצער רבי האט גאסרט אריינציקומען מיט א סמארטפאון און זיין שול , דער איד וואס איז שטארק נתבייש געווארען האט זיך פארענפערט אז דאס פאון האט נישטאמאל קיין סערוויס ער ניצט עס נאר פאר א ותיקין זייגער, ראבינאוויטש האט זיך נישט געפוילט און תיכף גענומען די פאון אין די האנט אריין [כמובן שלא ברשות] און בודק געווען פאר אפאר לאנגע מינוט צו עס האט סערוויס, דערנאך זאגט ער פאר דעם איד מיט א שטייפער טאן: איך ווייס נישט צו עס האט סערוויס צו נישט אבער א חילול השם איז עס זיכער משום מראית עין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 10:33 pm
דורך שמעון וואלף
קרעדיט: קול ראבינאוויטש

Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:46 am
דורך קול הלשון
ראבינאוויטש איז געווען פאריגע וואך אין קווינס ישיבה אין מען האט אים ארויסגעשאסן פון דארט מן הסתם וועגן די סטעף האט אינטערנעט

Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:28 am
דורך פליקער
מיין אינערליכע אינפאאמאציע איז אז מען האט אים פשוט ארויסגעטראסקעט ווייל ער מאכט חוזק פונעם רבין, גריידע מאכט ער חוזק ביידע רביס אייניג,

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:54 am
דורך שמעקעדיג
דאס עצם ארומפארן אין ישיבות, רעדן צו בחורים אקעגן זייערע עלטערן וואס פארמאגן סמארטפאונס איז לדעתי זייער נישט גערעכט. אבער ראבינאוויטש טוט דאס כסדר. ער גייט פון ישיבה צו ישיבה. אנשטאט סתם מעורר זיין די בחורים דערוועגן, איז ער ביזי צו זאגן זיין דזשאוק "אז דער טאטע איז א סמארטפאון און די מאמע איז סמארטפאון דאן בלייבט דער קינד איין שטיק סמארטפאון"... חחח... סארי אבער ס'איז זייער ראנג אין מיינע אויגן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:06 am
דורך הקטן
ס'איז פיל מער ווואו ראנג
ס'שאט פיל מער, און אידישקייט, וואו די טאטעס סמארטפאן

זאגן פאר א 14 יעריגע בחורל אז א יעדער וואס האט א סמארטפאן טוט דערמיט אפ דאס ערגסטע און באד זיך אין שמיץ קילט אפ אזא בחור פיל מער.
דער גאנצער מהלך פין "אין בית שאין בו מת" איז א חרבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:11 pm
דורך פרייוויליג
איך מיין אז מיר זאלן אויך סיינען א פעטיציע צו נאסא ארויפצושוקען ראבינאוויטש צו די ספעיס און אים דארט לאזן.

Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:25 pm
דורך קול הלשון
א גיטע עצה וויאזוי מאכט מען עס

Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:08 pm
דורך שטילע אינגערמאן
פרייוויליג האט געשריבן:איך מיין אז מיר זאל אויך סיינען א פעטיציע צו נאסא ארויפצושוקען ראבינאוויטש צו די ספעיס און אים דארט לאזן.

בשו״א, וואס פארגינסטו נישט אידן צו שמייכלען אינדערפרי פאר א שווערע טאג ארבייט
טאמער ווערט ער נעלם וויל איך א צווייטע קאמעדיען זאל געבן א דרשה יעדער טאג ביי אשרי ובא לציון

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 1:45 pm
דורך שמעקעדיג
דאס האט מיר איינער (הרוצה בעילום שמו) אריינגעשיקט,
איך האב נישט מברר געווען צי דאס איז א ריכטיגער פאשקעוויל אדער סתם א ביטערער וויץ.

.

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 1:48 pm
דורך געוואלדיג
געזעהן צוויי טעג צוריק אויף די גאסן

#טויטמעשיגע

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:11 pm
דורך הקטן
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס האט מיר איינער (הרוצה בעילום שמו) אריינגעשיקט,
איך האב נישט מברר געווען צי דאס איז א ריכטיגער פאשקעוויל אדער סתם א ביטערער וויץ.
.

ליין דאס דארך (זעה דער לעצטער פארעגראף) און זאג מיר אויב דו ווייסט נישט זיכער ווער האט דאס געשריבן.


דאס איז פין אן אנדערע אשכול
אפשר האט געשריבן:היינט האב איך געהערט פון ראבינאוויטש אזא גוט ווארט, איך מיין אז אפילו ער אליין האט נישט משיג געווען וואס פאר א גוט ווארט דאס איז.
ער האט געזאגט אז "סמארט פאונס איז אזא שרעקליכע זאך, אזש עס האט אנגעברענגט דעם ראבינאוויטש"



איב האב דאס געזען א וואך ציריק אין בהמ"ד טוילעט, דארט וואו איך טרעף די קארטלעך פין דו קאץ מיט די קעצעלע

Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:36 pm
דורך ירא שמים
לכאורה האט דאס ראבינאוויטש אליין געשריבן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:52 pm
דורך געוואלדיג
קלאר אזוי.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 7:17 pm
דורך יהושע חיים
דאס איז לשונות וואס ער וויל מען זאל ניצן אויף עהם
נו אז קיינער שרייבט נישט דארף ער עס אליין טוהן

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:15 am
דורך לית דין בר נש
און איך ווי א נער ליין די ערשטע צוויי פארפגראפן און פארשטיי אז מען רעדט פון שלמה יודא רעכניץ וואס האט די זעלבע ראשי תיבות און די לשונות האבן גוט געשטימט ביז די דריטע פאראגראף.

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 1:07 pm
דורך medic
איז דא איינער וואס קען אים טרעפן א גוטן דזשאב? למצוה גדולה יחשב. ס'קוקט אויס ווי ס'הייבט אן אריינגיין אין תחום פון שגעון.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 4:42 pm
דורך דריידל
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 1:32 am
דורך יואב
דריידל האט געשריבן:.

נאך א מזל דאס קעפל איז געפינטלט. שוין, האמער נאך א סינאנים צו היטלער'ן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:54 am
דורך זבולון
באקאנט אייך מיט קובי לוי, די ישראלישע גירסא פאר ראבינאוויטש, און זיין עקסטרעמיסטישע ביכל ״דג חי״.