בלאט 6 פון 6
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 11:07 pm
דורך גרוש
און מיר האלטן שוין "זאת חנוכה"
בזאת אני בוטח
לזאת יקרא אשה כי מאיש לוקחה זאת,
זאת נחמתי בעניי
זאת דא רזא דברית
ובחנוני נא בזאת
אשרי אנוש יעשה זאת
וזאת הברכה
וזאת התורה
עס איז שוין ליידער די צענטע זאת חנוכה
אבער אם רואה אדם שהתפלל ולא נענה יחזור ויתפלל שנאמר "קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך און נאכאמאל וקוה אל ה',
מיר גיבן נישט אויף די אמונה,
מיר גלייבן אז נאך אין דעם בחודש העשירי הוא חודש טבת, ווען אי"ה שוין זיין אור כי טוב, מצא אשה מצא טוב,
רייסט איין,
די הייליגע רוזשינער האט געזאגט וואס צדיקים קענען פועל'ן ראש השנה און יום כיפור קען יעדע איד פועל'ן זאת חנוכה,
נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2017 11:27 pm
דורך גרוש
גרוש האט געשריבן:אזויווי מיר האלטן שוין 6.5 חדשים פון ראש השנה
ועדיין................
יום כיפור איז דאך נאר יום כ'פורים,
וויל איך בעטן דעם עולם מ'זאל איינרייסן סאך שטערקער ווי אין די ימים נוראים,
אין די טעג וואס מלכו של עולם זאגט "מה שאלתך וינתן לך",
בפרט דאס יאר וואס פורים איז צוזאמען מיט א שבת,
ו"בכן" (גימטרי"א ע"ב)אבוא אל המלך מיט די 72 שעה פון די צוויי טאג פורים און שבת, אבוא אל בחינת "ויהי' בעיניה כמלך",
די "ובכן" ויהי בחצי הלילה זאל ווערן געזאגט מיט א ריכטיגע שמחה,
עס זאל זיין,
"אדיר" הוא יבנה ביתו בקרוב (אין חודש "אדר")
ישר כח למפרע,
נ.ב.
אדר שני איז חודש י"ג
גימטרי"א
אהבה (מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה)
אחד (והיו לבשר אחד)
שלשה עשר מדיא, (וחנותי את אשר אחון וכו' אע"פ שאינו הגון ואינו כדאי)
מיר האלטן שוין א יאר שפעטער ליידער, עדיין לא נושעתי, היל"ת
ביטע מפציר זיין בתפלה ביתר שאת ועוז,
אם רואה אדם שהתפלל ולא נענה יחזור ויתפלל שנאמר קוה אל ה' חזק ויאמץ לביך וקוה אל ה'
אדיר (אין חודש אדר) הוא יבנה ביתו בקרוב, (וועלכע חודש אדר) א-ל בנה א-ל בנה (אינעם שנת ל"א לימי חיי) שינה הכתוב לעכב
די יאר איז עס אויך ובכ"ן נאר די שבת איז עס מקדים,
כל ברכאן דלעילא ותתא, י"ג זמן קהלה לכל הוא
Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 1:03 am
דורך גרויסע מענטשעלע
כגיי דיר אי״ה אינזינען האבן
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 3:02 am
דורך [NAMELESS]
אשאד אז אזא גוטע פעדער זאל נישט שרייבן עפעס זאכליך...
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 6:17 am
דורך berlbalaguleh
שלום שטיסל: דאס איז זאכליך. ווען ער וועט אי"ה חתונה האבן און ס'וועט אלעס גיין על מי מנוחות וועט ער מער נישט הייסן א גרוש. און ער וועט מער נישט האבן איבער וואס צו שרייבן. וואס 'עט ער שרייבן, איבער זיין זיסן לעבן מיט זיין זיווג שני...? פונקטליך פארציילן וויאזוי די האני-מאאן איז צוגעגאנגען. מיט אלע פרטים ופרטי פרטים. און געבן א חודש'ליכן רעפארט וויאזוי די שנה ראשונה גייט צו. א פראגרעס רעפארט. נישט אז ער זאלל ח"ו זיין א כל מקדש שביעי.
נ.ב.: כ'האב אמאל געהערט וויאזוי דער טאלק שאו האוסט העראלדא/כעראלדא ריווערא, וועלכער איז א איד עפ"י הלכה. זיין מאמע איז געווען א אידישע. האט ער אמאל געזאגט אז ער האט שוין פיהר מאל חתונה געהאט. האביך איהם געוואלט אנרופן און מסביר זיין וואס ס'הייסט א כל מקדש שביעי...
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 2:10 pm
דורך גרוש
שלום שטיסל האט געשריבן:אשאד אז אזא גוטע פעדער זאל נישט שרייבן עפעס זאכליך...
דאס אז דו זאלסט האבן א ארטיקל וואס דו רופסט זאכליך,
איז וויכטיגער ביי דיר,
ווי דאס אז איד וואס לעבט ביי די 30 נאך אהן א וווייב און קינדער, און וואלגערט זיך שוין איבער 10 יאר יעדע נאכט מיט גייסטישע יסורים,
אין די צייט וואס זיינע חברים, האבן ל"ט יעדע שטיק צייט, האבן קינדער מאכן זכרים/וואך נאכטס/ברית'ן קידושים,
האבן צו וועם אהיים צוגיין יעדע נאכט/שבת יו"ט/ האבן מיט וועם צו פראווען חנוכה/פורים/פסח וכולהו
און ער זיצט יעדע נאכט און וויינט,
זאל באקומען וועס פעהלט אים,?
דו ביזט מזרע ישראל?
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 6:16 pm
דורך ענדע צדיק
גרוש, מיין הארץ איז מיט דיר.
איך פארשטיי קוים א שמינית שבשמינית פון דיין ווייטאג, אבער דאס ביסל וואס איך קען יא פארשטיין ווייל איך קרוב אל החלל (ווי געשריבן אין אן אנדערע אשכול), ווייס איך אז ס'איז א לעבן (אויב ס'קען ווערן אנגערופן א לעבן) פון חיי צער תחי', ס'איז א לעבן וואס איז בשום אופן נישט מעגליך פאר א צווייטן צו פארשטעלן.
איך בין א איני מכיר, איך קען דיר נישט, אבער איך שפיר דיין לב נשבר, אי בין זיך משתתף בצערתך - אויף דאס ביסל וואס איז שייך.
אויבן האסט דערמאנט אז דעת מיינט ואדם ידע את חוה, קען זיין דאס מיינט די מדרש "דע"ת חסרת מה קנית"...
און איך וואונטש דיר אן א ברכת הדיוט ("כלה בעינך"), אז גאר אינגיכן זאלסטו מקיים זיין דעם "דעת קנית" מיט'ן "האשה נקנית".
ואז יתקיים בנו "ומלאה הארץ דע"ה" כמים - אנשטאט די טרערען וואסער.
Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 7:38 pm
דורך ביליג
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
ביליג האט געשריבן:https://plus.google.com/103124806437765860800/posts/TcwwYHnngjA
ביליג: א מורא'דיגע מעשה. איך קען א איד (א ביסל א שלעפער.) וואס ווילאנג ער איז געווען ..."חתונה געהאט"... איז ער געווען א דינער, מאגערער מענטש. און נאכדעים וואס ער האטציך גע'גט האט ער ממש אויפגעלעבט. ער האט נאך צוגענימען וואג. און ער איז גליקליך און צופרידן...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:09 am
דורך גרוש
אודה השם בכל לבב, אז דאס יאר ברענג איך ארויף דעם אשכול מתוך שמחה