בלאט 6 פון 9

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:38 pm
דורך פישלע העררינג
חיים דער רב'ס לייגט עס גוט אראפ.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:41 pm
דורך חייםדירבס
פישל'ע העררינג האט געשריבן:חיים דער רב'ס,

עס זענען אמאל געווען פרינטס אויף eBay, כהאב נישט בודק געווען מען שרייבט זיין. נאמען אין ענגליש Itshak Holtz.

ארגינעלע זענען גאר טייער, די בעסטע וואלט געווען אויב די גייסט מיט מיט איינער וואס קען אים. וואלסטו באקומען א בעסערע פרייז, פון אים אז מען גייט אליין איז אלעס ארום. $70,000

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:49 pm
דורך הדד בן בדד
חיים, איך בין מסכים מיט דיר איבער האלץ, אבער לדעתי, און פאר מיין טעיסט איז פלעראווע בעסער. ווי געזאגט, איך בין נישט דער גרויסער מבין, אבער פאר מיינע אויגן כאפט בעסער פלעראווע: איר שארפקייט און קלארקייט, איר געמיש פון קאלירן און ליכטיגקייט, דאס זעהט מען נישט ביי אנדערע, אפילו נישט ביי האלץ.

איך וואלט ווען געוואלט וויסן וויאזוי ארויפצולייגן דא פיקטשערס, איך וואלט געוואלט ארויפשטעלן נאך זאכן פון פלעראווע.

איך וויל נאך ממשיך זיין, אבער יעצט האב איך נישט קיין צייט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:55 pm
דורך חייםדירבס
אז מען רעדט פון האלץ...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:57 pm
דורך חייםדירבס
הדד בן בדד האט געשריבן:חיים,

איך וואלט ווען געוואלט וויסן וויאזוי ארויפצולייגן דא פיקטשערס, איך וואלט געוואלט ארויפשטעלן נאך זאכן פון פלעראווע.

איך וויל נאך ממשיך זיין, אבער יעצט האב איך נישט קיין צייט.

מען קען צולייגן א פייל. אונטער די טעקסט, נעבן מעגליכקייטן. אדרבה,לאמיר זעהן אפשר איז דא נאך וואס האלטן ווי דיר...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:59 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז פון הולץ געמאכט מיט א פעדער....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:01 pm
דורך חייםדירבס
ביי אן אויסשטעלונג אין קראון הייטס פון האלץ'ס זאכן, דערקענט איר עמיצער?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:02 pm
דורך חייםדירבס
איך בין געווארן אביסל פארנומען... דערווייל זעהטס דאס....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:11 pm
דורך berlbalaguleh
חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.
דיין פראגע/עצה צו ס'איז אפשר דא איינער פון די ארטיסטן פון וויליאמסבורג (די נישט אידישע טייל) וועלכע זאללן קענען אנווייזן עפעס פאר די פרומע תושבים פון דארט, איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז דער הרב יצחק טוביה ווייס פון מאה שערים און דער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד דאווענען אין דעם זעלבן שול... :lol: .
ס'קען נאך זיין אז מיט די צייט וועלן עטליכע חסיד'ישע וויליאמסבורג'ער תושבים גיין צו די ארטיסטן זיך לערנען. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעען... :roll:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:18 pm
דורך ישראל קאפקע
berlbalaguleh האט געשריבן:חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.

אזא אנגענעמע שנירל (אשכול thread) ביז אהער, ביטע לאזן אזוי (לאזט ר' יצחק טוביה און להבדיל יאיר לפיד, און דיין ציניזם אינדערויסן, אין די איבריגע 9,999 אשכולות).

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:20 pm
דורך ישראל קאפקע
עלענא פלעראָוואַ.
זי איז טאקע מוראדיג, זי גלייכט זייער דער נאטור, בלומען, און ספעציפיש טרויבן, פילע פון אירע בילדער האבן אן עלעמענט פון בלום-מענטשעלעך (flower fairies), זי האט אויך גאר אסאך געמעלן וואס האבן נישט דווקא מיט דזשודעאיקע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:23 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:חיים דירבס: ייש"כ פאר ענטפערן אויף די פראגע צו דער ארטיסט יצחק הולץ האט געמאכט אלע טיילן פון זיין מאלעריי מיט די האנט.
דיין פראגע/עצה צו ס'איז אפשר דא איינער פון די ארטיסטן פון וויליאמסבורג (די נישט אידישע טייל) וועלכע זאללן קענען אנווייזן עפעס פאר די פרומע תושבים פון דארט, איז פונקט אזוי ווי מ'זאלל זאגן אז דער הרב יצחק טוביה ווייס פון מאה שערים און דער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד דאווענען אין דעם זעלבן שול... :lol: .
ס'קען נאך זיין אז מיט די צייט וועלן עטליכע חסיד'ישע וויליאמסבורג'ער תושבים גיין צו די ארטיסטן זיך לערנען. אבער דערווייל איז עס נאכנישט געשעען... :roll:

אזא אנגענעמע שנירל (אשכול thread) ביז אהער, ביטע לאזן אזוי (לאזט ר' יצחק טוביה און להבדיל יאיר לפיד, און דיין ציניזם אינדערויסן, אין די איבריגע 9,999 אשכולות).

אבער צום ענין: איך מיין אז דער קאנטראסט איז גאנץ גוט בולט אין ביידע פעלער... :roll: :lol:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 3:46 pm
דורך ישראל קאפקע
נאך פלעראָוואַ.
זי גלייכט זייער פרוכט, בעיקר טרויבן און פערזשיך (peach).

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:02 pm
דורך חייםדירבס
אגב, אירע טרויבען זענען נישט ווער ווייסט וואס...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:04 pm
דורך חייםדירבס
זי איז א גוטע "קאמפאזישער" זי האט גוטע איידיעס, אבער אסאך פנים'ער זענען עמאציאנלאז....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:08 pm
דורך berlbalaguleh
חייםדירבס האט געשריבן:אגב, אירע טרויבען זענען נישט ווער ווייסט וואס...

און די הענט פון די מענטשן זעען אויך אויס מער רעאליסטיש ביי יצחק הולץ.
אבער די אויגן און אלע קליינע פרטים ארום זיי איז עפעס יוניעק (אייגנארטיג) ביי "פלעראווא", מער ווי ביי אלע אנדערע ארטיסטן... :idea:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:15 pm
דורך שעפטל
הערליך איינס ביי איינס, נאכדערצו אז איך בין דאך נישט די גרעסטע מבין...

איך וואלט ווען נאר צוגעלייגט אז [tag]חייםדירבס[/tag] איז האלץ אליינס.... עניוועיס, א קנאקעדיגע התחלה דא אין שטיבל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:21 pm
דורך חייםדירבס
שעפטל האט געשריבן:הערליך איינס ביי איינס, נאכדערצו אז איך בין דאך נישט די גרעסטע מבין...

איך וואלט ווען נאר צוגעלייגט אז [tag]חייםדירבס[/tag] איז האלץ אליינס.... עניוועיס, א קנאקעדיגע התחלה דא אין שטיבל.

דאס אז איך גלייך זיינע בילדער מאכט מיך נאכנישט אים... אבער יו נעווער נא....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 4:25 pm
דורך גנדי
קען האלץ אידיש?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 5:53 pm
דורך לית דין בר נש
די ערשטע פאר פון פלעראווא וואס קאפקע האט גיברענגט איז מוראדיג
שמחת תורה די אינגל וואס האלט זיין קליינע ברידער האט מיר געכאפט און ווי די זיידע און באבע פיטערן די אייניקל איז אויך זייער טיף

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:00 pm
דורך ישראל קאפקע
איך האב פראבירט ארויפלאדענען פיל מער געמעלן, אבער וואס טוט מען אז קאווע שטיבל איז זייער דיסקרימינירד אויף וועלכע בילדער מען קען ארויפלאדענען, די פארמאט, די מאס (אין פיקסלס) און אין דימענציע (די הייעך און ברייט), פון יעדע דריי בילדער גייען צוויי נישט ארויף.
מען דארף מאכן א פעטיציע אז קאווע שטיבל זאל טוישן די רעגולאציעס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:11 pm
דורך [NAMELESS]
הערליכע אשכול.
איך מיין אז פלעווארע זעהט אויס די מערסטע עכט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:16 pm
דורך איך אויך
אויב עפעס פונקט פארקערט ,זי איז אזוי ווייט פון ריאליזם ארט/עכט ווי עס איז מעגליך. אלע אירע ארט איז פיין דמיון.