בלאט 6 פון 8

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:45 pm
דורך נהורא נפישא
יאיר האט געשריבן:הא גופא קשיא, אויב זענען די פאעמס טאקע אזוי וואונדערליך דארף מען נישט אזוי טרומפייטערן דערמיט.

דערמאנטסט מיר פון יענעם משוגענעם, טאמער האט מען אים נישט געגריסט, הע פאסט דיר נישט צו גריסן, האט מען יא געגריסט, זאג נאר כ'האב געלערענט מיט דיר אין איין חדר ?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:51 pm
דורך כוכב
יאיר האט געשריבן:הא גופא קשיא, אויב זענען די פאעמס טאקע אזוי וואונדערליך דארף מען נישט אזוי טרומפייטערן דערמיט.

יאיר כ'האב דיר געענטפערט אין אישי.
כ'זע נישט וועמען ס'שטערט דעם קאמפיין צו שטימען און זיכער נישט אז ס'זאל אויסגעטייטשט ווערן לריעותא פונעם פארמעסט (דער פארמעסט האט דאך אפילו א פאעזיע פונעם וועלט בארימטן פאעטיסט יאיר :lol:) די קאמפיין ארויסצושלעפן די וויילער צו די שטים בודקעס זאל אנגעקוקט אך ורק פאר ענטערטעינמענט פוירפעסעס אנלי, מיט עטוואס אן ערנסטע כאראקטער אוו גלייכצייטיג האט עס א זייטיגע בענעפיט אריינצוברענגען א לעבנס לוסט אין פרישקייט דורכאויס די הייליגע ווינטער נעכט בשטיבלינו.
אויך איז דא נאך א טעם כמוס פארוואס א גרעסערער צאל וויילער איז מער כבוד פאר'ן שטיבל אבער דאס איז שוין אביסל צו טיף פאר יאיר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:53 pm
דורך כוכב
טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין מוחה. ווען נישט כוכב ווייס איך נישט ווען איך וואלט אנגעקומען צו שטימען פאר זיי, ווער רעדט נאך פון לייענען.

עה, ערנסט גערעדט, כ'האב עס טאקע נאר געלייענט צוליב די גאנצע מצב. כ'האב אפנים נישט געוואוסט וואס איך פארפאס. וואס פעהלט אויס אוועקצומאכן. מ'קען שוין מיינען די רעש וואס אפאר תגובה'לעך אין קאווע שטיבל מאכן. אלץ בעסער ווי פלאקאטן פאר ראמאפא און שמאמאפא.


האסטו יאיר א לעבעדיגע ביישפיל איבער די וויכטיגקייט פון תעמולה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:58 pm
דורך כוכב
בכל אופן, דיין כראנישע ציניזם (קרעדיט : ראובן) וואלט געמעגט איבערהיפן דעם קאמפיין, וואלסטוך נישט פארדארבן דעם מאגן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:19 pm
דורך איך אויך
מיט פיר רעדער פארט דער מעסעדש בעסער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:20 pm
דורך מאטי
איך האב געשטימט אדאנק כוכב'ס טרייבעריי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:50 pm
דורך אפטעמיסט
יאיר, וועמער זען ווען דו וועסט געווינען די גיפט קארד צי ס'האט זיך געלוינט די קאמפיין.

#ס'טגעהערט_א_מעשה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:13 am
דורך יאיר
האקטס אריין אין מיר, אן רחמנות. אבי איך האב אויסגעשווענקט מיין מאגן פון די איבלונגען. :lol:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:24 am
דורך לעיקוואד
קיסינג'ער האט אמאל געפרעגט, פארוואס טראגען אקאדעמישע געפעכטן פיל מער קנאה ושנאה און זענען באופן כללי פיל מער בייז ווי פאליטישע געפעכטן? הוא מותיב לה והוא מפרק לה, ווייל זיי מאכען נישט קיין נפקא מינה..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:49 am
דורך פישלע העררינג
מה הפשט, דער ערשטער שטים בודקע אשכול האט אנגעצויגן קרוב צו 1500 צפיות, אבער דער צווייטער האט נאר אנגעצויגן בערך 720, און דער דריטער האט בלויז אנגעצויגן בערך 500! מיין "גן השושנים" פי. די. עף אשכול האט אויך אנגעצויגן בערך 500 לאודס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:46 am
דורך רויטע וואנצעס
די עלטער א אשכול די מער צפיות.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:39 pm
דורך כוכב
די מחברים פון די ניין פאעזיעס וואס זענען נישט קיין פיינעליסטן זענען באפרייט פון אנהאלטן די אנאנימיטעט און קענען מיטטיילן זייער אידענטיטעט אלס דער מחבר פון זייער פאעזיע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:45 pm
דורך שמעקעדיג
מכלל לאו אתה שומע הן. אז מען האט שוין די ליסטע פון אלע מחברים, אויב וועלן די איבריגע מגלה זיין, וועט יעדער וויסן ווער די 9 זענען. איז עס אקעי?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:48 pm
דורך כוכב
אפילו די ניין נעמען גייען ארויס בלייבט נאך אלץ גענוג נעפל אין די איבריגע אז מ'זאל נישט קענען אידענטיפיצירן די מחברים וואס קען חלילה גורם זיין צו בייעס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:58 pm
דורך מאטי
אקעי, איך בין איינע פון די לוזערס, לאמיר זען ווער ס'קען צוטרעפן. צו מאכן גרינגער (אדער אפשר שווערער) כ'האב נישט געשטימט פאר מיין אייגנס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:00 pm
דורך פישלע העררינג
נצחו מצוקים את האראלים. איך בין א לוזער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:02 pm
דורך מצטמק ויפה
גם אני מצטרף להנ״ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:04 pm
דורך ונבנתה העיר
אני הקדוש האב געשריבן 'אמרתי'.

[יעצט הייבטס נישט אהן מיט שאלות...]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:04 pm
דורך מאטי
פישעל'ע ימי בינה? וואו...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:05 pm
דורך ישמעאל הכהן
אוי שעפעלע, ווען איך ווייס ווען בעפאר...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:10 pm
דורך נהורא נפישא
באגיסט'ס כאטש ונבנתה מיט לייקס
עפעס אנדרעש האסטו אויך געשריבן, ונבנתה ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:15 pm
דורך רויטע וואנצעס
אוי באשעפער, ס'טוט וויי צו זעהן ווער די לוזערס זענען.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:16 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה איך שיק דיר א ביל פאר מיין באטל טיילענאל,