בלאט 6 פון 9

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:30 am
דורך נאטירליך
ביי רייכערן פארלאנגט ער בכלל נישט קיין will power ער קלערט אויף און מען הערט אויף רייכערן ווי גארנישט אויב ער האט אויך אזא מהלך אויף דייעטען איז עס גאר א גוטע זאך

Re: דייעט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:40 am
דורך mevakesh
נאטירליך האט געשריבן:ביי רייכערן פארלאנגט ער בכלל נישט קיין will power ער קלערט אויף און מען הערט אויף רייכערן ווי גארנישט אויב ער האט אויך אזא מהלך אויף דייעטען איז עס גאר א גוטע זאך

עס הערט זיך ראמאנטיש ער קלערט אויף און מען הערט אויף רייכענען אבער ארבייט עס טאקע?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רייכערין איז אינגאנצען אנדעריש פון עסען. ווען איינער וויל אויפהערען רייכעררין, יעדער פאפיראסעל וואס ער האלט צוריק פון זיך, איז א געווינס. ווען ער רייכערט נישט נאך פרישטיג, הגם אז נאך וועטשערע רייכערט ער יא, האט ער איין פאפיראסעל ווייניגער ביי זיך, און זיין פיזישע אדיקטשען קען ווערען ווייניגער. ווען איינער עסט ווייניגער פאר פרישטיק און דעריבער ביי וועטשערע לאזט ער זיך וואויל גייען, האט ער גארנישט פארדינט. ער האט זיך נישט אויסגעלערנט א געזונטע מהלך צו עסען, ער וועט נישט פארלירען וואג, און מארגען איז דער געראנגעל נישט לייכטער.

דער גאנג פון דער בוך איז נישט צו מאכען אן עסק פון דאס אויפהערען רייכערין. ווען מ'וויל א פאפיראסעל, זאל מען מעלים עין זיין און ווייטער גייען. ביי עסען וועט עס קיינער נישט העלפען, ווייל סוף טאג וועט ער זיך לאזען פאלען. א חוץ ווען מ'האט א געזונטע פלאן, און דער בוך איז נישט דאס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:39 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איינער עסט ווייניגער פאר פרישטיק און דעריבער ביי וועטשערע לאזט ער זיך וואויל גייען, האט ער גארנישט פארדינט.

מהיכי תיתי? נישט ריכטיג. יעדע פונט דזשאנק ווייניגער, אלס געזונטער ביסטו.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם, ס'איז נישט ווייניגער, נאר אפגעשטופט. דער רייכערער רייכערט נישט צוויי ווייל צופרי האט ער נישט געהאט. און צווייטענס, ווילאנג דער מענטש האט נישט קיין מענטשליכע שכל'דיגע צוגאנג צו עסען, וועט ער אייביג בלייבען גראב און נישט געזונט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:54 am
דורך פליקער
ביי מיר איז די חילוק צווישן רייכערען און עסן זייער פשוט, א רייכערער קען אויפהערן רייכערען זייער סימפל, ער ווארפט אוועק זיינע ציגרעטלעך נאכן איינזען און במת מחליט זיין אז עס איז סם המוות, ער וועט סטאפן קאמפליט, ער ברויך נישט צוויי אדער איינץ, עס איז ביי אים אזוי ווי א ציגארעטל אים שבת, אדער ווי חזר. משא"כ עסן קען מען נישט מאכן קיין קאמפליט סטאפ, מען ברויך עסן - נאר מיט א סדר,, די ריכטיגע צייט, די ריכטיגע עסן'ס, און די ריכטיגע מאס, דעריבער איז עס גאר שווער זיך צי באהערשן. אבער די גיטע נייעס איז, אז ווען מען איז מחליט איז אלעס מעגלך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:07 pm
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:אבער די גיטע נייעס איז, אז ווען מען איז מחליט איז אלעס מעגלך.


האלטס אין איין טענה'נען אז ס'ארבעט. I dont wanna burst your bubble איך כ'האף און וואונטש דער ווייטערדיגע הצלחה. אבער % 95 דיעטס בכל אופן שהוא ארבעטען נישט. אפילו דער גרעסטער החלטה אדער רצון העלפט אויך נישט. דעס אז די קענסט אזוי לאנג אנהאלטן איז א זעלטענע ברכה און מעשה ניסים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זאג נאר, דו וואוינסט אין וומסב"ג?

Re: דייעט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:16 pm
דורך פליקער
א גיטן וואלווי האלב פון מיינע תגובות אין דיזען אשכול איז געשריבן פאר דיינע הערות דאכצעך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:19 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאג נאר, דו וואוינסט אין וומסב"ג?


איך וואוין אין Jackson Mississippi ווי מ'עסט פרייד קאקאשקעיק פאר תיקון נאכן דאווענען.

ס'שמעקט דיר א סלייס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:35 pm
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:א גיטן וואלווי האלב פון מיינע תגובות אין דיזען אשכול איז געשריבן פאר דיינע הערות דאכצעך


דער אמת שטעכט נעבעך ווי א מחט בבש"ר החי...

מ'טרייעט זיך מחזק זיין. אלזא, שרייב ווייטער והיו הדברים האלה על לבבנו און אפשר וועט מען נאך זוכה זיין צום מחצית השק"ל לכפר על אכילתנו. אבער זעט אויס אז ס'וועט נאך נישט געלונגען ביז פאר אחד באדר משמיעים על השקלי"ם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
נארמאל האב איך זייער ליב דעם ניק וואלווי, אבער יעצט וועל איך מוזן נעמען די דרייסטקייט און זאגן פאר ר' פליקער, הער נישט אויס דעם וואלווי, לאז דיך נישט איבעררעדן, דו ביסט שטערקער פון אים! האלט זיך פעסט, גיי אן, פארליר פונט נאך פונט, און ווער נישט געשטרויכעלט פון די וואס פרובירן אפצושוואכן דיין התלהבות!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 11:29 pm
דורך וואלווי
אדרבה פליקער, prove me wrong איך פארגין דיך באמת. הלואי ס'געלאנגט מיר אויך. זיי ווייטער מבשר בשורות טובות, נאר נישט בשורה טובה מדשן...

וואס קלענע"ר דער עולם אלס גרעסער דער שמחה.

Re: דייעט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2017 7:42 pm
דורך פליקער
איצט און די פסח צייט בעט איך נאך אמאל דעם עולם זיך צו האלטן צו מיינע תקנות אויפן אשכול 'פסח אויף דייעט',
אגב איצט ווערט צוויי יאר מיט זעקס חדשים וואס איך בין שטעקן ווי א דאר.
קראכן זאלן די אלע וואס האבן זיך געיאוועט אויף מיינע פלאגענישן, און ווי איך לאך פון זיי ווען עס קומט איצט זימער און זיי טראכטן שוין וואס זיי וועלן טיען צי א שוויץ במקומות המכוסים.

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2017 12:19 pm
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:איצט און די פסח צייט בעט איך נאך אמאל דעם עולם זיך צו האלטן צו מיינע תקנות אויפן אשכול 'פסח אויף דייעט',
אגב איצט ווערט צוויי יאר מיט זעקס חדשים וואס איך בין שטעקן ווי א דאר.
קראכן זאלן די אלע וואס האבן זיך געיאוועט אויף מיינע פלאגענישן, און ווי איך לאך פון זיי ווען עס קומט איצט זימער און זיי טראכטן שוין וואס זיי וועלן טיען צי א שוויץ במקומות המכוסים.


ווי אזוי זינגט מיכאל און א מענטש לאכט און גאט לאכט?

פליקער לאכט און וואלווי קראכט, פליקער לאכט און וואלווי קראכט, ווייל נאר דער, מיט פליקער'ס געווער, קען אויספירן דעם פלאן.......

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 1:31 am
דורך הערסטע
מיין עקספיריענס איז, גיין אויף א גוטער דייעט מיט א נארמאלער ניוטרישעניסט קען מען שיין פארלירן און זיך האלטן, איך בין געווען איבער 400 פונט! אין אזוי לאנג ווארטענדיג אויף מיין זעקס חדשים צו ווערן עפראווד פארן סליוו בינעך יעדן וואך געגאנגען צום ניוטרישעניסט, (און איר ניטאמאל געפאלגט הונדערט פראצענט ( און פארלוירן בערך 20 פונט, און 4-5 חדשים! היינט האלט איך שוין א שיין שטיק צייט נאכן אנהויבן צוריק צו עסן ווי א גראבער און איך האב נאכאלץ נישט צוריקגענומען אלעס וואס איך האב פארלוירן... סא די בעסטע איז אז דו ארבעט'ס שוין יא אזוי שווער זע עס צו טוהן אויב די ריכטיגע וועג אזוי וועט זיך עס אויסצאלן אויף שפעטער.

איך האב אביסל געזוכט אויב עס איז שוין דא א אשכול וואס מ'רעדט ארום פונעם "סליוו", נאכנישט געטראפן, אויב איינער קען מיר צופירן וועל איך שטארק דאנקבאר זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 3:05 pm
דורך פליקער
הערסטע האט געשריבן:מיין עקספיריענס איז, גיין אויף א גוטער דייעט מיט א נארמאלער ניוטרישעניסט קען מען שיין פארלירן און זיך האלטן, איך בין געווען איבער 400 פונט! אין אזוי לאנג ווארטענדיג אויף מיין זעקס חדשים צו ווערן עפראווד פארן סליוו בינעך יעדן וואך געגאנגען צום ניוטרישעניסט, (און איר ניטאמאל געפאלגט הונדערט פראצענט ( און פארלוירן בערך 20 פונט, און 4-5 חדשים! היינט האלט איך שוין א שיין שטיק צייט נאכן אנהויבן צוריק צו עסן ווי א גראבער און איך האב נאכאלץ נישט צוריקגענומען אלעס וואס איך האב פארלוירן... סא די בעסטע איז אז דו ארבעט'ס שוין יא אזוי שווער זע עס צו טוהן אויב די ריכטיגע וועג אזוי וועט זיך עס אויסצאלן אויף שפעטער.


איך וויל דיר זייער צורעדן אז דו זאלסט מאכן דעם סליוו ווי אמשנעלסטן, איך בין זייער פראוד פון דיר פארן פארלירן צוואנציג פינט, אבער דיין געזינט וועט נישט שטיין און ווארטן, דו ברויכסט פארלירן א ציפער וואס דו קענסט ניטאמאל חלומען פון דערגרייכן, ובכן איז דיין עקספיריענץ מיט פארלירן אויך זייער נישט מאנסטגעבען, והא ראי' דו האסט זיך ציריק גענימען עסן ווי א גראבער און אויב האסטו נאך נישט צוגענימען עד הנה וועט עס אבער נישט נעמען לאנג און דו וועסט זיך טרעפען מיט א שמיצקעל אריבער.

Re: דייעט

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 3:30 pm
דורך הערסטע
יישר כח,

ניין, איך בין שוין געווען אויף אסאך מיני דייעטס דורכאויס מיינע יארן, רוב דייעטס וואס איך בין געווען האב איך תיקף ווי נאר איך האב אנגעהויבן עסן, אנגעהויבן צירוק צונעמען אלעס וואס איך האב פארלוירן, חוץ די מאל וואס איך בין געגאנגען אויף א נארמאלער ערוואקסענער דייעט, נישט צו איבערגעטריבן און יא מען פארלירט ווייניגער, אבער ביסט אסאך מער פארזיכערט מיט וואס דו האסט פארלוירן...

יא, איך גיי אי"ה מאכן דעם סליוו און לאמיר האפן אז איך וועל קענען טוישן מיין לעבן שטייגער, און מער פון דעם האף איך אז צו לעבן ווי א דארן יונגערמאן איז געשמאק, ווייל א גראבערס לעבן נאך אלעם איז זייער פיין און געשמאק... שוין די עיקר איז אז מ'זאל לעבן.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 3:41 pm
דורך newkave
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], וויפיל האסטו פארלוירן זייט דיין סליוו?

Re: דייעט

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 4:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט קיין סליוו, איך האב אביסל געדייעט. איך האב פארלוירען א שיינע ציפער, אבער איך האב נישט ווייטער געטוהן. דעריבער בין איך נאך דארער ווי איך האב אנגעהויבען, אבער סטאביל. איך דארף נאך פארלירען א שיינע פאר פונט.

איך האב זיך אויסגעלערנט א געוויסע מאס איינהאלטונג, אבער נישט גענוג.

איך פלאן עפעס ווידער אנצוהויבען נאך תשעה באב. ונזכה ונחיה ונראה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 4:18 pm
דורך אישתישבי
פארוואס ווארטען ביז נאך תשעה באב?
אױב נישט יעצט, ווען פין נאך תשעה באב ווערען נאך שבת נחמו וכו'.

Re: דייעט

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 4:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳האט מיט מיין התחייבות׳ן און מיין לעבען, נישט סתם א דאטום. דאס דארף ריכוז המחשבה, פון היסח הדעת קען איך נישט דייעטען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: דייעט

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2017 5:11 pm
דורך ביליג
הערסטע האט געשריבן:יישר כח,

ניין, איך בין שוין געווען אויף אסאך מיני דייעטס דורכאויס מיינע יארן, רוב דייעטס וואס איך בין געווען האב איך תיקף ווי נאר איך האב אנגעהויבן עסן, אנגעהויבן צירוק צונעמען אלעס וואס איך האב פארלוירן, חוץ די מאל וואס איך בין געגאנגען אויף א נארמאלער ערוואקסענער דייעט, נישט צו איבערגעטריבן און יא מען פארלירט ווייניגער, אבער ביסט אסאך מער פארזיכערט מיט וואס דו האסט פארלוירן...

יא, איך גיי אי"ה מאכן דעם סליוו און לאמיר האפן אז איך וועל קענען טוישן מיין לעבן שטייגער, און מער פון דעם האף איך אז צו לעבן ווי א דארן יונגערמאן איז געשמאק, ווייל א גראבערס לעבן נאך אלעם איז זייער פיין און געשמאק... שוין די עיקר איז אז מ'זאל לעבן.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

וועלעכע דייעט ביסטו געגאנגען ווי די האסט פארלוירן 20 פונט ?