בלאט 6 פון 6

Re: היימישע עקטרעוועגאנטע שמחות אין עפערס

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 1:27 am
דורך שטילע אינגערמאן
וואס איז דאס מיט די גלעזער? מהאט געקויפט די עולם נייע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 1:31 am
דורך ליפא
in the lobby of the hall Krausz Hatters cleaning hats and Envision changing nose pads and cleaning glasses

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 1:54 am
דורך יואב
איך פארשטיי נישט וואס ס'גייט דא פאר. מילא א פארשטויבטן הוט, נו, מ'רעדט דאך פון מענטשן וואס אדער וואלגערט זיך דער הוט ביי זיי אין טראנק פאר חדשים, אדער זיצן זיי דערמיט אין כולל שוין פאר יארן.(נאו אפענס, באט דוכט זיך מ'רעדט פון וויזניץ, כ'מיין, איך קען א סך אפגעגאלטע היטן דארט.)

נאויס-פעדס אבער? קודם כל רעדט מען דאך פון וויזניץ, פלאסטיק גלעזער ווי אפגעטשאפטע פיאות צוגלייך איז דאך א חלק פונעם אוניפארעם, און פלאסטיק גלעזער פארמאגט דאך נישט קיין נאויס-פעדס. די בעסערע חברה ווידער גייען ווייטער מיט פלאסטיק גלעזער, טאקע נישט פון זעלבער סארט; נאויס-פעדס פארמאגט דאס אבער נאך אלץ נישט. ווייטער א גרויסער ציבור פארמאגט בכלל נישט קיין גלעזער, ווארום זיי טראגן קאנטעקט-לענסעס, האבן געמאכט לעזער סורדשערי אדער האבן פאר א טשעינדש גוטע אויגן. און דער איבריגער המון וואס טראגט יא מעטאלענע צי רימלעס ברילן הייסט עס זענען ערשיינען צום שבע ברכות פעד-לאז? מ'רעדט דא פון קליינע קינדער וואס צעבייסן די פעדס? וואס גייט דא פאר?

Re: היימישע עקטרעוועגאנטע שמחות אין עפערס

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מסתמא וועגען דעם האבען זיי באקומען א גוטע דיל אויפ'ן נאוז-פעד פאררעכטער, too good to pass up.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 7:59 am
דורך שמעון וואלף
כ'האב געהערט אז שיך פיצער זענען אויך געווען דארט אין לאבי. אויך האט יעדער באקומען מיט די אינוועטעישן א פופציג דאלארדיגע קיופאן פאר א בעבי סיטער. ס'דא דארט קאמפעטישאן צווישן דוד שמחה סימקאוויטש און וואלווי לאנדא ווער ס'קען איבערשטייגן דעם צווייטענס משוגעת'ן.

Re: היימישע עקטרעוועגאנטע שמחות אין עפערס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 2:53 pm
דורך HotCoffee
נעקסטס מאל זאל מען שטעלן א טיש מיט Heir Spray & Gel, מ'זאל זיך קענען שיין באפוצן די בארד און פאות בעפאר מען גייט אריין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 3:16 pm
דורך פליקער
וואס זענען שילדיג די וויזניצע קוטשמע אידען אדער די וואס זייערע ברילען זענען שוין געוועין אזוי שמיציג אז זיי האבן ניטאמאל געזען די ברילן פיקסער מען

איך האב געהערט א וואויס נויט און די בשם וויזניצע הערן נישט אויף צי דערמאנען ארוינעם זלוינעם, וואץ אפ וויט דעט

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 12:25 am
דורך שמעון וואלף
לעצטענס א פרישע משוגעת אז יעדע צווייטע ראצער לייגט קאלירטע לייטס ביי שמחות, בר מצוה וואכנאכט וכדומה.

זאל יעדער טון וואס ער וויל געזינטערהייט אבער מ'זאל געדענקן אז ס'איז א משוגעת און מ'מוז עס נישט נאכמאכן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
האלב מיליאן דאלער חתונה היינט אין עטרת חיה

Freilech Band 41 Pcs.
Balti From Israel #Clarinet
Pinky Weber
Shloime Daskal
Shmueli Ungar
Child Solo. Dani Mendlewitz
Yedidim Choir 9 Ppl
A Gershy Moskowitz Production

Re: היימישע עקטרעוועגאנטע שמחות אין עפערס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 8:53 pm
דורך גראף
די וואס מען דינגט פרייען זיך מיט די געלט. און מארגן וועט קיינער שוין נישט געבן קיין דעם.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 12:02 pm
דורך לך לך
נעכטן אין כתר רייזל אויף ווילסאן געווען א תנאים
אזאנס און אזעלעכס

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:20 pm
דורך [NAMELESS]
Jungle Themed Sheva Bruches by Beitel from the big wedding this week

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 3:10 pm
דורך לך לך
די שבת איז אפגעראכטן געווארן א... בר מצווה.. אין שטאט מעזעביזש / בארדיטשוב... מיט שירה, ליפא מאטא פראנק און ווער נישט..

וואס איז נעקסט?