בלאט 6 פון 7

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:31 pm
דורך קל וחומר
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז געוועהן א פרוי וואס ווען זי האט געלייענט קריאת שמע מיט איהרע קינדער פלעגט זי זאגען...

המלאך הגואל אותי מכל, רע יברך את הנערים

אין מאנסי איז געווען א איד וועלכער פלעגט זינגען ביי שלוש סעודות: יגיע כפיך, כי תאכל אשריך, כי טוב לך אשתך...

[אה... ס'גראמט גאר.]


דערמאנסט מיר פון דעם אידל פון בודאפעסט (נישט ליטוואק) וואס זאגט יעדע אינדערפרי 'לעולם יהא, אדם ירא, שמים בסיי...'

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז געוועהן א פרוי וואס ווען זי האט געלייענט קריאת שמע מיט איהרע קינדער פלעגט זי זאגען...

המלאך הגואל אותי מכל, רע יברך את הנערים

אין מאנסי איז געווען א איד וועלכער פלעגט זינגען ביי שלוש סעודות: יגיע כפיך, כי תאכל אשריך, כי טוב לך אשתך...

[אה... ס'גראמט גאר.]


דערמאנסט מיר פון דעם אידל פון בודאפעסט (נישט ליטוואק) וואס זאגט יעדע אינדערפרי 'לעולם יהא, אדם ירא, שמים בסיי...'

ענק דערמאנען מיך פונעם אלטן [י"א משכיל'ישן] ניגון.
כלומר'שט גראמען, באמת - ליצנות בעלמא:


לכה דודי לקראת כַ,

טארארארא לָה פני שַ,

טארארארא בת נקַ,

טארארארא בלהָ...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:48 pm
דורך קל וחומר
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:עס איז געוועהן א פרוי וואס ווען זי האט געלייענט קריאת שמע מיט איהרע קינדער פלעגט זי זאגען...

המלאך הגואל אותי מכל, רע יברך את הנערים

איהר מאן האט איהר געזאגט אז מען זאגט נישט אזוי, מען זאגט הגואל אותי מכל רע

זי האט אבער געזאגט אז אזוי האט איהר מאמע געזאגט...

איז ער געגאנגען צום פריער'דיגע סקולענער רבי ז"ל

האט ער געזאגט אז איעדע פרייטיג ביינאכט קומט דער מלאך רע בענטשען איעדען און קיינער פרעגט גארנישט, זי מעג זאגען ווייטער אזוי אוין עס איז אויך אל תיטוש תורת אמך. און די ברכה וועט קומען.

אגב, דוכט זיך אז די סיפור ווערט געבראכט אין די בוך 'מבית אבותיי ורבותיי'.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk


איך האב נישט געהערט פון די בוך, איינער האט עס מיר דערציילט. א חילוק ווי עס שטייט? איעדע מעשה שטייט ערגעץ. עס איז א שיינע מעשה


סתם געברענגט די מקור ווייל דארט האסטעס מיט די נעמען פון מאן און ווייב, ומילתא 'אגב' אורחא קמ"ל אז דער בוך איז מלא וגדוש מיט אזאנא שיינע טשיקאווע סיפורים'לעך. ולהכי כתבתי 'אגב' ודו"ק.

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 12:12 am
דורך געוואלדיג
אדנירם האט געשריבן:ענק דערמאנען מיך פונעם אלטן [י"א משכיל'ישן] ניגון.
כלומר'שט גראמען, באמת - ליצנות בעלמא:


לכה דודי לקראת כַ,

טארארארא לָה פני שַ,

טארארארא בת נקַ,

טארארארא בלהָ...


משכילישע ניגון? אינטרעסאנט פאר מיר צו הערן, מיין מאמע תחי' האט מיר אויס געלערנט דעם ניגון כד הווינא טליא.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 12:15 am
דורך ירא שמים
קל וחומר
"מבית אבותי ורבותי", הרב בערל האלבערשטאם
viewtopic.php?t=6926

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 9:05 am
דורך א איד
לאמיר צוריק גיין צום נושא. ובזה החלי

143. אנשטאט צו זוכן דאס ליכטיגקייט, ווער א חלק דערפון.
144. צינד אן דאס פינק פון מעגליכקייט צו א פלאם פון דערגרייכונג.
145. מאך פון דיר אזא מענטש, מיט וועם זאלסט זיין צופרידן מיט עם צו וואוינען א גאנץ לעבן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 2:53 pm
דורך קל וחומר
If you like 'likes', 'like' others!

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:36 am
דורך א איד
אויב דו לייקסט א לייק, לייק אנדערע

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 5:25 pm
דורך א איד
147. נישט יעדער וואס רעדט שטאט ווייסט וואס ער רעדט.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 12:55 pm
דורך א איד
148. אויב דו ביזט נישט צופרידן מיט וואס דו האסט, וויאזוי וועסטו זיין צופרידן מיט מער.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:19 pm
דורך הוגה
א איד האט געשריבן:148. אויב דו ביזט נישט צופרידן מיט וואס דו האסט, וויאזוי וועסטו זיין צופרידן מיט מער.


סיריעסלי? ווייל וואס איך האב איז נישט גענוג. דוד המלך איז געווען אביסל קלוגער, ווען מ'האט אים געזאגט אין הקומץ משביע את הארי האט ער געהאט א קלוגערע אנטווארט.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:40 pm
דורך א איד
אז וואס גייטס אין מלחמה אריין?

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:51 pm
דורך קל וחומר
הוגה, האסט נישט גוט אפגעלערנט.
יש לו מנה רוצה מאתיים, דהיינו דיין אומצופרידנקייט קומט פון דאס וואס דו האסט.
יעצט לערן ווייטער...

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:53 pm
דורך הוגה
אזוי זאגסטו. און איך זאג מהיכי תיתי.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
ער זאגט נישט, די מדרש זאגט. אז דו דינגסט זיך מיט די מדרש דארפסטו זאגן עפעס א סברא.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:59 pm
דורך קל וחומר
איך?
חז"ל!

ופוק חזי מאי עמא דבר.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:05 pm
דורך הוגה
ער זאגט אז דער פאקט אז איך בין נישט צופרידן יעצט צייגט אז איך וועל נישט זיין צופרידן ווען איך האב מער. זאג איך אז דאס איז נישט אמת, ווייל ווען איך וועל האבן מער וועט די סיבה פון מיין אומצופרידנקייט מער נישט זיין.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:08 pm
דורך קל וחומר
טאמער איז די סיבה די 'יש לו' וועט וואו מער 'יש לו' ס'וועט זיין, וועסטו זיין מער אומצופרידן.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:13 pm
דורך הוגה
"טאמער". אבער די סיבה פון זיין אומצופרידנקייט איז דאך צוליב זיין אין לו.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:19 pm
דורך קל וחומר
יא, אבער די יש לו איז דער גורם אז ער זאל וועלן די אין לו.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
והכל לפי מה שהוא אדם

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:01 pm
דורך הוגה
קל וחומר האט געשריבן:יא, אבער די יש לו איז דער גורם אז ער זאל וועלן די אין לו.


דאס מאכט נישט קיין סענס פאר מיר. ווייל איך האב האלב פון מיין רענט, פארדעם וויל איך מיין גאנצע רענט? נישט ווייל איך 'דארף' פשוט מיין גאנצע רענט? ביטע ערקלער.

Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:18 pm
דורך קל וחומר
די רענט דארפסטע בהכרח, דא רעדט מען פון וואס דו 'ווילסט האבן'.
ולא פליגי.