בלאט 6 פון 7
די גלאז איז האלב ליידיג
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:06 am
דורך יאסל ראקאווער
און דערצייט וואס דער עולם שטוינט אויף א שחצנות פון א מענטש. וואונדער איך זיך צו האט ער זיך טאקע געהאלטען אזוי גרויס ווי די וועלט האלט פון ר' נחמן? אדער, ווי ס'איז שטארק מסתבר, האט ער געהאלטען ר' נחמן אזוי קליין ווי זיך?!
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:06 am
דורך שלמה המלך
יא ער איז אליין געוועהן ביים ציון נישט דורך בלוטוט, ער איז מיטגעפארען מיט די מטה.
יא עס איז שוין פון לאנג די שידוך אבער עס האט זיך געשלעפט און געשלעפט! אויסגעפירט געווארען איז עס למעשה יעצט!
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:42 pm
דורך קרעקער
און דערצייט וואס דער עולם שטוינט אויף א שחצנות פון א מענטש. וואונדער איך זיך צו האט ער זיך טאקע געהאלטען אזוי גרויס ווי די וועלט האלט פון ר' נחמן? אדער, ווי ס'איז שטארק מסתבר, האט ער געהאלטען ר' נחמן אזוי קליין ווי זיך?!
דעס איז א אלטע חקירה אויף שמואל וויעדער ווען ער שרייבט אין בלאט (די זעלבע יעדער אויף זיין רבי) אז ר' אהרן איז אזוי גרויס ווי די יטב לב, צו ער מיינט גרויס צו מאכען ר' אהרון, אדער אראפצוברענגען דעם יטב לב, די מטרה איז זעכער די זעלבע
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:41 am
דורך גאנצל
די חקירה איז שוין נאך עלטער ווען שלמה יענקל באשרייבט ר' יוא' מסאטאר ז"ל צו ער וויל מאכן ר' יואל פאר א מלאך אדער ער וויל אונז זאל מיר פארשטיין אז א מלאך איז אויך נישט אזוי גרויס כלפי ר' יוא' ז"ל
ווי האט אמאל א עלטערע ליבליכע אידל מיט א שמייכל אויפ'ן פנים און א באחן'ט איינגעקנייטשט שטערן געזאגט פאר הרה"צ ר' שלום אליעזר אב"ד סאטמאר ב"פ 15 ווען ער איז נאך געווען א בחור'ל
"דו ווייסט פארוואס די שטוב (ווער געדענקט נאך.....) האט ענק אזוי פיינט. ווייל ווען מ'זעהט ענק דערמאנט מען זיך אז די רבי איז א ילוד אשה......ודפח"ח
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
כבוד הרב גאנצעל
עזריאל האט געשריבן:איך שעץ זייער די פאקט אז די נעמסט דיך אן פאר דיין פארטיי, נאך אלעם האסט לכאורה דארט געלערנט אין ישיבה און די שיקסט דיינע קינדער דארט און די מוסדות במילא שעץ איך דיר פאר דיין הכרת הטוב וואס די פארמאגסט פאר זיי,
היינו טעמא דשמואל ווידער היינו טעמא ד'שומרים
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:11 pm
דורך שעפטל
והיינו טעמא פון אלע מעשה ביכלעך פון אלע גדולים...
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:26 pm
דורך איך אויך
[tag]גאנצל[/tag] איך כאפ נישט דעם ליבליכן אידל'ס ווארט ,קענסט אפשר עקספלעינען?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:17 am
דורך [NAMELESS]
איך הער יעצט אז אונטערן טיש קאכט זיך א הייסער מחלוקה. דער צווייטער זון האט א צוואה ווי ער זאגט אז ער דארף איבערנעמען די לייצעס און יבניאל. אבער דער עולם דארט וויל נישט וויסן דערפון דערווייל. זיין הויז אין מאנסי איז שוין פאר סעיל.
דער עלטצטער זון פארופט זיך שוין רב אין די ב"פ בית מדרש, ער מאכט שוין תקנות דארט כדרך המתחילים ברע'ביסטעווע און דער עולם וויל פון דעם אויך אויך נישט וויסן.
ס'האט זיך שוין אויך געפענט א נייע בית מדרש פאר די וואס ווילן נישט דעם עלטצטען פאר רב.
א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב
אפאר באחנטע יודן וואס האבן אייביג א גוטס אין מויל גייען דיר זאגן אז דער עלטצטער זון איז ברסלב 45...... חא חא חא... דא ברויך מען לאכן.... ווייל ס'איז עכט א דזשאוק
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:03 am
דורך גאנצל
איך אויך האט געשריבן:[tag]גאנצל[/tag] איך כאפ נישט דעם ליבליכן אידל'ס ווארט ,קענסט אפשר עקספלעינען?
אויב ביסטו אויפגעוואקסן אין סאטמאר דארפסטו פארשטיין די ווארט
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 10:44 am
דורך Kool man
קען אפשר איינער דא בעסער אויסוועלגערען די מערכה מיט מער פרטים? וויאזוי הייסט די עלטערער זוהן, די יונגערע? וואו וואוינען זיי? וואו זענען זיי איידעמער? וואס איז מיט יואלי רוטה? און מיט אלע אנדערע וואס יאווען זיך צו ווערען ממלא מקום'ס דא?
ברסלב'ער אוואו ביסטו אנטלאפען? לייכט אונז אויף..
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:13 pm
דורך איחוד פעלד
כ'מיין אז דער עיקר סיבה פאר א גרעסערע מחלוקת דארט,איז ווייל דארט איז עמטליך געפרעדיגט געווארען אז זיי זענען אנדרעש פין אנדערע חסידות'ן, ביי זיי איז נישט קיין ביזנעס,.ממילא.ברענגט עס אז אלע קינדער און תלמידים וועלען האלטען אז זיי זענען די מערסטע ראוי.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 10:30 pm
דורך סאו וואט
אונטרעסאנט, געהערט פון משפחה קרוב פונעם צדיק פון יבניאל, ווען כ'האב איהם געפרעגט צו דער צדיק איז געוועהן צוקריגט מיט'ן טאטע? אז ער האט איהם אויסגעלאזט פונעם מציבה? און דערמאנט דער טאטענס נאמען? ענטפערט ער מיר, אז ער איז בכלל נישט געוועהן צוקריגט מיטן טאטע, אדרבא, זיי זענען זייערע גוט געוועהן, נאר ווען ער האט געשריבען זיין צוואה, האט זיין טאטע נאך געלעבט, און ס'איז פשוט ארויס פון קאפ צו דערמאנען זיין טאטענס נאמען אויפן מציבה און נאך אלס מיטן טיטל זצ"ל.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:38 am
דורך קאווע טרינקער
עזריאל האט געשריבן:א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב
נישט ריכטיג. ס'איז ניטאמאל שייך א מחלוקת דאהי (אויסער אין יבנאל). פונקט ווי אמאל, איידער חסידותן זענען געווען פארטייען, ווען א רבי איז אוועק, האט יעדע חסיד זיך אויסגעוועילט א רבי לויט זיין געשמאק. און ממש אזוי שפילט זיך דא אפ. יעדער גייט צו וועם ער וויל.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 8:42 am
דורך איחוד פעלד
נאר אביסעל אנדרעש וויאמאהל, אז אמאהל האט א רבי איבערגעלאזט אפאר יתומים און עקספענסעס פלאס אפאר מנהגים, היינט לאזט א רבי איבער א אימפעריע פין פיפציג מיליאן און א באנטש טינופת.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 9:33 am
דורך ברוך שאמר
עזריאל האט געשריבן:איך הער יעצט אז אונטערן טיש קאכט זיך א הייסער מחלוקה. דער צווייטער זון האט א צוואה ווי ער זאגט אז ער דארף איבערנעמען די לייצעס און יבניאל. אבער דער עולם דארט וויל נישט וויסן דערפון דערווייל. זיין הויז אין מאנסי איז שוין פאר סעיל.
דער עלטצטער זון פארופט זיך שוין רב אין די ב"פ בית מדרש, ער מאכט שוין תקנות דארט כדרך המתחילים ברע'ביסטעווע און דער עולם וויל פון דעם אויך אויך נישט וויסן.
ס'האט זיך שוין אויך געפענט א נייע בית מדרש פאר די וואס ווילן נישט דעם עלטצטען פאר רב.
א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב
אפאר באחנטע יודן וואס האבן אייביג א גוטס אין מויל גייען דיר זאגן אז דער עלטצטער זון איז ברסלב 45...... חא חא חא... דא ברויך מען לאכן.... ווייל ס'איז עכט א דזשאוק
באבעוו ?? וועלכע באבעוו?
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:23 pm
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב
נישט ריכטיג. ס'איז ניטאמאל שייך א מחלוקת דאהי (אויסער אין יבנאל). פונקט ווי אמאל, איידער חסידותן זענען געווען פארטייען, ווען א רבי איז אוועק, האט יעדע חסיד זיך אויסגעוועילט א רבי לויט זיין געשמאק. און ממש אזוי שפילט זיך דא אפ. יעדער גייט צו וועם ער וויל.
זייער גוט ארויס געברענגט.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 2:22 pm
דורך הדד בן בדד
Kool man האט געשריבן:קען אפשר איינער דא בעסער אויסוועלגערען די מערכה מיט מער פרטים? וויאזוי הייסט די עלטערער זוהן, די יונגערע? וואו וואוינען זיי? וואו זענען זיי איידעמער? וואס איז מיט יואלי רוטה? און מיט אלע אנדערע וואס יאווען זיך צו ווערען ממלא מקום'ס דא?
ברסלב'ער אוואו ביסטו אנטלאפען? לייכט אונז אויף..
דער עלטערער זון הייסט זושא, דער אינגערער מוישי (נתן משה שמואל), דער עלטערער וואוינט ביי די עלטערן אין שטוב דער אינגערער אין מאנסי. דער עלטערער איז א גרוש דער אינגערער איז אן איידעם ביי א ראטטענבערג פון די קאסאנ'ער\קאזעווע משפחה (א קרוב, ווייל זיין מאמע איז אויך א ראטטענבערג).
יואלי ראטה (אדער רוטה...) איז א תלמיד פונעם מוהרא"ש. יעדער פון די דריי אויבנדערמאנטע טרייט צו כאפן וואס מער פון זיין טאטנס מענטשן, האפענדיג אזוי צו מאכן פרנסה. זאל דער אויבערשטער זיי אלע געבן וואס עס פעלט זיי.
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 4:24 pm
דורך געוואלדיג
איך האב געהערט אז עס איז אויך דא עפעס א תלמיד וואס איז געווען זיין כותב וואס געבט איבער שיעורים אין היכל הקודש איך ב"פ און אסאך קלעבן צו איהם,
ווייסט איינער מער פרטים?
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
דו מיינסט הרב לעססער א ליטוואק מיסודו, ער האט זיך מדבק געווען אין מוהרא"ש העכער 40 יאר צוריק ולא ימוש מתוך אהלו,
די עלטערע און מער ערנסטע תלמידים זענען פאר עם, די יונגערע און די מער פרייליכע גלייכן בעסער די מהלך פון הרב יואל,
פארשטייט זיך אז עס וועלן זיין וואס וועלן גיין צו ביידע,
די קינדער לויט ווי איך הער בעיקר די עלטערע אין ב"פ האבן ווייניג הצלחה,
די ביהמד"ר אין ב"פ איז פארמאכט לעת עתה,
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 6:19 pm
דורך קאצקע ציקער
אז מען טראכט אריין אזוי וואלט געדארפט זיין ביי אלע חסידות'ער, די רבי שטארבט און די חסידים ג'יין צו וועם זיי ווילן!! אין די קינדער פונים רבין האבן זיי אין בארד
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:07 pm
דורך [NAMELESS]
איינער שיקט מיר יעצט אז היינט נאכט איז דא א שיעור פון הרב יצחק לעססער אין ביהמד''ר היכל הקודש די אדרעס איז 1139 53 st.
איינער ווייסט מער פרטים
נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:49 pm
דורך [NAMELESS]
ברעקינג!! די ראש ישיבה הרב יואל האט געהייסען זיינע אנהענגער זיך משתתף זיין ביים שיעור פון הרב יצחק לעזער, ווי איך פארשטיי וועט זיך הרב יואל אויך דארט זיין.
נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
די צוואה פון הרה"צ מוהרא"ש זצ"ל וי ער צוטיילט זיין ירושה צו די צוויי אייניקלעך זיינע בני בנו הר"ר משה שליט"א.