בלאט 6 פון 7
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
דורך לעמיל
די צוויי אויתיות קש לאזט זיי נעבעך נישט שלאפן
אויף אייוועלט
BEFORE
Screenshot_2015-02-25-23-59-42-1-1.png
AFTER
Screenshot_2015-02-26-00-10-53-1-1.png
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:08 am
דורך לעמיל
יעצט האבן זיי געמאכט א עפטיר עפטיר
אפשר יעצט וועט ער קענען אנשלאפן...
Screenshot_2015-02-26-01-05-56-1.png
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:23 am
דורך פרייוויליג
חסידישער ארטיסט מאלעוועט נאך דאס נייע אנטדעקטע פילם פונעם חפץ חיים און אנדערע גדולים ביים ערשטען אגודה קאוועקשאן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:17 am
דורך סאשי פיש
דעקל פונעם איד.
זיי האבען מורא צו שרייבען ווידיא...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:22 am
דורך ישראל קאפקע
סאשי פיש האט געשריבן:דעקל פונעם איד.
זיי האבען מורא צו שרייבען ווידיא...
אדער כניסה גדולה און אגודת ישראל...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:23 am
דורך ירח בן יומו
די וואטער מארק פון ק"ש זעט מען אין די איד?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:20 pm
דורך נופת צופים
פאר די נאן - ק"ש באפעלקערונג און אזוי אויך די אלע וואס האבן נישט די אלע כלים מכלים שונים איז שוין דא צו באקומען די נייע ווידיאו אין ביהמ"ד פאר פיר דאללער.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:00 pm
דורך סאשי פיש
לעבעדיגע...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:36 pm
דורך גנדי
לעבעדיגע בילדער.
גאונים אין בת היענה שרייבעריי...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:48 pm
דורך יואליש
גנדי האט געשריבן:לעבעדיגע בילדער.
גאונים אין בת היענה שרייבעריי...
אזא צוקאליעשטן פנים האט די גע'פילטערט'ע נייעס. הכל יודעין פון וואס מ'רעדט, יעדער זעהט עס, אבער חלילה אנריפן דעם שגץ ביים נאמען (ווידיאו) וואס קען חלילה ארויסריפן זלזול כלפי א באנקראטירטע גדר פון די 90ער יארן. די ליצנות איז פיל גרעסער מיט דעם וואס קינד און קייט שמועסט אויס פונקטליך וויאזוי יעדע פובליקאציע האט זיך אן עצה געגעבן אן ארויסשרייבן די "וו" ווארט.
"די עמפערער מיט פיל קליידער אין די קעניגליכע פאלאץ" איז וויאזוי מ'וואלט בייאונז באריכטעט א נאקעטן קעניג אויפן גאס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:56 pm
דורך מאטי
די "וו" ווארט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:04 pm
דורך איך אויך
איך אויך האט געשריבן:וואס איז דער קאנעקשן צווישן לעדערער און מארך?
דעם וו' (לעבעדיגע בילד) איז עפעס באשערט ספיקות'עריי. צו אידאס ווער און וויאזוי די אנטדעקונג איז פארגעקומען ,אדער צו מען זעהט דערויף דעם כהן הגדול מאחיו צו גאר דער ליוזשנער קצב. דערנאך וועם פונקטליך מען זעהט דערויף פון דער ערשטער מאכנאווקער רבי (לויט די בארד) ביז ר' שלמה באבעווער בחור'ל ועוד.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:46 pm
דורך שעפטל
איך קלער נאר אזוי צו מיר, פארוועם באריכטן די צייטונגן די נייעס פונעם "לעבעדיגן בילדער רעקארדירונג"?? פאר די אידן וואס האבן עס נאכנישט געזעהן? די דריקן אויס זייער אפשיי פון רעדן בכלל פון א מאווי וואס מ'קען אודאי נאר זעהן אין טיאטער ר"ל. טפוי!
פאר די וואס האבן עס שוין געזעהן???
אגב, שיינע זאך פונעם מאמענט פארן שרייבן [tag]ונבנתה העיר[/tag]'ס נאמען, ס'וואלט אבער געמעגט שטיין ווי ער האט דאס געלייגט...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
מאדנע ווי דער בלאט איגנארט די גאנצע זאך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
זיי זענען נאך פון די פך שמן טהור וואס אדווערטייזען נישט קיין ווידעאס,
דער באשעפער איז נישט פארלאזט אינגאנצן,
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:50 pm
דורך איש את רעהו
ראשעקאל האט געשריבן:מאדנע ווי דער בלאט איגנארט די גאנצע זאך
אסאך מאל איז 'דער בלאט' זייער שטארק געשטימט פאר סאטמאר
היות דער קליפ אידאך אן אגודה צאמקום, האט דער בלאט עס נישט באריכטעט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:27 pm
דורך פלאוויוס
'דער איד' מאכט קלאר אין דער באריכט אז די אגודה פון יענער צייט האט נישט קיין שום שייכות צו דער אגודה פון היינט, און ס'איז ממש לא קרב זה אל זה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:18 pm
דורך chusid
נאכן הערן די אינטערוויא אויף קול מבשר מיט הרב יוסף צבי הלוי בילער ווי ער איז מסביר די היסטארי פון בילדער און ווידיאו קען גאר זיין אז 'לעבעדיגע בילדער' איז מער מדיוק און עס איז אפשר אפילו די כונה פונעם שרייבער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן: וויאזוי יעדע פובליקאציע האט זיך אן עצה געגעבן אן ארויסשרייבן די "וו" ווארט.
בעסער ווי "די צייטונג" וואס נוצט די 'פ' ווארט...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:15 pm
דורך פרייוויליג
פלאוויוס האט געשריבן:'דער איד' מאכט קלאר אין דער באריכט אז די אגודה פון יענער צייט האט נישט קיין שום שייכות צו דער אגודה פון היינט, און ס'איז ממש לא קרב זה אל זה.
עס וועט קיין באבקע מוח דאקטעריי פאר זיי גארנישט העלפן. דער הייליגער חפץ חיים איז געווען אין די אגודה, וזה הא. עס איז דא כמה סאטמורים וואס קענען דערמיט נישט שלום מאכן. און לאכט נישט, איך האב אמאל געהערט אז די עקסטרימע סאטמארער לערנען נישט קיין משנה ברורה..
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 7:23 am
דורך איש את רעהו
נישט נאר די חפץ חיים אויך די מייסדי העדה החרדית צו קעמפן קעגן ציוניזם און אלע פארטייען פון ציוניזם , איז מתחילה אויכעט געווען פאראייניגט מיט די צעירי אגודת ישראל
איינמאל עס האט אנגעהויבן געשען די שנויים כמבואר במקטאוויץ עד ה' אייר האבן אסאך גרויסע לייט וואס האבן געשטיצט די אגודה זיך אפגעשיידט פון זיי און געפענט א אייגענע כח פון די עדה החרדית
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 8:51 am
דורך יאסל ראקאווער
This Film the property of Fox News. Cuts and rejections not to be returned.
https://m.facebook.com/113678122009463/ ... 80/?type=1ס'זעעט אויס אז ס'איז דא נאך א ספר תורה אין היכל ביי פאקט ניוס. האבן אונז נאך נישט די מזל עס צו זעען. ונזכה ונראה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 9:12 am
דורך [NAMELESS]
ארטיקל אין. הפלס אויף דעם היסטארישן ווידעא,
הפלס