בלאט 6 פון 8
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יואליש האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:מרן נתארס עם זיווג הגון בשעה טובה ומוצלחת.
יה"ר שהזיווג יעלה יפה יפה אמן.
יעצט גערעדט מיטן רב און ער האט באשטעטיגט דעם תדשן עצם. און זיך אויסגעדריקט בלשונו "מ'גייט מערצשעם צושטעלן א געהעריגע פארטי לכל אנ'ש נאך פסח".
דער פארטי איז שוין געווען?
אקעי, מ'עט מוותר זיין. אבער כאטש א שבע ברכות צו א חתן מאהל? ווען איז די חתונה?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 9:10 am
דורך [NAMELESS]
חתן מאהל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:52 am
דורך כוכב
אומצאליגע געסט זענען געקומען צו פארן מיטהאלטן די געהויבענע שמחת ביז צדיקים ווען דער רבי שליט"א איז נעכטן געפירט געווארן אונטער דער חופה בשעה טובה ומוצלחת וועלכע איז פארגעקומען אין עיר מלאה חכמים וסופרים פלארידע, די בארימטע קור ארט פאר צדיקים וגדולי ישראל נאך מימים ימימה.
די חופה איז לעבעדיג מיטגעהאלטן געווארן אויפ'ן ספר הפנים דורך אלופי אלפי חסידים וואס האבן נישט עספיעט זיך צו משתתף זיין ביי דער חתונה מקירוב מקום. צו דער באשטימטער צייט איז כ"ק אדמו"ר שליט"א אריינגעקומען מלובש מיט די פאטריאכאלישע שטריימל און שניי ווייסע בעקיטשע, און א דיק פארשנירטן גארטל אויף די לענדן. די חופה איז געווען פרעכטיג באצירט מיט ציצים ופרחים כנתינתן מסיני בסוד יום חתנותו זו מתן תורה, א הימלישן שמייכל איז געווען נסוך על פניו במשך דער גאנצער חופה באזונדער האט זיך דער רבי אנגעלאנט אויף א טיש בסוד וידי משה כבדים, ומי יבוא בסוד קדושים.
מי בן שיח איז פארגעזינגען דורכ'ן בארימטן משורר ר' זאבי ווייספעלד פון טרייענגל קאלישאן, ומגדולי ראשי קהלת אלעסק, וועלכער האט דערנאך אנגעפירט מיט'ן גאנצן מעמד החופה. א חשוב'ער נשיא פנים מעדת חב"ד איז געזען געווארן אפכאפן לעבעדיגע ווידעא פונעם מעמד החופה.
א חשובע דעלעגאציע פון קאווע שטיבל איז אראפגעפארן זיך פערזענליך באטייליגן ביי דער חתונה. יאיר און יואב זענען מכובד געווארן מיט די עדי קידושין (אוי גילוי).
א רייע בארימטע רבנים זענען געקומען זיך באטייליגן ביי דעם געהויבענעם שמחת בית צדיקים: דער טאראנטער רב, אן עלטער פעטער איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, דער מיאמי רב איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען. א באזונדערער רושם האט געמאכט די ערשיינונג פון סערעט וויזשניצער רב פון מאנסי וועלכער איז אויך מכבוד געווארן מיט א ברכה.
מיט טלית לייגן און שטריימל לייגן איז מכובד געווארן דער באיאמער ראש הקהל, דערנאך האט דער חתן געמאכט א פייערדיגע שהחיינו און א להתעטף (בהברה חסידית, כדי לערבב השטן) ולאחר העטיפה פרס את השמלה ע"ג נוו"ב בסוד רב יהודה רמי תכילתא לפרזומא דאינשי ביתיה יעוי' מנחות מ"ג א' וברבינו גרשום שם דר"י ואשתו השתמשו באותו טלית.
בשם המון אוהדי ומעריצי מרן שליט"א בכל קצוי תבל ומכל שכבות העם וואונטשן מיר א הארציגן מזל טוב עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים, שהזיווג יעלה יפה יפה ויתברך בגפ"ן פורי' ופורחת עושר ואושר וכל טוב סלה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:23 pm
דורך ונבנתה העיר
העי! דעם רבי'נס בריוו האסטו אויסגעלאזט...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:08 pm
דורך יואליש
און די יום החופה געפראוועט מעוטף בטלית בארוועס מיטן פנים צו די גלי הים והידים פרושות ככרובים, הלא הם כתובים בספר הפנים.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:14 pm
דורך אברך משי
קען מען פילייכט ערגעצוואו זען מראות קודש פון דעם מחזה הוד?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:29 pm
דורך סימפל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:36 pm
דורך אברך משי
א הארציגן דאנק אייך
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:45 pm
דורך כוכב
ביי דער חתונה האט דער בארימטער מגיד מישרים און שריפטשטעלער הרב לעווין אויפגעטרעטן בסוד ענין רעים אהובים והליכה בקראקים וכו' וכו'.
Re: כי ביצחק יקרא!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 3:10 pm
דורך קל וחומר
כ'זעה אז די אנפין דלבר איז יונק מנוקבא און די כתר היא חכמתא איז יונק מדוכרא, והוא רחום יכפר כו'.
מ'דארף רעזערווירן פארן רב די נייע ניק 'מיאמי'.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:05 pm
דורך סימפל
מיר איז זייער אינטרעסאנט געווען צו זען א חתן מיט א פולען חסידישן לבוש שטייט אונטערן חופה רואיגערהייט מיט א שמייכעל אויפן פנים, און ווארט אפ זיין כלה פרייליכערהייט. ׳כחתן לקראת כלה׳ אין פולען זין פון ווארט. ווי איידער שטיין אונטער די חופה און זיך סיסטעמאטיש שאקלן ווי א לולב אין רבינס הענט, אן קיין שום זעלבסשטענדיגקייט. א ספעקטאל וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:15 pm
דורך סמבטיון
קען איינער אריינקומען מיט מער פרטים? וואס איז דאס זיווג ראשון אדער שני? פארוואס איז די חתונה געווען אין מיאמי?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:21 pm
דורך moshav zekeinim
זיוג שני פאר ביידע. ביידע האבן קינדער. זי איז ממקור פון פראנקרייך א טאכטער פון א חב"ד שליח.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:37 pm
דורך סמבטיון
וואס איז און קורצן זיין היסטאריע?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:51 pm
דורך שמערל
דא איז נישט קיין קאנטרי רינג. ביטע יאכנען ערגעץ אנדערש.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 8:05 pm
דורך סמבטיון
שמערל איך זוך נישט צו יכנעווען, היות מען האט דא גערעד פון אים וויל אביסעל הערן איבער אים, איך בין נאך נישט דא געווען ווען מען האט אים מכתיר געווען אלס רב פון קאווע שטיבל, סא קענסט מיר זאגן וואס דיין פראבלעם איז?
Re: כי ביצחק יקרא!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 8:11 pm
דורך שמערל
דיינע שאלות זענען געווען איבער זיינע זיווגים, און נישט איבער אים.
אז דו ווילסט וויסן איבער אים, ליין זיינע אלטע תגובות. די וואס האבן אים אויפגענומען דא פאר רב האבן זיך נישט נאכגעפרעגט פארדעם ביי וועם ער'ז אן איידעם. במילא זעה איך נישט פארוואס דיר איז עס נוגע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 8:15 pm
דורך סמבטיון
כהאלט שוין נאכן ליינען כבין גארנישט קליגער געווארן, שוין איך זעה אז ער האט דא נאנטע ידידים וואס נעמען עס פערזענליך, עלעך הייבן הענט. יום נעים!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:32 am
דורך קאצקע ציקער
לאמיר האפן אז נאך די שבעת ימי השמחה וועט זיך די רבי אומקערן דא לשמחת בית קאווע שטיבל בגלילות
לעקוואד.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:59 am
דורך וואלווי
קאצקע ציקער האט געשריבן:לאמיר האפן אז נאך די שבעת ימי השמחה וועט זיך די רבי אומקערן דא לשמחת בית קאווע שטיבל בגלילות
לעקוואד.
שבעת ימי השמחה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:11 am
דורך כוכב
מרן שליט"א בעת עמדו בתפלה ביום חופתו מעוטף בטו"ת ורגליו יחף בסוד של נעליך מעל רגליך וכו'.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:25 am
דורך שמעקעדיג
שו"ע או"ח סימן צ' סעיף ה':
"לא יתפלל במקום פרוץ כמו בשדה, מפני שכשהוא במקום צניעות חלה עליו אימת מלך ולבו נשבר".
איך זאג נישט, כ'פרעג נאר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:48 am
דורך [NAMELESS]
דעם רבי'נס תפילות זענען תורות.