בלאט 6 פון 8

Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
הארצרייסענדע ניגון דעדיקעיטעד פאר די ששון משפחה
https://vimeo.com/123353973

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:39 pm
דורך פלעין יודיש
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב אויך די פראבלעם ווער האט א גוטע וועג

די עולם האט דא העווי שלום בית

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:18 pm
דורך געוואלדיג
שלום בית איז גוט ב"ה, נאר זי איז זייער סענסעטיוו און מען דארף עקסטער שכל ביי יעדע אזא טראגעדיע ה"י.

Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 1:13 am
דורך [NAMELESS]

Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:42 pm
דורך כפתור
איך האב באקומען די לשון הרע טעקסט וועגן דעם טאטן, און געשיקט פאר א חבר. איך קען מיך עס נישט מוחל זיין. איך ווייס נישט אפילו וויאזוי אים צו איבערבעטן. איך האב מיך אונטערגענומען צו לערנען משניות לע"נ. והוא רחום יכפר..

שטארקע לעסן געלערנט

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:05 pm
דורך שמעקעדיג
נו גוט, ומודה ועוזב ירוחם.

-----------------

עס ווערט שוין א וואך פון דעם שאק וואס איך האב געכאפט הערנדיג די שוידערליכע געשיכטע, די אומגלויבליכע הרגש וואס האט מיר אנגעכאפט, וימאן להתנחם, איך קען זיך נאך אלץ נישט בארואיגן. לייענענדיג די וואך אין די צייטונגען פרטים פון די מעשה האב איך געהאט נאסע אויגן.

איך טראכט די גאנצע צייט ווי אזוי דער טאטע, טראץ זיין וואונדערליכע שטארקע אמונה, דארף זיך זעצן צום סדר, אפרעכטן דעם זמן שמחה און דאנקען הקב"ה אויף אלע נסים וואס ער האט מיט אונז געטון... אוי עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין וואס ער וועט טון ווען מען וועט אויסרופן "וכאן הבן שואל".

איי טאטע.

חגים וזמנים לששו"ן.

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
פון וכאן הבן שואל, זיבן ליכטיגע קינדערלעך די פיר קשיות פרעגן, וועט דער טאטע איינער אליין פרעגן שבעה מי יודע :cry: :cry: :cry: :cry:

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
מכתב תנחומין פון רבי חיים

ותצילנו מכל גזירות קשות ואכזריות

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:24 pm
דורך ירח בן יומו
דער וואס האט זיך גארנישט געטוישט די וואך רופט עם די רמב"ם אן אן אכזרי.
ווען מ'איז מתפלל ביי נעילה ותצילנו מכל גזירות קשות ואכזריות מיינט מען דעם אכזריות, די אייבישטער איז כולו רחמים, מיר בעטען אז ווען די אייבישטער ברענגט "גזרות קשות" זאלן מיר ניצול ווערען פון זיין אכזרים און אנגיין מיט די לעבען כלא היה. (הגרי"ד שלעזינגער-ליל שישי פרשת צו).

Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:40 pm
דורך אחד העם
בין איך דער איינציגער וואס וואונדערט זיך אויף ר"ח קניבסקי בריוו. ווי א שטרענגע מטיף מוסר, טייטלען מיטן פינגער אויפן טאטען השכול והאומלל. איך פארשטיי אז ער זאגט נישט אז דער טאטע איז שולדיג, אזא צעטל זאל ער הענגען אין לעדרמן, דעם טאטען זאל ער נישט דרייען קיין קאפ, שיקען תנחומין ותו לא.

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:56 pm
דורך הוגה
ביזט נישט דער איינציגסטע. דאס איז טיפיקעל רבי חיים. ער איז סאושעלי awkward און האט נישט די טיפישע human emotions.

Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 9:29 am
דורך [NAMELESS]
איינער האט געזעהן הרב שטיינמאן'ס בריוו? טריקען ווי א שטיקעל הארטע ברויט

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 9:56 am
דורך כוכב
.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:55 am
דורך Kool man
זיי מדייק ווי ר' חיים הייבט אהן הרה"צ אויפען טאטען, דערנאך שרייבט ער אז ס'יז זיכער וועגען עון הדור און מיר פארשטייען נישט השם'ס וועגען, דערנאך די מוסר, וואס ער שרייבט פשטות פאר די ציבור איבער די וועלט.

לגבי ר' שטיינמאן איז שוין א אנדערע מעשה, איך וויל נישט רעדען, אבער ווער ס'קען אים פון די נאנט, [פון בעפאר שמעון גליק מיט יתד האבען אים געקרוינט אלץ מאראן] פארשטייט אסאך זאכען זייער גוט, ודי בזה כי הארכתי יותר מדי.

נ.ב. קוקט אויס ס'יז די לענגסטע בריוו וואס ר' חיים האט אמאהל געשריבען

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:08 pm
דורך געפילטע פיש
עזריאל האט געשריבן:מכתב תנחומין פון רבי חיים

איך ווייס נישט וועלכע ר' חיים דאס איז, אבער הועווער ער איז זאל ער מיר זייער מוחל זיין, מ'שרייבט נישט אזעלכע זאכן פאר א טאטע וואס האט באגראבן זיבן קינדער.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:23 pm
דורך ביבער
די שורה פון כל הקרובים וגו' קוקט אויס צוגעלייגט נאכן אפשרייבן, אדער האט אים איינער מעורר געווען אדער איז עס נישט זיינס...

וואו קען מען זעהן רב שטיינמאן'ס בריוו?

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:25 pm
דורך ביבער
LAKEWOOD: Week after loosing 7 kids in fire R'L, R Gavriel Sasoon to give Divrei Chizuk Monday 7:45 at Bet Medrash Ohel Shulamit, 38 Spruce.

https://twitter.com/KolHaolam/status/582198208388055040

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:55 pm
דורך ביבער
רב שטיינמאן

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
דאס קען איך דאך אויך שרייבן, משיגעמיטארי

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:09 pm
דורך הוגה
ביבער האט געשריבן:רב שטיינמאן



ווען איך בין אים שוק איך ווען צוריק בזה"ל:

"לטובה? אי"ה ביי אייך אויף שמחות."

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 12:26 am
דורך אחד העם
בקיצור א סיכום פון די ביידע בריוו, קומט אויס אזוי:
רב שטינמן זאגט סאיז זיכער לטובה. רב קניבסקי זאגט עס קומט פון גרויסע חטאים, און קרובי החלל זענען אלע חוטאים. א סיכום פון ביידע קומט אויס, אז די אלע חטאים וואס האבען צוגעברענגט צו דעם טראגעדיע, זענען געווען לטובה. נמצא אז די אלע חטאים וואס זענען געווען לטובה. און האבען גורם געווען די טובה, זענען געווען לטובה, ומכאן ראיה שיש עבירה לשמה, ויש חטאים שהם לטובה, והקב"ה משתעשע איתם, ומשפיע טובות לישראל על ידם ודו"ק
עפעס אזוי...