בלאט 6 פון 7

wow קאווע שטיבעל ימח שמו. א מין אויסדריק

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 9:35 am
דורך פלעין יודיש
Capture.PNG
Capture.PNG (128.79 KiB) געזען געווארן 2240 מאל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 9:46 am
דורך פלאוויוס
[tag]שלמה המלך[/tag], די מנהלים שמועסן נישט דורך זייערע פונקציעס מיט די גבאים. אויסער דער מעגליכקייט פון רעדאגירן האב איך גארנישט... (כ'רעד מיך חלילה נישט אפ. רעדאגירן איז גאנץ א שיינער כיבוד, אבער ווייסט דאך, ווען איך קען אליין פארשליסן אשכולות אז ס'זאל דונערן וואלט זיכער געווען מער קנאק.)

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 10:19 am
דורך ביבער
יאיר האט געשריבן:.און דא קומען מיר צוריק צו די ווייען פון ווירטואלע רעאליטעט, וואו יעדער קען פירן יעדן ביי די נאז.

פון די אנדערע זייט האב איך געטראכט אזוי: דא האמיר געהאט ווי די הנהלה האט אוועקגענומען בלויז איין ליצנות אשכול און קוק וואס ס'איז געשעהן, א האלבער עולם האט נישט געגלייבט און די אנדערע האלב האבן פראטעסטירט און רעוואלטירט, פון קיינעם האט מען נישט געהערט קיין נעשה ונשמע'ס. יעצט שטעל דיר פאר וואס איז געווען ביים מעמד הר סיני ווען משה האט אונז אנגעזאלצן מיט א תרי"ג מצוות.. , האמיר דא יסודות אין אמונה 3: גנדי

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:22 am
דורך יואב
פלאוויוס האט געשריבן:איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.

שמעקן שמעקט דאס טאקע אזוי. מיר, די פשוטי עם, מוזן אבער אויסדרוקן פראטעסט אפגעזען די ריכטיגע מאטיוון. שטעלט ענק פאר די רעגירונג שטעלט איין אפערהייד – פאר א וויץ, פאר עטליכע שעה/טעג. מ'מוז תמיד זיין אויף דעם אלערט צו קעמפן פאר פולשטענדיגער דעמאקראטיע, סאציאלער גלייכהייט און יוסטיץ. אויב זאל מען שווייגן וועט מען זאגן מדשתקו רבנן, און קומענדיג מאל אויב ס'וועט זיך מאכן א שטיקל שאלה צווישן דער הנהלה איבער א געוויסער טעמע איז מסתבר צו זאגן אז ס'וועט אנקומען פיל גרינגער פאר זיי נוטה צו זיין לחומרא מיט דעם חשבון אז דער עולם איז סיי ווי באקוועם מיט סיי וועלכן באשלוס ס'ווערט געפאסט דורך דער הנהלה. אין יעדן פאל טארן מיר נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט ווען א בא'חנ'ט אשכול'ע שלא טעם טעם חטא ווערט אזוי טראגיש פארשניטן אין א יונג עלטער, און מצד דער הנהלה קומט אן אנטווארט אז דאס איז א בייזוויליגע טעראר אטאקע, און אז די אכשר-דרא טעראר גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט. די וועלט מוז וויסן אז יא, ס'איז נאך פארבליבן א קליין הייפעלע מיט אידן אשר לא כרעו לבעל, אידן וועלכע דערשרעקן זיך נישט פון די אלע הסתרות שבתוך הסתרות. מיר וועלן קעמפן פאר א ספק קבר ספק איד; ספק צענזור ספק ערענסט. מיר ווייסן טאקע נישט די חשבונות פון אויבן, באריסטא ומשרתיו ויוצר משרתיו, און ווער ווייסט גאר צי דער שר "אסף" איז נישט באשאפן געווארן פון אונזערע עבירות ר"ל. תשובה טאן ברויך מען זיכער.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:32 am
דורך שמעקעדיג
יואב דיין פעדער איז בריליאנט!!!
א מין שפראך דאס.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:08 pm
דורך גאנצל
בקיצור יעדער איז מסכים אז אייוועלט עליך

[tag]המלובה[/tag] יו גאט איט :like :like

Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:15 pm
דורך [NAMELESS]
איך האלט עס איז צייט צו מעסטן די וואסערן,
זאל איינער ארויסשטעלן א זאפטיגע אנטי-סיסטעם ארטיקל מיטן פולע שארפקייט, און לאמיר זען אספ'ס רעאקציע,

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:41 pm
דורך צדיק נסתר
איך האב הנאה צו זעהן אז די הנהלה האט ענדליך איינגעזען אז מען איז געגאנגען אין די ראנג ליניע ביז היצטערט, אבער די דעמידש איז דאן, קאווע שטיבל איז שוין סיי ווי אפגעסטעמפלט אלס א .................. סייט, סא איך זע נישט וויאזוי ארויפברענגען אויף א העכערע ניווא וועט דא אסאך העלפן.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:44 pm
דורך שמעקעדיג
מען וועט פארשפרייטן אז דא דרייעט זיך א צדיק נסתר, אזוי וועט דער סטעמפל זיך אוועקגליטשן.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:24 pm
דורך סאו וואט
לכאורה האט דו הנהלה געזעהן ווי דו היימישע מידיע האט מורא געהאט צו געבן קרעדיט פאר קאווע שטיבעל ווען דו ווידיאו פונעם חפץ חיים איז ארויסגעקומען, און יעדער האט פרובירט עס אויס צו קראסען, און געגעבן שכויח'ס נאר פאר א ניק ונבנתה. האט דו הנהלה געזעהן העי, דער עולם קויפט נישט אפ קאווע שטיבל? האט מען דערפאר געהייערט אסף.

איך קלער נאר אזוי צו מיך הויך?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:45 pm
דורך מנחם
סאו וואט?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:54 pm
דורך שמעקעדיג
לאז, ער האלט נאך אינמיטן טראכטן הויך.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:56 pm
דורך פלאוויוס
[tag]יואב[/tag], נאר פאר דיין זאפטיגע רעאקציע אינעם לעצטן בלעטל האט זיך געלוינט די גאנצע איבערקערעניש. יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט איז מלא חן!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 7:05 pm
דורך [NAMELESS]
נו?! ווען שרייט מען שוין אויס קאלאוואר פאר א גוט יאר?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 7:57 pm
דורך שמעקעדיג
העי מעגסט נאר שרייבן אראביש

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:העי מעגסט נאר שרייבן אראביש

נאך א "נייע גייסט" תקנה?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:29 pm
דורך פרייוויליג
דער אשכול ברענגט מיך צוריק צו די שטורעמישע מאמענטען איבער די אויפשטאנד אין די ווארשעווער געטא!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:34 pm
דורך [NAMELESS]
,

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:34 pm
דורך יואב
פרייוויליג האט געשריבן:דער אשכול ברענגט מיך צוריק צו די שטורעמישע מאמענטען איבער די אויפשטאנד אין די ווארשעווער געטא!!!

יא יא. כ'האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער דא אין שטיבל וואס האט דאס איבערגעלעבט. יעצט מיין איך אז איך ווייס שוין אפילו ווער דו ביזט.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 9:13 pm
דורך ביבער
קוקט נישט אויס מ'פלאנט צו ענדיגן די דזשאוק פאר אפריל 1, ס'ווערט נאר מער געריבן ווי א מינוט, שוין וואס פארשטיי מיר אונז.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:37 am
דורך איש את רעהו
ברעיקינג !!

עס ווערט באריכטעט אז צוויי פון די וואס זענען אינוואלווד אין די סומאטוכע זענען מיט אייניגע מינוטן צוריק דערשאסן געווארן דורך א אומבאקאנטער פארשוין, עני אפדעיט''ס ? ?

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:40 am
דורך איש את רעהו
די עף.בי.איי. אין די ערשטע באריכטן דייטן אן אז דער באריסטא/געלעגער אחראי שטייט אינטער די שוידערליכע אטאקע

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:50 am
דורך zurich
איש את רעהו האט געשריבן:ברעיקינג !!

עס ווערט באריכטעט אז צוויי פון די וואס זענען אינוואלווד אין די סומאטוכע זענען מיט אייניגע מינוטן צוריק דערשאסן געווארן דורך א אומבאקאנטער פארשוין, עני אפדעיט''ס ? ?

קול מבשר זאגט יעצט אז די נייעס איז אינטער אויספארשונג