בלאט 6 פון 14
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:06 am
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט צוויי יאר צוריק, האב איך געשריבען א מאמר וועגען דרכי הלימוד. דון מינה ואוקי באתרה.
יא, דער וואס מיינט אז לערנען מיינט וויסען וואס דער גר"א האט געהאלטען, און דערנאך ׳פאלגט׳ ער דער גר"א, צו סיי וועמען, איז א גר צדק. ער הייבט נישט אן צו וויסען וויאזוי ס'גייט.
זייער שיין, סא שרייב איבער דיין תגובה און טוה דארט אינקלאדען דער גר"א.
אגב, און וועלכע אויסגאבע האט איר געשריבן צוויי יאר צוריק?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 2:45 pm
דורך ימים ידברו
כבוד ידידיי היקרים החשובים כאו"א בשמו הטוב יבורך בערל , דיפף , ליטוואק, וכו וכו ,
איר האט נישט ארויס וואס איך זאג בכלל!
איך פערזענדליך האלט ווי אייך אז הרב פילף איז נישט משה מסיני! איך האב גאנץ א שטארקע מיינוג איבער אים ודעיותיו, ואין כאן מקומו בכלל,
דא איז מען דן וועגען הרב יצחק לעבאוויטש, וואס אויף אים האלט איך א ספעציעלער אויג, דער הרב יצחק לעבאוויטש איז א ריזיגער מח, א ריזיגער ת"ח, א געוואלדיגער מחדש, א מעכטיגע קאפ, וואס ווייסט און קען אלעס אלעס ממש! אבער וויפול ער קען און ער ווייסט, איז ביי מיר קלאר אז רוב דעיתיו ווענדט זיך מיט וועם ער רעדט, ווי ער שטייט וואס סאיז די מצב און יהדות החרדית!
למשל ולדגומא הרב שטיינמאן, פון מהר"א ביז נטורי קרטא כו"ע מודים אז ער איז נישט א גדול אין סאטמאר, מהר"א וועט זאגען ער איז נישט הרב קוק פילפ זאגט ער איז יא הרב קוק, אבער צווישען מהר"א און פילאף אדער בעק. צימרמאן וכו' איז יעדר מודה ער איז פאר א סאטמארע חסיד טרייף, ער איז ערגער ווי אלע גדולי תורה ביז א הער, ער האט מחדש געווען פשרות וואס אין סאטמאר איז תסמר שערות אנוש! נישט אין פאפא, בערל שפרינג נישט!
דער הרב יצחק לעבאוויטש ווען ער איז יא און די גיסטע און ער האט געטראפען א סאטמרע תם וועט ער אנהייבען מסביר זיין באריכות די השתלשות פונעם ווילנער גאון יעדער האט געהאט זיין דרך און הרב שטיינמאן איז ממש א רעכטער המשך צום ווילנאר גאון! און בזמנינו איז ער גרעכט, יא נאר וויפול יצחק לעבאוויטש סנערווען איז די מיניט, א פופצען מיניט שפעטער טרעפט ער א צוקראצטער ליטוואק פון בודאפעסט דאן ווערט ער אזא סאטמרע אקס און ער שעלדט און פילדערט שטיינמאן א מפשר א מחדש א נייע מהלך, און איך זאג דער צו אז ער אליינס האט פארגעסין צו מורי ורבי מסאקמאר מה הי' ,
למשל כינוס כלל ישראל איז ער געווען אקעגין ווייל ער איז אנטי עסטעבלישמענט ווייל ווען עסטיבלישמענט איז גיט איז דאך וואדריזש פרעשבורג און פראנקפרוט היות וואדריש פיסטוועט מאלול עד תמוז איז ער דאך ברוגז אויף די וועלט , ממילא אסור להשתתף איי ער זעהט אויס עקסטרעים ווי די בני יואל חס ושלום לכן שטיינמאן גדול הדור ואני נפשי הצלתנ, בערך אזוי דרייט זיך ארום זיין מוח!
יעצט צו פילאפף ער זאגט וואס הרב נתן יוסף ז"ל וואלט געזאגט בהלו נרו על ראשי וכו' צו ער איז גרעכט מאן יימר, אבער דאס איז שיטת סאטמאר והמשנה ידו על התחתונה כנ"ל
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:36 pm
דורך diff
שיין פון דיר צושרייבן רב קוק. דו האלסט אז ביים סאטמער רב וואלטע זיי אויך געווען גלייך
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 3:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין מציאות שטימט פונקט מיט דיין דעות!
דער מציאות שטימט אבער נישט אזוי גוט. איך בין געווען ביי איהם, מיט א געגאלטע בארד און מיין קורצע רעקעל, און ער האט געשאלטען הרב קוק און שיין גערעדט אויף הרב שטיינמן. ער האט בארעדט בריסק, סיי איידער איך בין אהין געגאנגען לערנען, און סיי נאך דעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:23 pm
דורך ימים ידברו
דיפף איך גיי נישט צען מאל מסיבר זיין איך מיין איך בין זייער קלאר אז יעדר סאטמרע תלמיד פארשטייט אז הרב הגאון רבי ארי' ליב שטינמאן איז זייער ווייט פון סאטמאר, א סאטמארא תלמיד קען נישט זאגען א גיט ווארט אויף אים, אויב יא האט ער משנה געווען פון סאטמאר פינטעל
ליטוואק די קריגסט דיך אז הרב יצחק לעבאוויטש איז נישט משנה זיינע דעות לויט די אומשטענדען דאן איז א שאד די וויכוח ווייל כל הנוגע קלאמקע שלו יודע בטוב
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:25 pm
דורך ימים ידברו
דעס וואס ער רופט דער מורי ורבי אלטץ דער בעל דברי יואל זאגט נאך ביסעל פון זיין אייגענארטיגקייט,
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:16 pm
דורך diff
מיט וואס איז ער אנדערש פון אלע ר"י וואס מפלעגט זיצן צוזאמען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביי כינוס כלל ישראל האט ער עס נישט פארדאמט. ער האט געזאגט אז פאר די וואס זייער חינוך איז אז מ'דארף ווייטער טוהן ווי אין אונגארן, פאסט עס נישט. פאר די וואס האלטען אז מ'דארף צופאסען די עצות לויט די אומשטענדען פון די געזעלשאפט, האט ער געזאגט אז ס'איז מעגליך א גוטע זאך. עכ"פ אזוי שטייט אין די קונטרס וואס איך האב אינדערהיים.
איך האב שוין אויבען געשריבען מיין ביקורת אויף די מימרא, אבער דאס האלט ער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 11:29 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:ימים ידברו האט געשריבן:בערל דיפף עטס מעגטס האלטן אין פאפא וואס איר ווילט, אבער בנוגע סאטמאר איז נישט נוגע אייער מיינוג, עס קען זיין א פילפ אז נישט גרעכט אבער בנוגע פיליפ מעג פיליף האלטען און ס'אירעלווענט דיפף מיט בערל וואס איר האלט, עטס ווערטס נישט געצווינגען צו טוישען אייערע פאפנע חכמה אבער טייל נישט איין פאר פיליף וואס ער מעג און וואס נישט,
סך הכל הרב יצחק לעבאוויטש זאגט זיכער אנדערשט וואס ער האט געזאגט מיט צען און צוואנציג יאר פיליף זאגט די זעלבע ווי צען און צוואנציג יאר אם כן בנוגע שיטת סאטמאר גערעכט וועט בלייבען פיליף ווייל כל המשנה ידו על התחתונה.
מקען זיך אין פאפא בית המדרש דינגען ביז מארגען אקעגין פיליף איי דידענט קעיר אבער אין סאטאמר איז פיליף בראש ווער סטוישט האט אלע רעכטען אבער ער קען נישט טוישען סאטמאר ער קען זיך טושען אזוי ווי די ארונים האבען געטון כל הכבוד להם! אבער ווער עס וויל בלייבען מיט די אלטע סאקמרע שיטות זאל הערן פיליף פינטעל
ימים ידברו: איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט דיר אהין און צוריק. ווייל ס'איז א פילפול של הבל. (ניטאמאל דאס.). אבער אז דו קענסט זאגן אז הרב יצחק לעבאוויטש האט געטוישט פון וואס ער האט געזאגט צוואנציג יאר צוריק ווייסטו נישט וואס דו רעדסט. און דו הייבסט נישט אן צו קענען דעם מענטש. זיין גאנצע מהות איז אז ער איז נישט קיין פליפ-פלאפ. ער טוישט נישט זיינע מיינונגען ווי הרב מנשה פליפ-פלאפ. נאר ער זאגט אייביג ארויס דעם גאנצן אמת וויאזוי ער זעהט עס בלי שום כחל ושרק. און דערפאר איז ער גרייט צו ליידן. און ער ליידט טאקע בזיונות און רדיפות. ווייל ער איז נישט פאליטיק'לי קארעקט. און ער זאגט נישט וויאזוי דער ווינט בלאזט...!
ר' יצחק איז קלאר משנה פון אמאל אבער ער טענה'ט אז ס'קומט אזוי און ווער ס'איז געבינדן צום עבר און קען נישט טוישן לפי הזמן והמצב, גייט מיט'ן קאפ אין וואנט. ר' יצחק איז געווען דער ערשטער וואס האט פארגעלערנט ויואל משה ברבים פאר בערך 50 יאר צוריק און היינט מאכט ער ליצנות דערפון. ער זאגט עס אליין. נאר ער זאגט אז אמאל איז געווען א נסיון פון כאפן התפעלות פון ציונות האט עס אויסגעפעלט (עכ"ז, זאגט ער אז ער האט שפעטער געהערט אז סאטמאר רב האט געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס פאר בני חו"ל) אבער היינט איז עס בכלל נישט רעלעווענט.
ער זאגט אויך אז סאטמאר רב אליין האט משנה געווען מיט די מיידל סקול כידוע ווייל ער האט געהאלטן אז די מצב הזמן פרלאנגט דאס.
הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:52 am
דורך חיים'ס ישיבה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 11:41 pm
דורך שמעון וואלף
ביי הדלקת נרות
כ'האב נישט געוויסט פון ווי די בעלזע רב נעמט די מנהג צו צינדן מיט די רעזשוואלקע, יעצט ווייס איך שוין
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 11:59 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז סתם א נאכט אדער מוצאי שבת?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:03 am
דורך ליפא
Looks like the last night
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:04 am
דורך ליפא
Unless he follows בית שמאי
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 4:40 am
דורך [NAMELESS]
שיין
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 4:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיר וואלט נישט געווען א חידוש צו זאגן אז ער איז פשוט קאלט. כידוע האט ער גאנץ ווייניג להחיות את נפשו.
מיר איז שווער אז ער האט א גאר פשוט'ע פארצייטישע שטוב, א פשוט'ע בענקל און טישעלע פאר די מנורה, גאר א פשוט'ע מנורה, אבער א זילבערנע קריגל פאר די אויל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:54 am
דורך קאצקע ציקער
מסתם איז די מנורה א ירושה וועגן דעם
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:58 am
דורך שיח ושיג
קיוויאשדער רב האט געצינדן מיט די רעזשוואלקע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שיח ושיג האט געשריבן:קיוויאשדער רב האט געצינדן מיט די רעזשוואלקע
אפשר איז איהם אויך קאלט געווען.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:27 pm
דורך חיים'ס ישיבה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:47 pm
דורך ברוך שפינוזה
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:חזרה לכבוד שובבי"ם הבעל"ט
דער איז פיינע נייעס!!! ער איז מיין hero!!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:49 am
דורך שמעון וואלף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר איז שווער אז ער האט א גאר פשוט'ע פארצייטישע שטוב, א פשוט'ע בענקל און טישעלע פאר די מנורה, גאר א פשוט'ע מנורה, אבער א זילבערנע קריגל פאר די אויל.
מסתמא האט איינער אים געקויפט די קריגל, ניצט ער עס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 7:35 am
דורך שמעקעדיג
ליפא האט געשריבן:Looks like the last night
א דאנק! פאני אז איך האב נישט באמערקט די צאל ליכטלעך.... איך האב זיך פארקוקט אויפ'ן שטריימל און געווארן סטאק דארטן...