בלאט 6 פון 8
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:31 pm
דורך פישלע העררינג
איך אויך האט געשריבן:סתם פאר די רעקארד ,איינער האט בכלל געליינט וואס איך האב אפגעקלאפט?
יא, איך האב. זייער שיין אריבערגעפירט א תוכן'דיגע ארטיק'ל פון המבשר. די פארצייטישע צדיקים האבן פארמאגט ברייטע פלייצעס. נישט געפארכט די דזשאנדארן. איינגעשטעלט ס'לעבן צו טוהן א טובה א איד.
יישר כוח!
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב עס געליינט צוויי מאל. די צווייטע מאל פאר מיינע קינדער. הערליך זיס באשריבן צום זאך.
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:49 pm
דורך איך אויך
וי"ל שזה היה כונת המשורר בפה -סח.
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
@לעיקוואד -הרב יצחק לאווי, דיין ארטיקל האב איך בסייתא דשמיא געליינט די לעצטע מינוט שטייעדיג אין די ליניע מקבל צו זיין די ער"פ מצות, כאטש די ווערטער אין כמות ליינט זיך גאנץ גיך אפ און איך בין געשטאנען יותר משעה, האסטו מיר גיט צושאקלט איבערלאזנדיג חומר למחשבה, די ערשטע מאל איך דערהער די באדייט די הבנה פון די סדר און בכלל פון אלע מצוות מעשיות,
די אלע ארטיקלן און אנווייזונגען וויאזוי צו פראווען א סדר האט נישט אויפגעטוהן וואס דיין ארטיקל האט אויפגעטוהן,
איך פארשטיי נישט פארוואס דו עפענסט נישט קיין אשכול פאר הערות, איך מיין אז יש מקום להרחיב בהערות והארות, איך וואלט ווען מער מרחיב געווען די ענין וויאזוי מגזם - מוסיף זיין אויף די מעשה און נישט זיין בגדר מוריש שקר משנה זיין פון די גוף המעשה, האסט עס טאקע אביסל מרמז געווען אינעם ארטיקל,
און בכלל קען מען צושטעלן די ווערטער פון די חזו''א אין אמ''וב וואס איז דאס אויך מרמז, און מיט דעם מלמד זכות זיין אויף די בעלי מספרים כגון הרב געלבמאן ז''ל וכדו'.
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 11:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 5:19 pm
דורך געוואלדיג
סתם פאר מיין נייגעריגקייט, איך האב באמערקט אז די גרעפיקס פון די גאנצע קונטרס איז אביסל בלורי, און נאר די ארטיקל פון ראובן איז קלאר און שארף, מה הטעם?
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:38 pm
דורך ברסלבער
דער ארטיקל איבער געבראקטס פון [tag]א איד[/tag], וואלט מען שוין געדארפט ארויפשטעלן זייענדיג מעניני דיומא.
ער שרייבט דארט: "הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל האט געזאגט, אז ווער עס האט זיך נישט אנגעהויבן צו פירן מיט דעם מנהג פון נישט עסן געבראקטס, דארף טאקע נישט אנהייבן, אבער ווער עס פירט זיך שוין אזוי זאל שוין נישט אויפהערן", איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר צייכנסטו צו א מראה מקום.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:53 pm
דורך נופת צופים
געוואלדיג האט געשריבן:סתם פאר מיין נייגעריגקייט, איך האב באמערקט אז די גרעפיקס פון די גאנצע קונטרס איז אביסל בלורי, און נאר די ארטיקל פון ראובן איז קלאר און שארף, מה הטעם?
מיר זעהט אויס אז די קונטרס איז א jpeg וואס מיינט אז עס איז פיקסעלס, און וויבאלד ס'איז נישט א הויכע רעזאלושען, איז עס אביסל בלוררי.
אזא זאך מאכט מען געווענליך vector
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 10:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
די קונטרס איז לכאורה געווארן צאמגעשטעלט אין adobe illustrator און נאכדעם אריינגעברענגט אין in-design. ס'איז אלעמאל א גרויסע קאפוויי די רעזעלאשען זאל בלייבן די זעלבע, מ'דארף זיך ארומשפילן. ווען מ'יאגט זיך האט מען נישט קיין צייט דערפאר.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 10:14 pm
דורך נופת צופים
פארוואס זאל מען עס צוזאמשטעלן אין illustrator ווען in design איז דאס פלאץ פאר דעם. (אויסער די פאר גרעפיקס ווי למשל די פה סח חתימה פון אונטען )
איך בין חושד אז פאר סאם ריזען האט ער עס געמאכט אין פאטאשאפ.
@מה הוא קענסט ארויסהעלפן?
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 10:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'האט אויך צו טוען מיט דעם אז רוב בילדער זענען גענומען פון גוגל. די פיקסל סייז פון גוגל איז וואס ס'איז. אמאל איז מען lucky אז ס'איז הויכע רעז. געווענדליך נישט.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 11:05 pm
דורך נופת צופים
נכון. אבער אפילו די טעקסט איז אויך פיקסעלדיג.( איך האף ס'קומט נישט פון דשוגעל )
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 11:09 pm
דורך כוכב
לפי ידיעתי האט ער גענוצט אינדעזיין.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 12:22 am
דורך [NAMELESS]
ברסלבער האט געשריבן:דער ארטיקל איבער געבראקטס פון [tag]א איד[/tag], וואלט מען שוין געדארפט ארויפשטעלן זייענדיג מעניני דיומא.
ער שרייבט דארט: "הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל האט געזאגט, אז ווער עס האט זיך נישט אנגעהויבן צו פירן מיט דעם מנהג פון נישט עסן געבראקטס, דארף טאקע נישט אנהייבן, אבער ווער עס פירט זיך שוין אזוי זאל שוין נישט אויפהערן", איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר צייכנסטו צו א מראה מקום.
ס'איז אויך געווען אין איינע פון די ברעסלאווער גליונות פאראיאר פסח, און זיי האבן געשריבן "כידוע" אן קיין מקור. כ'געדענק נישט דעם נאמען פונ'ם גליון אבער ס'דער וואס שרייבט אלעמאל היסטוריה פון ברסלב
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:49 am
דורך [NAMELESS]
כיוצא בזה בשיחת הר"ן סימן רל"ה
שיחות מורנו הרב רבי נחמן
- כְּבָר מְבאָר בְּ"לִקּוּטֵי תִּנְיָנָא" סִימָן מ"ד שֶׁרַבֵּנוּ, זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הִזְהִיר מְאד לִבְלִי לְהַחְמִיר חֻמְרוֹת יְתֵרוֹת בְּשׁוּם דָּבָר כִּי אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו (עֲבוֹדָה זָרָה ג) וְלא נִתְּנָה הַתּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת (בְּרָכוֹת כה:) וְכוּ וְאָמַר אָז שֶׁאִיתָא שֶׁרָאוּי לְכָל אָדָם שֶׁיִּבְחַר לְעַצְמוֹ מִצְוָה אַחַת שֶׁבְּאוֹתָהּ הַמִּצְוָה יְדַקְדֵּק הַרְבֵּה וִיקַיֵּם אוֹתָהּ הַמִּצְוָה עִם כָּל הַחֻמְרוֹת וְהַדִּקְדּוּקִים וּכְעֵין שֶׁמָּצִינוּ בַּגְּמָרָא (שַׁבָּת קיח:) : אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי וְכוּ וְאַף עַל פִּי כֵן גַּם בְּאוֹתָהּ הַמִּצְוָה אַל יִכְנס בְּחֻמְרוֹת שֶׁל שִׁגָּעוֹן וּשְׁטוּת וּמָרָה שְׁחוֹרוֹת רַק יְדַקְדֵּק בָּהּ בְּלִי שִׁגָּעוֹן בְּכָל הַחֻמְרוֹת אֲבָל בִּשְׁאָר כָּל הַמִּצְווֹת אֵין צְרִיכִין לְהַחְמִיר כְּלָל וְהַלְוַאי שֶׁנִּזְכֶּה לְקַיֵּם אֶת כָּל מִצְווֹת הַתּוֹרָה כִּפְשׁוּטָן מַמָּשׁ בְּלִי שׁוּם חֻמְרוֹת וְגַם בְּעִנְיַן הַחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת בְּפֶסַח לא הָיָה מַסְכִּים כְּלָל עַל הַמַּרְבִּים לְדַקְדֵּק יוֹתֵר מִדַּאי וְנִכְנָסִים בְּמָרָה שְׁחוֹרוֹת גְּדוֹלוֹת וְהֶאֶרִיךְ בְּשִׂיחָה זוֹ אָז כִּי אִישׁ אֶחָד מֵאֲנָשֵׁינוּ שָׁאַל לוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה שְׁאֵלָה אַחַת בְּעִנְיַן אֵיזֶה חֻמְרָה בְּפֶסַח אֵיךְ לְהִתְנַהֵג וְאָז הִתְלוֹצֵץ מִמֶּנּוּ מְאד וְהִרְבָּה לְדַבֵּר מֵעִנְיַן זֶה שֶׁאֵין צְרִיכִין לְחַפֵּשׂ אַחַר חֻמְרוֹת יְתֵרוֹת וְשִׁגָּעוֹן וּבִלְבּוּלִים וְאָמַר שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ גַּם כֵּן כְּבָר הָיָה שָׁקוּעַ בְּעִנְיָן זֶה מְאד שֶׁהָיוּ עוֹלִים עַל דַּעְתּוֹ חֻמְרוֹת יְתֵרוֹת מְאד מְאד וּפַעַם אֶחָד הָיָה חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת בְּעִנְיַן הַמַּיִם עַל פֶּסַח שֶׁחָשַׁשׁ שֶׁמָּא יֵשׁ אֵיזֶה מַשֶּׁהוּ בַּמַּיִם שֶׁשּׁוֹאֲבִין וְאִם יָכִין לוֹ מַיִם עַל כָּל יְמֵי הַפֶּסַח כְּמוֹ שֶׁנּוֹהֲגִין קְצָת גַּם זֶה לא הוּטַב בְּעֵינָיו כִּי קָשֶׁה לִשְׁמר הֵיטֵב הַמַּיִם מֵעֶרֶב פֶּסַח עַל כָּל יְמֵי הַפֶּסַח וְלא הוּטַב בְּעֵינָיו שׁוּם מַיִם רַק מֵי מַעְיָן הַנּוֹבְעִים וְיוֹצְאִים וְהוֹלְכִים וּבָאִים מַיִם חֲדָשִׁים בְּכָל עֵת אֲבָל בְּמָקוֹם שֶׁהוּא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הָיָה יוֹשֵׁב, לא הָיָה שׁוּם מַעְיָן כָּזֶה וְהָיָה בְּדַעְתּוֹ לִנְסֹעַ עַל פֶּסַח לְמָקוֹם שֶׁיֵּשׁ שָׁם מֵי מַעְיָן כָּזֶה כָּל כָּךְ נִכְנַס בְּחֻמְרוֹת וּמָרָה שְׁחוֹרוֹת וְדִקְדּוּקִים יְתֵרִים אֲבָל עַכְשָׁו הוּא מִתְלוֹצֵץ מִזֶּה כִּי אֵין צְרִיכִין לְחַפֵּשׂ אַחַר חֻמְרוֹת יְתֵרוֹת, אֲפִלּוּ בְּפֶסַח וְהֶאֱרִיךְ בְּשִׂיחָה זוֹ הַרְבֵּה אָז כִּי עִקַּר הָעֲבוֹדָה בֶּאֱמֶת הוּא תְּמִימוּת וּפְשִׁיטוּת לְהַרְבּוֹת בְּתוֹרָה וּתְפִלָּה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בְּלִי לְחַפֵּשׂ לְחַדֵּשׁ דַּוְקָא חֻמְרוֹת יְתֵרוֹת רַק לֵילֵךְ בְּדֶרֶךְ אֲבוֹתֵינוּ הַקַּדְמוֹנִים וְלא נִתְּנָה הַתּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת וְאָמַר אָז שֶׁבִּשְׁבִיל זֶה עָזְבוּ הָעוֹלָם חָכְמוֹת הַדִּקְדּוּק וְאֵינָם עוֹסְקִים בּוֹ כְּלָל כִּי דִּקְדּוּק אֵין צְרִיכִין כְּלָל כִּי אֵין צְרִיכִין לְדַקְדֵּק עַל עַצְמוֹ יוֹתֵר מִדַּאי לְבַקֵּשׁ חֻמְרוֹת יְתֵרוֹת וְהֶאֱרִיךְ בָּזֶה עוֹד וְאָמַר אָז שֶׁאֵין שׁוּם דָּבָר שֶׁיִּהְיֶה חִיּוּב בְּדַוְקָא, וְאִם לָאו וְכוּ רַק אִם יוּכַל יוּכַל וְאִם לָאו אנֶס רַחֲמָנָא פַּטְרֵהּ וּכְבָר מְבאָר זאת בְּמָקוֹם אַחֵר
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:16 pm
דורך אויסגערוט
פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק ב'
שם פה
1) מיין רבי, מוהרא"ש
זייער שיין און פראפעשינאל באשריבן. הגם איך האב אים קיינמאל פערזענליך געטראפען איז אינטערעסאנט געווען זיך צו באקענען מיט זיין היסטאריע. איין זאך נאר, לויט די ארטיקל האט ער זיך נאר געשלאגן מיט מענטשן ווען ער האט געפילט אז מען וויל אים צוריקהאלטן פון דערהייבען אנדערע. אויב אזוי וואס איז פשט פון דער גאנצער חלק וואו ער שרייבט זייער שארף קעגן די וואס האבן זיך געשלאגען מיט אים "פערזענליך"
2) דו"ד נאו"ם ישרא"ל
זייער א שיינע ארטיקל. ער האט טאקע א שטארקע נאכפאלגונג אבער איך מיין אז ס'איז אביסל איבערגעטריבן סיי מיט אריינווארפען די חלק פון זיך שואל עצה זיין בכל מיני פראבלעמען, און סיי מיט אים רופן "דער סאמע גרעסטער מגיד אינעם דור" כאילו מ'רעדט פון ר'שלום שבדרון
3)זרח אור
אסאך אינטערעסאנטע פונקטן און די מהות ארויסגעברענגט פונעם ראש ישיבה זצ"ל. די באשרייבונג איז אבער געשריבן אזויווי ראשי פרקים. קורץ און שארף. אולי מחמת חוסר מקום.
4)משה איש האלקים
אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון א איד וואס איך האב קיינמאל געהערט פון. מוראדיגע מעשיות, עפעס סאונדט אדער עקסטרעארדינערי אדער דמיונות נפלאות
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:25 pm
דורך ברסלבער
אויסגערוט האט געשריבן:1) מיין רבי, מוהרא"ש
זייער שיין און פראפעשינאל באשריבן. הגם איך האב אים קיינמאל פערזענליך געטראפען איז אינטערעסאנט געווען זיך צו באקענען מיט זיין היסטאריע. איין זאך נאר, לויט די ארטיקל האט ער זיך נאר געשלאגן מיט מענטשן ווען ער האט געפילט אז מען וויל אים צוריקהאלטן פון דערהייבען אנדערע. אויב אזוי וואס איז פשט פון דער גאנצער חלק וואו ער שרייבט זייער שארף קעגן די וואס האבן זיך געשלאגען מיט אים "פערזענליך"
ער האט קיינמאל נישט גערעדט און געשריבן קעגן איינעם וואס האט אים פערזענליך געטשעפעט (כאטש וואס עס איז געווען גענוג אזעלכע).
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:26 pm
דורך אויסגערוט
ברסלבער האט געשריבן:אויסגערוט האט געשריבן:1) מיין רבי, מוהרא"ש
זייער שיין און פראפעשינאל באשריבן. הגם איך האב אים קיינמאל פערזענליך געטראפען איז אינטערעסאנט געווען זיך צו באקענען מיט זיין היסטאריע. איין זאך נאר, לויט די ארטיקל האט ער זיך נאר געשלאגן מיט מענטשן ווען ער האט געפילט אז מען וויל אים צוריקהאלטן פון דערהייבען אנדערע. אויב אזוי וואס איז פשט פון דער גאנצער חלק וואו ער שרייבט זייער שארף קעגן די וואס האבן זיך געשלאגען מיט אים "פערזענליך"
ער האט קיינמאל נישט גערעדט און געשריבן קעגן איינעם וואס האט אים פערזענליך געטשעפעט (כאטש וואס עס איז געווען גענוג אזעלכע).
וואס איז מיטן רב פון יבנאל?
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 9:27 pm
דורך ברסלבער
דער רב אין יבניאל האט אים פערזענליך נישט געטשעפעט, יענער האט פרובירט מיט אלע כוחות אונטערצוהאקן די מוסדות וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט אין יבניאל.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
אלע רבי'ס בעלי מחלוקות זאגן אז זיי נעמען זיך אן קעגען די וואס טשעפנען "די מוסדות", אדער צומאל די כבוד פון "די רבי זי"ע דער מייסד". ס'איז אלטע אויסגעדראשענע באבע-תירוצים וואס אונז ברעכן שוין דערפון.
נישט חלילה פערזענליך, דיין ארטיקל איז באמת א שיין שטיקל ארבייט ארויסצוברענגן די גרויסקייט פון הרב שיק ז"ל, ס'פשוט אז די מחלוקות חלק איז נישט פון זיינע מעלות. צו מאכן פון יעדע שלעכטע מדה א מעלה גאר וויבאלד עס ליגט ביי א רבי איז נישט עפעס וואס מאכט א מענטש פאר אן אדם גדול. כבודו במקומו מונח, לשבח, אבער מחלוקות דאס איז געווען זיין downside נישט די פארקערטע.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 11:27 pm
דורך אויסגערוט
פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק ג'
אקטועל
1) מעבדות לחירות, בימים ההם בזמן הזה
הלואי זאל יעדער אין אזא מצב דאס קענען טון. וואס זאל מען טון אז מען דארף ברענגען פרנסה אין שטוב.
Sad but true.
2)שלאף-שטונדע
זייער אינטערעסאנט
3) איזהו חכם
באלערנד און שיין. דער ענד איז זייער אבראפט
בינו שנות דור
1) ילפינן יציאה ממציאה
איך בין נישט קיין היסטאריקער באט איי לאווד איט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 12:36 pm
דורך ברסלבער
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אלע רבי'ס בעלי מחלוקות זאגן אז זיי נעמען זיך אן קעגען די וואס טשעפנען "די מוסדות", אדער צומאל די כבוד פון "די רבי זי"ע דער מייסד". ס'איז אלטע אויסגעדראשענע באבע-תירוצים וואס אונז ברעכן שוין דערפון.
נישט חלילה פערזענליך, דיין ארטיקל איז באמת א שיין שטיקל ארבייט ארויסצוברענגן די גרויסקייט פון הרב שיק ז"ל, ס'פשוט אז די מחלוקות חלק איז נישט פון זיינע מעלות. צו מאכן פון יעדע שלעכטע מדה א מעלה גאר וויבאלד עס ליגט ביי א רבי איז נישט עפעס וואס מאכט א מענטש פאר אן אדם גדול. כבודו במקומו מונח, לשבח, אבער מחלוקות דאס איז געווען זיין downside נישט די פארקערטע.
געענטפערט
במקומו.
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 6:30 pm
דורך אויסגערוט
פערזענליכער review אויף פה-סח תשע"ה חלק ד'
שחוק פינו
[emoji4] [emoji3] [emoji2] [emoji1] פאר אלע. ערעב איד איז גארנישט אזא שחוק
שפת אמת מים עמוקים
1) בין איך א גרויער קאצקער
זייער שיין. ברענגט ארויס מיינע אינערליכע ספיקות.
2)דער וועג צום אמת
נישט מיין קאפ אוו טיע
3)ווען באגייט מען זעלבסטמארד אין קושטאופיע
עמוק עמוק עמוק. מתוק מתוק מתוק
וכל המרבה לספר
1)גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס
פשוטו כמשמעו א שיינע מעשה
פי בשיר
1) קדחת
דאס גאנצע לעבן איז מיר דורך געלאפן אין אן אויגענבליק. הפלא'דיג
בפי ישרים
1) א גוט ווארט
ברענגט ארויס א יסודות'דיגער פראבלעם וואס איז זייער גרויס ביי אונז היימישער. כ'געדענק נאך מיין חתונה ווען כ'האב כסדר געזאגט פליז און שקויעך פאר מיין ווייב האט זי געמיינט איך בין געפאלען פון דער לבנה.
2)ליבשאפט און פרידן
אינטערעסאנט הן אין תוכן און הן אין די נקודה פון וויסן ווען ס'איז לשמה
דאס איבעריגע וועט מוזען זיין נאכן אוועקפאקן די דישעס
גוט יו"ט