בלאט 6 פון 6

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:39 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק האט געברענגט א שיינע מעשה בענין, א אינגערמאן האט געדרייווט ווילד, האט א פרוי אים אנגעשריגען זאגענדיג, וועסט אזוי דרייווען וועסטו הרג'נען איינעם, און נאכדעם וועלען רבנים קומען און מיך באשולדיגן אז מיין צניעות איז שולדיג, זאג איך דיר יעצט, סטאפ דרייווען ווילד.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2017 6:47 pm
דורך אישתישבי
פלאגאריסט, האסידיק, דיףף

https://twitter.com/hasidic1/status/933704395614752768

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 4:38 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט שרייבן ווי לאנג די בלוט איז געווען ווארעם, ווי מאנכע פירן זיך צו באשולדיגן דעם אדער יענעם תוך כדי דיבור ווען די נשמה איז קוים ארויסגעפלויגן. איך האף איך בין נישט צו אפענסיוו מיט מיינע ווערטער, והוא רחום יכפר.

מיט א 2 וואכן צוריק האט וויליאמסבורג געליטן א שוידערליכע, אויסערגעווענליכע טראגעדיע. א אומשולדיג יונג קינד, שלא טעם טעם חטא, איז געפאלן צו זיין טויט פונעם פינפטן שטאק רח"ל. לשבחם יאמרו – סיי אויף די בעלי מספידים און סיי אויף די טיפיקעל אייוועלט שרייבער – אז זיי האבן נישט געבלעימט קיינעם, ניטאמאל טעכנאלאגיע, כדרכם בחושך.

פאר ווער עס ווייסט נישט, יענע וואך – ממש א טאג-צוויי בעפאר די טראגעדיע – איז פארגעקומען א ריזיגע מסיבה פאר אלע מאמעס פון סאטמארע בית רחל שולע אין וויליאמסבורג. די פלאקאטן אין די גאסן האבן געשריבן און פארפירט אז דער דור גליטשט געפערליך, ומה יעשה הבת שלא תחטא, מען מוז אננעמען מיטלען דערוועגן. די טאטעס האבן געהאט די זעלבע אסיפה 2 וואכן בעפאר ("וישמרך בבנות"), און נאכן רעדן אלע דברים שאין להם שחר, ווי בלעימען סמארטפאונ'ס ביי די עלטערן און וואקאציעס אין פלארידע, איז געווען איין געלונגענע דרשה פון הר' אנשיל אשכנזי וואס האט מחזק געווען די טאטעס צו האבן א נאנטן קשר מיט די טעכטער.

צוריק צו די צווייטע אסיפה פאר די "נשים צדקניות" (קרעדיט שמעון וואלף), די מאמעס, וואס זענען געקומען הערן די סיבה פארוואס זייערע טעכטער טוישן ליידער לבוש נאך די חתונה און פארוואס זיי פארלאזן אידישקייט, האבן די 3 רעדנערינס געבלעימט, ווי דען אנדערש, די סמארטפאונס פון די מאמעס. מיט א בנין אב אז דאס לאזט נישט האבן א ריכטיגן קשר מיט די קינדער. אפילו טעקסט איז סם. אז די מאמע איז אויף טעקסט גרופעס מיט די משפחה מיטגלידער איז גורם נישט ווייניגער אז די טעכטער זאלן זיך שמד'ן! גיי פארשטיי.

נו, זיי זענען דאך עפעס נשים צדקניות, האבן זיי אויפן פלאץ! אויפגעגעבן זייערע סמארטפאונס, ווי אויך די טרייפענע טעקסט פליפ פאונס, און מען האט זיי אנשטאט געגעבן "שפאגל נייע" מאושר פאונס, וואס קען נאר קאלן צו קול הלשון און טל של תחי' (אזוי מיין איך), דער איד האט איבערגע'חזר'ט דעם מעדזשיק ווארט "שפאגל-נייע" אפשר 20 מאל, אפשר אזוי וועט איינער ווערן עקסייטעד פאר די מאושר פאון, אמער, ס'איז דאך שפאגל ניי (ווי כאילו כ'האב ערווארטעט אלטע צעקריצטע פאונ'ס). אלענפאלס, ווי די עסקנים געבן איבער, איז זינט דעמאלס איז קיין איין אידישע טאכטער נישט אראפ פון וועג! וואונדער איבער וואונדער. מען האט געכאפט דעם טוטער.

ערנסט גערעדט. אזא אקציע וואלט געדארפט בוקע רקיעים זיין. טויזענטער מאמעס געבן אויף זייער משומר סמארטפאון, און הונדערטער אפילו טעקסט! אזש איין פרוי שרייבט א בריוול אין דער איד, אז מחמת איזה סיבה האט זי נישט געקענט ערשיינען צום מעמד, און אומגלויבליך, א טאג שפעטער שיקט זי א מעסעדזש אויפן טעקסט גרופ, און קיינער פון אירע געשוויסטער האט נישט רעספאנדעט! זיי זאגן איר אז זיי האבן געסטאפט מיט די זאכן!!!

נאך אזא סוקסעספולע אסיפה, וואלט דער באשעפער לכאורה געדארפט זיין גאר פרייליך און צופרידן, לכה"פ פאר אפאר חדשים! און דערווייל האט פאסירט וואס האט פאסירט, בלויז 2 טעג דערויף. ער קוקט עפעס נישט אויס צופרידן!!

האלא? וואו זענען יעצט די אלע טעכנאלאגיע מספידים פארשוואונדן? איך וויל וויסן פארוואס די טראגעדיע איז געקומען, בשל מי הרעה הזאת??

פאר מער דרוקט דא.

איך האב זיך דערמאנט אין דעם אשכול/תגובה צוליב פרישע צעטלעך וואס מען האט לעצטנס פארשפרייט אין די בתי מדרשים.

בקיצור הדברים, האט דער ביהמ"ד סאטמאר אויף מוירטל געמאכט תקנות פארגאנגענעם שלשת ימי הגבלה, אז מען נעמט נישט ארויס קיין סמארטפאון אין גאנצן בנין ביהמ"ד. עס איז שוין אזוי דער תקנה אין מערערע שולן, און עס איז גראדע פארשטענדליך, טעלעפאנען (אפילו בעסיק פליפ פאונ'ס) באלאנגען נישט אין היכל ביהמ"ד (אפשר אין האלוועי יא, אזוי ווי אמאל די פאבליק פאונס..) עכ"פ די עסקנים זענען ארומגעגאנגען מקבל זיין חתימות פונעם עולם צי לכבוד קבלת התורה צי לכבוד די יארצייט פון די כינוס כלל ישראל, און דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן מיט חתימות אז מהיום והלאה וועט מען מער נישט ארויסציען א סמארטפאון פונעם כיס אין ביהמ"ד.

באמת זייער חשוב, כה לחי! כ'בין זיכער אז די קבלה לטובה האט געמאכט א רושם אין הימל, אידישע קינדער ווייזן זיי ווילן זיין גוט, ערליך, נזהר זיין בכבוד ביהמ"ד, טעכנאלאגיע איבלען, וכו'.

מה עשה הקב"ה. געציילטע וואכן דערויף, ער"ח תמוז, איז אין דעם ביהמ"ד ליידער אראפגעפאלן א ספר תורה.
עס האט מיר ווייטער געמאכט טראכטן, על מה עשה ה' ככה, וואס וויל ער? קען דאך נישט זיין סמארטפאונ'ס, ווייל דאס איז דאך שוין נארוואס פולשטענדיג מתוקן געווארן!

אבער דער רבי זז"ג - כבודו במקומו מונח - האט ממש כנגד השכל געהאט די העזה ווייטער צו טייטלען די פינגער אויף די כלים טמאים אין ביהמ"ד..

.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 5:12 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. איך וויל נישט אדורכקומען ווי א גראבער יונג און אומ-סענסיטיוו (אדער, גאר א מחוצף.). אבער איך מוז פארגלייכן דעם איצטיגן מצב צו די מעשה'לע וואס מיין רבי האט פארציילט אין חדר...איין טאג האט דער טשאפ'ער בעק[ער]. פי' דער בעקער פון די שטאט טשאפ, אין אונגארן. ארויסגענימען דעם סידור. און ר'האט פונקט אויפגעמישט ביי נשמת. און ער הייבט אן צו זאגן. און זעצן ווערטער. אזוי ווי ר' שלום ראזנבערג ע"ה פון די צייטונגען, ביי די הושענות. (דאס איז א זיסע מעשה'לע פאר זיך. ואכמ"ל). ביז ער איז צוגעקומען צו די ווערטער..."ואין אנחנו מספיקים להודות לך"...האט ער געטייטשט ואין אנחנו... אונז קענמיר נישט ווייטער...! אט די זעלבע איז מיט הגאון הקדוש מהר"א מקר"י שליט"א. ער בלעימט אלעס אויף אינטערנעט, טעכנאלאגיע, וואטסעפ, סמארטפאוןס. ווען די אלע כלים און סיבות זענען שוין נישט דא האט ער דאך נישט קיין אנדער'ן תירוץ פאר די יונגעלעך. זאגט ער וואין אנחנו...אונז קענמיר נישט ווייטער...איך געב אויף...! אוי. הלואי וואלט דאס געווען דער פאל ביי איהם און די אנדערע אידן וועלכע דרייען א קאפ. און זיי פארפאסן די עיקר נקודה...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:27 pm
דורך ביבער
הייט איז אין קר"י אוועק א אינגע מאמע ל"ע פון קענסער און סאיז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען אז סאיז צוליב וואס זי האט געהאט א מעיקאפ ביזנעס רח"ל. אפאר שעה שפעטער איז ראבינאוויטש אוועק, אויך קר"י אויך קענסער, און יעצט איז עס בלי ספק נסתרים דרכי השם. צומישט? איך אויך.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביבער האט געשריבן:הייט איז אין קר"י אוועק א אינגע מאמע ל"ע פון קענסער און סאיז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען אז סאיז צוליב וואס זי האט געהאט א מעיקאפ ביזנעס רח"ל. אפאר שעה שפעטער איז ראבינאוויטש אוועק, אויך קר"י אויך קענסער, און יעצט איז עס בלי ספק נסתרים דרכי השם. צומישט? איך אויך.

https://youtu.be/tpz8PMcRJSY

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:34 pm
דורך קאצקע ציקער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:הייט איז אין קר"י אוועק א אינגע מאמע ל"ע פון קענסער און סאיז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען אז סאיז צוליב וואס זי האט געהאט א מעיקאפ ביזנעס רח"ל. אפאר שעה שפעטער איז ראבינאוויטש אוועק, אויך קר"י אויך קענסער, און יעצט איז עס בלי ספק נסתרים דרכי השם. צומישט? איך אויך.

https://youtu.be/tpz8PMcRJSY

כפירה

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:19 pm
דורך החוקר
וואס עפעס???

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 6:23 pm
דורך קאצקע ציקער
החוקר האט געשריבן:וואס עפעס???

דער טשענעל

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 11:45 pm
דורך תנחום
אלפים מתושבי מודיעין עילית מלווים בשעה זו את נשות העיר שנהרגו בתאונה הקטלנית בכביש 443. המרא דאתרא של העיר, הגר"מ קסלר עורר את הציבור להתחזק בבין אדם לחבריו, ולאחר מכן החל בדברי תוכחה על הנשים המפטפטות באוטובוסים:

אזוי ווי אלעמאל זענען די פרויען אייביג שולדיג אויף די טראגעדיעס

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 8:00 pm
דורך גר ותושב
תנחום האט געשריבן:אלפים מתושבי מודיעין עילית מלווים בשעה זו את נשות העיר שנהרגו בתאונה הקטלנית בכביש 443. המרא דאתרא של העיר, הגר"מ קסלר עורר את הציבור להתחזק בבין אדם לחבריו, ולאחר מכן החל בדברי תוכחה על הנשים המפטפטות באוטובוסים:

אזוי ווי אלעמאל זענען די פרויען אייביג שולדיג אויף די טראגעדיעס

IMG_20190211_195952.jpg

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 8:12 pm
דורך ביבער
"בזכות הרבנים זכינו כבר לדעת במה חטאנו שהגיעו עלינו אסונות כה גדולים, אבל מי יודע במה חטאנו שזכינו לכאלו רבנים?"
קרעדיט: רב בצלאל כהן
https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 1696081164

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 8:24 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חיים שאולזאהן ווייסט דער ריכטיגע סיבה פאר די עקסידענט.

https://bshch.blogspot.com/2019/02/blog-post_123.html

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 11:51 am
דורך berlbalaguleh
ער איז וואס ער איז. אבער ער איז ליידער גערעכט. דא אין בארא פארק איז דער מצב א ביסל בעסער געווארן. (אכשר דרא) ווי אמאל. ווען א טייל באס דרייווערס האבן זיך געיאגט און גע-רעיסט. און אויסגעכאפט פאזיציעס. ס'איז געווען ממש הפקר וועלט. היינט איז דא א נאמבער וואו מ'קען אריינרופן אויב א באס דרייוווער פיהרט זיך אויף אומ'אחריות'דיג אויפ'ן ראוד...!

אין די אלטע גוטע צייטן איז געווען איינער אן אויבער חכם וואס האט געדרייווט דעם באס מיט אן אפענער טיהר אום זומער. מיט קינדער אויפ'ן באס. מענטשן (אריינגערעכנט אני הקטן) האבן אריינגערופן צום מוסד. און די זאך איז געווארן ערלעדיגט...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:08 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חיים שאולזאהן ווייסט דער ריכטיגע סיבה פאר די עקסידענט.

https://bshch.blogspot.com/2019/02/blog-post_123.html

רביה"ק: יא. ער ווייסט די סיבה פאר דעם עקסידענט. נאר נישט פארוואס די טראגעדיע איז געקומען, ל"ע...אונז זעה מיר שיין אויס אז ער איז געווארן אונזער מוסר זאגער...! דער שפל ברך. און פאראזיט. מחרחר ריב. עושה רשע ומזימה...!

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:26 pm
דורך טרויבן88
ביבער האט געשריבן:הייט איז אין קר"י אוועק א אינגע מאמע ל"ע פון קענסער און סאיז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען אז סאיז צוליב וואס זי האט געהאט א מעיקאפ ביזנעס רח"ל. אפאר שעה שפעטער איז ראבינאוויטש אוועק, אויך קר"י אויך קענסער, און יעצט איז עס בלי ספק נסתרים דרכי השם. צומישט? איך אויך.
דאס איז די פראבלעם פון די ציווילע מענטשן, ווען מיר זאלן האלטן כינוסים אדער לפחות אויסשרייען וועגן אלע פרומע מענטשן וואס גייען ליידער אוועק פון די וועלט בקול רם וואלטן מיר שוין לאנג געהאט צוריקגעכאפט די לייצעס און אויסגעגראדט די נושא, נאר אזויווי מיר זענען נארמאלע מענטשן, און עס איז נישט שיין צי אויסרופן סיבות וכו' פארוואס מענטשן שטארבן, בנוסף איז נישט אזוי גרינג צי מעורר זיין אז מענטשן זאלן "ניצן די אינטערנעט" וויבאלד איינער איז געשטארבן, דערפאר קומט עס נישט פאר, וכהנה וכהנה די טאליבאן'ס וואפן איז מיטן מסלף זיין בנוסף פון נישט האבן א קעגנער, ווען עס וואלט געווען נאך אפאר קעגנערס אנטקעגן די טעראר מאשין וואלט אלעס געווען בסדר

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה

קבל את האמת ממי שאמרה.

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 8:37 pm
דורך גר ותושב
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה

קבל את האמת ממי שאמרה.

די ריכטיגע תירוץ איז וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם עס איז נישט אונזער געשעפט פארוואס ער איז רייך אדער ארעם וכו' איך זעי נישט אין דער קליפ קיין שום כפירה.

Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2019 8:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2019 12:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גר ותושב האט געשריבן:די ריכטיגע תירוץ איז וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם עס איז נישט אונזער געשעפט פארוואס ער איז רייך אדער ארעם וכו' איך זעי נישט אין דער קליפ קיין שום כפירה.

האט גופא קומט די קליפ ארויסברענגען, אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט האלט דיין פיסק פארמאכט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2019 2:20 pm
דורך קאצקע ציקער
גר ותושב האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה

קבל את האמת ממי שאמרה.

די ריכטיגע תירוץ איז וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם עס איז נישט אונזער געשעפט פארוואס ער איז רייך אדער ארעם וכו' איך זעי נישט אין דער קליפ קיין שום כפירה.

דער טשענעל וויל איין זאך ארויסברענגען אז ס'נישט דא קיין גאט ר"ל

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2019 7:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעדער זעט וואס ער וויל זען...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:49 am
דורך וואלווי
קאצקע ציקער האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה

קבל את האמת ממי שאמרה.

די ריכטיגע תירוץ איז וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם עס איז נישט אונזער געשעפט פארוואס ער איז רייך אדער ארעם וכו' איך זעי נישט אין דער קליפ קיין שום כפירה.

דער טשענעל וויל איין זאך ארויסברענגען אז ס'נישט דא קיין גאט ר"ל


און די ביסט יא גאט? אפשר ווייסט דער בעל ה'טשענעל עפעס וואס די דערהייבסט בכלל נישט.

ס'גייט ביידע וועגען. ער מעג דאך נישט פרעגען קשיות ווייל ער'ז כופר אינ'ם אין סוף ברוך הוא, מחמת לא מחשבותי מחשבותיכם, פונקט אזוי אז די פארשטייסט עם נישט, ווער ווייסט, אפשר איז דאס אלס דיין קוצר המשיג ועומק המושג, און ס'איז בכלל נישט כפירה.