בלאט 6 פון 7

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 4:02 pm
דורך איך אויך
דאס הייסט א טראל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2016 11:20 pm
דורך פאר הדור
געוואלדיג האט געשריבן:הה"ד אם אין לך מה לעשות אל תעשה את זה פה, ודפח"ח.

מדובר פה על השקפת סטמר ובתגובותיי הבאתי דברים המראים שאין לדרך החרדית ובוודאי הקנאית בעלות על האמונה וההשקפה, והבאתי ביקורת על ההשקפה הקנאית הקיצונית ביותר הזו שהביאה לעיוותים שונים שלא צריכים להיות בדרך יהודית אמתית (ונכון שגם בצד השני של הפשרות ישנם עיוותים שלא צריכים להיות בדרך יהודית אמתית).

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 11:53 am
דורך געוואלדיג
ב"ה שכל החגיגות היו אתמול, כך שיש לך היום זמן להמשיך בשטיות שלך.

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2016 7:24 pm
דורך מור וקציעה
'בילד

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 2:22 am
דורך טאמבל סאס
סייוי, מיט וואס דערקענט זיך, אין סאטמער, ה' אייר אנדערש מכל שאר ימות השנה? לאז ענדערש ווי געווענליך וועט מען נישט דערקענען. אזוי, איז דאס אליינס, זאגן תחנון רעגארדלעס - די סימן ייחודי אויף צו סינגלען אאוט ה' אייר אלס א ספעציעלער טאג. ס'איז נישט אז תחנון רעדט עפעס וועגן די מדינה הטמאה. חוץ אויב נאך א תפילה מיינט אויטאמאטיש א פעין אין די נעק.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 6:12 am
דורך [NAMELESS]
הוקפץ לאחרונה על ידי אדנירם בתאריך מאנטאג מאי 01, 2017 2:22 am.

דער איז דאך עפעס א מין לץ... נאכדערצו אין דעם יום המר!

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 8:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רבותי, היינט איז נישט יום העצמאות. ס׳איז נדחה היי יאר כדי מ׳זאל נישט חוגג זיין יום הזכרון מוצ"ש מיט די אלע חילול שבת וואס ס׳טוט זיך אפ. היינט האט מען געזאגט סליחות און תחנון אויך. דער מנגל (בארביקיו) וועט מען ערשט אנצינדען מארגען.

בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2017 8:37 pm
דורך גר ותושב
טאמבל סאס האט געשריבן: ס'איז נישט אז תחנון רעדט עפעס וועגן די מדינה הטמאה. חוץ אויב נאך א תפילה מיינט אויטאמאטיש א פעין אין די נעק.

אדרבא ואדרבא די סאטמורים זאגן דאך אז אלעס זענען די ציונים שולדיג וועיגן דעים זאגן זיי אשמ"נו" בגד"נו" צו ווייזן אז מעשי ידיהם גרמו.

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 10:00 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היינט זעט שוין יעדער איין אז דער רבי זכרוינעלברוכע איז געווען גערעכט! קוק דא

או כלך לדרך זה, מאויבי תחכמני, טאמער די פרייע\מאדערנע אידען רעדען פון שלש שבועות, איז עס א סימן אז ס'האט נישט מיט אונז און מיר זענען פולקאמע ציונים.

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:47 pm
דורך פאליטיקאנט
פאר די נייע וועלכע האבן נאכנישט געליינט @אדנירם קאנטראווערסיאלע ארטיקל און די נאכפאלגענדע היציגע דעבאטע........

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 5:50 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:פאר די נייע וועלכע האבן נאכנישט געליינט @אדנירם קאנטראווערסיאלע ארטיקל און די נאכפאלגענדע היציגע דעבאטע........

כ'האב שוין געליינט א שיין ביסל שש'ן אין לעבן אבער אין דעהם האב איך קיינמאל נישט אריינגעקלאפט, שכוח פאר'ן ארויפברענגן!

און צו די עצם דעבאטע, איך האלט ער איז wrong, אבער בבחינת אין המת יכול להכחיש את החי וועל איך נישט אויפלאקערן די נושא.

היינט נאכט וועט זיין תיקון ביי מיר אין סמעדריש לכבוד האי יומא רבא!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 8:42 pm
דורך calculator
צו די וואס זאגן תחנון ה' אייר אפילו עס איז דא א ברית, און זיי פאלגן נישט וואס עס שטייט אין שו"ע אז מען זאגט נישט. וויל איך וויסן דאס יאר וואס אסאך דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי זיי האבן נישט קיין ספר תורה וואס אין שו"ע שטייט אז אויף אזא פאל זאגט מען אויך נישט קיין תחנון, דארף מען ה' אייר יא זאגן און נישט פאלגן דעם שו"ע?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 10:24 pm
דורך היסטאריקער
מען זאגט יא תחנון, אפילו נפילת אפים, מען איז נאר נישט נופל על פניהם און מ'זאגט נישט י"ג מדות.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריקער: וויבאלד מ'פאלגט שוין נישט דעם שו"ע. און מ'זאגט יא תחנון אפילו ביי א ברית, איז דאס א נייע הלכה וואס מ'האט עוקר געווען די אריגינאלע הלכה פסוקה. קענמען שוין עוקר זיין די גאנצע הלכה. און מ'קען זאגן תחנון אפילו ביחידות אויך...!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 11:01 pm
דורך היסטאריקער
נישט ארינגייענדיג אין די וויכוח זאג איך דיר די הלכה לגבי תחנון ביחידות אז מ׳ זאגט יא נאר אן נפילת אפים און י"ג מדות.

אבער אז מ'רעדט שוין, מהר"א מסאטמאר שליט"א פארציילט אז ער האט מיטגעהאלטן אלס בחור ווען ער האט געוויסט א סיגעטער יוד מאכט א ברית ה' אייר ביים רבי׳ן זצ"ל (דאס קינד איז ר׳ לוי אפעל פון קר"י) איז ער ספעציעל געגאנגען צום ברית זען וואס דער רבי וועט טון, און ער האט נישט געזאגט תחנון וועגן דעם ברית.

פארשטייט זיך אז ברבים קען ער נישט פארציילן די מעשה.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 7:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לויט די פראפאגאנדא, האט מען פארציילט פאר דער בעל השיטה"ק אז א צווייטע גדול האט דוקא געזאגט תחנון אום ה' אייר ביי א ברית, כדי שלא יאמרו. האט דער בעל השיטה"ק געזאגט 'מיר וועט מען נישט חושד זיין'.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 8:17 am
דורך אישתישבי
היסטאריקער האט געשריבן:מען זאגט יא תחנון, אפילו נפילת אפים, מען איז נאר נישט נופל על פניהם און מ'זאגט נישט י"ג מדות.

קענסט זאגן גאנץ תהלים אויך, תחנון מיינט נפילת אפים, און מען דארף גארנישט זאגען ספעציעל עס זאל הייסן נפילת אפים.

בדרך אגב, תחנון איז א רשות, מען דארף עס קיינמאל נישט זאגן.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 8:31 am
דורך היסטאריקער
וואס האט תחנון מיט תהלים? ר"ח מעג מען זאגן תחנון? אוודאי נישט, און אפילו תהלים, קאפיטאל יענך ד׳ ביום צרה למשל, מעג מען זאגן צווישן אשרי און ובא לציון ביומא דפגרא? זיכער אז נישט, אפילו מ׳ מעג עס זאגן סתם אזוי אינמיטן טאג, די תפלה האט א סדר, אוודאי איז עס נישט דאורייתא, אבער ווען די הלכה פארלאנגט נישט צו זאגן קען מען נישט יא זאגן

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 9:52 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
לענ"ד וואלטן חסידי סאטמאר געדארפט זיין די ערשטע נישט צו זאגן תחנון אין ה’ אייר, וויבאלד "אי לאו האי יומא" וואלט מען נישט געהאט קיין שיטה...

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 10:02 am
דורך עמקות התם
זיי דארפען דאנקען יעדן טאג, וואס די מדינה שטייט, און אגודה גייט אן,
אז נישט, מיט וואס ביסטו בעסער פון מיר?!
און וואס גייסטו טון מיט אלע דיינע real estates/בניני המוסדות אין חו"ל? האסט דאך שין נישט דעם תירוץ נישט צו עולה זיין......

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 10:05 am
דורך טעלעגראם
בילד

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 10:06 am
דורך טעלעגראם
בילד

Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 10:07 am
דורך טעלעגראם
בילד