בלאט 6 פון 16
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 11:58 am
דורך גאלד
לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:02 pm
דורך מבקר
יא!!
עס לאנג דו ביסט נאנט צו אן ערליכע איד און טרייסט צו טוהן דיין בעסט.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:04 pm
דורך גאלד
און עס לאנג דו האסט פייער אינשורענס און א סעקיוריטי גארד
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:05 pm
דורך ציבעלע-קיגל
גאלד האט געשריבן:לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן
א וואדאי נישט!
דאס איז פונקט אזוי ווי איינער וואס זאגט אז ער איז...
א איד אבער ער גלייבט נישט אין דער באשעפער.
אדער להבדיל א קריסט וואס גלייבט נישט אין יאשקא, ימ"ש
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 12:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גאלד האט געשריבן:לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן
זייער פיין ארויסגעברענגט דער נקודה. ווען ס'וואלט געווען א מהללך אין עבודת ה' און דער רבי איז דער וואס פיהרט און איז מחנך דער עולם אין אט דער עבודה, וואלט געווען דער תשובה יא. אבער וויבאלד ס'איז פארקערט, די מצוות און עבודות זענען אלס געווידמעט צום רבי'ן און זענען גארנישט ווערט אן דער רבי'ן, ווי מ'זעט טאקע אז אן עם הארץ וואס איז נכנע צון רבי'ן איז ווערט מער ווי א ת"ח וואס האט דער רבי אין בוידעם, איז דאס א ראיה אז עבודת ה' איז נישט דער זאך.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:16 pm
דורך diff
לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
diff האט געשריבן:לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה
דאס איז דער מחלוקת צווישען די דוגלי השיטה און מתנגדיה. אבער בכל אופן איז דאס א שיטה, נישט קיין געוועלבעל.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:39 pm
דורך diff
גאלד האט געשריבן:און עס לאנג דו האסט פייער אינשורענס און א סעקיוריטי גארד
ס'העלפט געגן ענק אויך?
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 4:10 pm
דורך גאלד
גראדע ביינינז איז נעבעך דא א פארקערטע פראבלעם אז מאנכע ל"ע האלטן אז כדי צו זיין א סאטמארער חסיד מוז מען כופר זיין אין ר' אהרן והברך משה אנע דעם קען מען זיך נישט רופן קיין סאטמארע, זייער אסאך סאטמארע אידן זענען נעבעך געשלאגן מיט דעם איינרעדעניש
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 4:22 pm
דורך גאנצל
גאלד האט געשריבן:לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען איך זיין א סקווערע חסיד בשיטה אנע מכיר זיין אין די גדלות פונעם היינטיקן רבי'ן
די קשיא קענסטו פרעגן אויף יעדע חסידות. נאר ביי יעדע חסידות אנדערש למשל אין סאטמאר קענסטו זיין א סאטמארע חסיד אן צו האלטן מיט די שיטה ? (קען זיין אז יא איך בין א סאטמארע חסיד מיט אלעם אויסער מיט די שיטה
)
צו זיין א סקווירא חסיד מוזטו האלטן פון א רבי'ן דאס איז געבינדן איינס מיט'ן צווייטן לויט ווי זוי ר' יעקב יוסף פון סקווירא (קרעדיט ליפא שמעלצער בארד נגון ) האט אפגעלערנט דרך החסידות
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 4:57 pm
דורך berlbalaguleh
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דו האסט גערעדט אויף סענדער דייטש, און ר' שלום פויגל, גיי מיט א מנין על קברו און בעט עהם איבער, אז נישט ביסטו מוחרם מטעם החפץ חיים, פארן באשמוצן א נפטר בחינם
מנשה: דו האסט געענטפערט שלא מן העניין. אויף דעם וואס דו זאגסט יעצט וועל איך דיר ענטפערן, אבער נישט יעצט. אצינדער דארפסטו פארענטפערן די קשיא וואס איך האב געפרעגט איבער דעם פארגלייך (אדער אומ-פארגלייך) צווישן די גרויסע חסידות'ן, סאטמאר און בעלזא, וואס ביי זיי איז דער מצב נישט אזוי ווי אין שטעטל, כדאמרן. טאטע לעבן זיי מוחל ענטפער מיר א טערעץ...! ביטע זאג מיר, ווען דער סקווירא רבי שליט"א האט זיך אריינגעמישט אז מ'זאל סטאפן דעם טעראר און רדיפות איבער יחידים וועלכע זענען פערצופאל נישט געגאנגען 100% אין שפאן.
איך גיי דיר נאר ברענגען א דוגמא אחד מני אלף, וואס איך האב אליינס צוגעזעהן, בעיני ראיתי, ביי די קבלת פנים פון איינס פון די זוהן'ען פון הרה"צ ר' אהרן מענדל האט מען במזיד געשפריצט סאדע (מ'האט גוט אויפגעשאקלט דעם באטל אז ס'זאל זיין א סאך געז) און מ'האט געשפריצט אויף הרה"ח ר' י.י.פ. און זיין זון וועלכע זענען געזיצן נעבן מיר. אזוי אז איך האב אויך ב"ה געהאט די זכייה צו כאפן א פאר שפריצעס (נישט שפרינצעס).
איי וועסטו מיר וועלן זאגן אז דאס איז בעיבישע זאכן. אין הכי נמי. לגבי די אנדערע מעשי גזילה וואס מ'האט געטון צו דעם איד איז עס טאקע כאפס וכאין... איך האב נאך שטעינדלעך אין די קעשענע, נאר ס'פאסט נישט אלעס אויסצופאקן דא ברבים...!
נ.ב.: איך בין נישט קיין סקווערע חסיד. נאר איך האב ליעב צו גיין זעהן ביי רעבישע שמחות...!
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:54 pm
דורך חקרן
און אויב איך בין אנגעבינדן מיט סקווירא בארא-פארק, קען איך זיין א סקווירא?
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 7:07 pm
דורך חקרן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:טייערע חקרן, דאס בעסטע וואלט געווען ווען מיר רעדן פנים אל פנים, אויב דו ווילסט באמת הערן דברים נכוחים
העי, פארוואס?
פארוואס זאלסטו נישט קענען אראפברענגען א באשרייבונג להרוות צמאי חברינו היקרים, וואס ווילן ארויסהאבן וואס דאס איז סקווירא? - פארוואס דוקא נאר פנים אל פנים? - ניין, איך בין חושש אויף גילוי, איך האלט זיך נישט ביים טרעפן מיט דיר, אבער איך וויל פארט ארויסהאבן וואס דאס איז סקווירא און וואס אירע יסודות און גרונטן זענען. קענסט עס נישט אראפשרייבן? עס פעלט דיר אין הסברה?
דאס אליין, אז מיר מישן שוין אצינד זעקס בלעטער צום גוטן, און קיין קלארע מהלך ודרך איז אינטערעסאנט פאר זיך, אבער וואו זענען די אנדערע סקווירע חסידים? - אפשר קען איינער קומען און ארויסהעלפן מנשה'ן? - קען אונז איינער קומען מסביר זיין און אויפקלערן וואס דאס איז סקווירא?
איך געדענק ווען איינער האט אמאל געעפנט אן אשכול און באשריבן פאפא (מיט א פינק פון לצנות...), האבן זיך דעמאלס געיאוועט עטליכע ניקס מטעם פאפא, זיי האבן שיין ערקלערט אלע תמוהות און קושיות, שיין פארענטפערט יעדע שאלה וואס מען האט זיי געפרעגט, גוט ארויסגעברענגט די מאטיוון פון די קהילה, און מען קען זאגן אז זיי האבן איבערגעלאזט דאן גאנץ א פאזעטיווער רושם אויף די ליינער. לדעתי איז דאס געווען אן אחריות'דיגער און פאזעטיווער שריט, וואס האט געשטעלט זייער קהילה אונטער א פאזעטיווער ליכט.
פארוואס זאלן נישט אפירקומען עטליכע ניקס פון סקווירא (איך בין זיכער אז עס איז פאראן צווישן זיי וואס דרייען זיך דא) און ארויסברענגען וואס דאס איז סקווירא, וואס דער דרך איז און וואס זיי טוען. אויב מנשה קען זיך נישט באפאסן דערמיט, זאלן קומען אנדערע און דאס קלארשטעלן.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 9:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
חקרן, פון אלע זעקס בלעטער האב איך דיר דן געווען לכף זכות, אז אולי ווילסטו טאקע וויסן, הערן פון מיר, צו בכלל אויסקלארן עטליכע שוועריגקייטן וואס דיר עגבערט אינעם חקרן קאפ.
אבער כ'האב צוזאמגענומען יעצט דיינע אויסדרוקן, און 'לייקס' און צילן, ווילסטו סתם מייכענען און לייענען אז ס'זאל דיר בעסער אויסגיין, און בכלל האסטו א פראבלעם פון גילוי, ווי כאילו דער 'מלא כל הארץ כבודו זעט דיר נישט און דיינע כוונות.
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט סקווער, און אז דו יא, סיי טאמער ביסטו אמאל געווען משלנו, סיי טאמער ביסטו קיינמאל נישט געווען, שמעק דיר אויס דיין חלק, און בעט טישוס ווען ביסט פיניש.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
מנשה לוסטיג האט געשריבן:חקרן, פון אלע זעקס בלעטער האב איך דיר דן געווען לכף זכות, אז אולי ווילסטו טאקע וויסן, הערן פון מיר, צו בכלל אויסקלארן עטליכע שוועריגקייטן וואס דיר עגבערט אינעם חקרן קאפ.
אבער כ'האב צוזאמגענומען יעצט דיינע אויסדרוקן, און 'לייקס' און צילן, ווילסטו סתם מייכענען און לייענען אז ס'זאל דיר בעסער אויסגיין, און בכלל האסטו א פראבלעם פון גילוי, ווי כאילו דער 'מלא כל הארץ כבודו זעט דיר נישט און דיינע כוונות.
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט סקווער, און אז דו יא, סיי טאמער ביסטו אמאל געווען משלנו, סיי טאמער ביסטו קיינמאל נישט געווען, שמעק דיר אויס דיין חלק, און בעט טישוס ווען ביסט פיניש.
דאס איז גערעדט זייער בעביש און געענטפערט שלא מן הענין. דו האסט נאכאלץ נישט מסביר געווען די הויפט נקודה...."פון וואס באשטייט חסידות סקווירא..."? חוץ מן הדברים הידועים...!
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 9:41 pm
דורך מנשה לוסטיג
היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 9:59 pm
דורך נופת צופים
כ'בין געקומען צו דער מסקנא אז מנשה איז סתם א לץ שבלצים וואס האט גאנץ סקווער פארפאקט אין לינקע טאש. ער טרייבט סתם ליצנות אויף אונזער און אויף סקווער'ס חשבון. ס'מוז זיין, איי מין, האו סטופיד קען יו ביקאם?
ווער איז מסכים מיט מיר?
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 10:00 pm
דורך [NAMELESS]
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שמעק דיר אויס דיין חלק, און בעט טישוס ווען ביסט פיניש.
אכן, סקווירא בתפארתה!
Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 12:06 am
דורך חאצקעל שניידער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.
ברכת אילנות היינט ? אין סקווער שפראצן די ביימער שפעטער?
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 12:50 am
דורך מנשה לוסטיג
קיינער מאכט נישט קיין ברכה פארן רבי'ן
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 1:48 am
דורך חקרן
סא, מנשה, דאס איז דיין ענטפער אויף די שאלה פון דעם אשכול?
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:13 am
דורך חקרן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.
http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=83133
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:42 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:diff האט געשריבן:לאמיר ציקומען צום פוינט:
קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה
דאס איז דער מחלוקת צווישען די דוגלי השיטה און מתנגדיה. אבער בכל אופן איז דאס א שיטה, נישט קיין געוועלבעל.
איז ער א בעל מדות, בויט זיך נישט אויף יענעם. כאטש אינדרויסן פון שטעטל איז יעדער כשר