בלאט 6 פון 9

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען דעם פראבלעם וואס איז מער נפוץ אין סאטמאר ווי אין אנדערע קרייזן, דארף נישט מער ווי ליינען איש את רעהו'ס ווערטער צו כאפן פונקטליך דעם פראבלעם. ב"ה די סארט שמאלקעפיגקייט ווערט ווייניגער און ווייניגער, און מער און מער סאטמערע אידענטיפיצירן זיך נישט מיט פיליפינע"ן און טעלערלע"ך [ווער געדענקט?], אבער דאס איז אין קורצן זייער פראבלעם.

ואליכם [tag]איך אויך[/tag], [tag]דעת תורה[/tag], [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], ושאר חברים אקרא בקול גדול: זייטס מונע דעם נארישן ויכוח, מיט א נארישן ניק, וואס רעדט נארישקייט אויף איינער פון די גרעסטע גדולי הדור. זיין פלאץ איז אין צימעס, דארט קען ער עסן מייערן מיט צימעס אנעם עפענען א גמרא, און דארט קען ער פסק'ענען וויפיל ער וויל ווער איז א 'הגה"ק' און ווער איז בלויז א 'ר'.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:38 pm
דורך איך אויך
אויף נאכצוזאגן ווארט ביי ווארט פון דעם געמיינעם טעלער קען מען דאך קויפן די בלא בלא ,עס פעלט נישט אויס דא צו ק/פ.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:41 pm
דורך איך אויך
ר' (וועל דיך אויס וועלכע טיטל דו ווילסט..) שש ביסט גערעכט עס איז א שאד עם צו ענטפערן. וכסיל בחושך יהלוך.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:42 pm
דורך איש את רעהו
איך אויך האט געשריבן:אויף נאכצוזאגן ווארט ביי ווארט פון דעם געמיינעם טעלער קען מען דאך קויפן די בלא בלא ,עס פעלט נישט אויס דא צו ק/פ.

די ווערטער האט געזאגט הגאון הקדוש רבי בנימין ראבינאוויץ זצוק''ל

אז די ווילסט זיך ארויסדרייען מיט באשמירען אנדערע וואויל איז דיר, אבער אין פאקט ווער עס האט מיטגעהאלטען די לעצטע טעג עלי אדמות פון די גאון וקדוש הנ''ל האט געקענט זען בחוש ווי א איד א צדיק וקדוש האלט נישט אויס די ביטערע און פיסטערע גזירה וואס ווארט אויף די ישיבה בחורים דורך דעם ליטווישע גדול

עס איז ידוע לכל זיינע מימרות וואס ער האט געלאזט פאלען אויף אים

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און וועגען דעם איז ער געשטארבען. פאר'ן רעדען אזוי אויף א גדול בישראל!
אבער נישט נאר איהם. אנדערע גדולי ישראל רעדען נידריג אויף הרב שטיינמאן שליט''א. ווער? א.ל.קעניג און שרייבער'ס אויף אן איזרעילישער בלאג. פשיאא, דאס הייסט ריכטיגע מנהיגי הדור!

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:01 pm
דורך איש את רעהו
אהא העריך

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער ווען הרב שך האט פארשטאנען אז דער ליובאוויטשער רבי איז נישט קיין מענטש צום טיש, און זיין דעה איז נישט אויסגעהאלטען אין קיין שום זאך נישט, איז דאס א פסק פון א ת"ח און ס'איז נעריש צו פרעגען 'ווי איז זיין רעכט אזוי צו טוהן?' ער איז געצווינגען פון זיין פארשטאנד אז אזוי מוז זיין. נאר איינער וואס פארשטייט אז אלס איז נגיעות פרעגט 'ווי קענסטו האבען א נגיעות קעגען אזא גרויסע מנהיג?' דער וואס פארשטייט אז ריכטיג האט נישט קיין נגיעה פרעגט נישט אזוי.

@ליטוואק . אפשר געבסטו מיר צו פארשטיין פארוואס די בלוט פון ר' דוד פאווארסקי זצ"ל באבלט נאך יעצט אויף די רדיפות והשמצות פונעם ערגסטן סארט וואס די שכ'יסטן האט אים אנגעטון ...??? ( צוליב די נישטיגע מערכה וואס רב שך זצ"ל האט געפירט מיט אים ..)
וואס איז פשט אז שמחת תורה בפני קהל עם ועדה ובפניו פון רב שך זצ"ל בעצמו האט מען אים געשלאגן און גע'מקל'ט און רב שך האט נישט געגעבן קיין מאג ...?? קיין מאג האט ער נישט געגעבן ....!!

(איך האב שוין אמאל דא געעפענט אן אשכול ווי איך האב אנגעהויבן באשרייבן די גאנצע מחלוקת מחבלים .vs שונאים בפונוביז )

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:13 pm
דורך [NAMELESS]
ברענג א לינק צו יענעם אשכול ביטע

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרעג שאולזוהן פון וואנעט דו נעמסט דיין אינפארמאציע

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:19 pm
דורך דעת תורה
מיי אפיניאן: ליטוואק איז א האופלעס ליטוויק. אויף א חסיד'ישע פארום איז ער דיפערענט, אפשר אפילו אויפגעקלערט, אבער בעצם איז ער א ליטאי מן השורה.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:44 pm
דורך הק זעמל
"רבתי" שוקטס מיר א טעקסט ווען די אשכול גייט צירוק צום שורש און מרעדט פון טעללער

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:30 am
דורך [NAMELESS]
Big Boy האט געשריבן:I would like to listen to a CD in my car of someone that knows Jewish history well. Whom would you recommend? I want someone that's honest and not someone that will say stuff that's not true just because they have an agenda.

הרב שמעון אופמאן.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:42 am
דורך ישראל קאפקע
און הרב סיני מאלאוויצקי.

ביידע גייען נישט איבער היסטאריע אויפן סדר, זיי נעמען איין ענין און באהאנדלען עס באריכות, ביידע זייער אינטערעסאנט.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 2:20 am
דורך [NAMELESS]
מסכים, אבער ר' סיני האט א שטיקל אגענדע צו מאכן די זאך קאמיש.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 2:37 am
דורך קפה נמס
אדנירם האט געשריבן:
הק זעמל האט געשריבן:פאר צוויי יאר צירוק האט ער געשריבען און בלאט א פארזעצונג מיט די נאמען "איז די חוב טאקע אזוי קדש"

און טאקע דארטן איז די מאס צביעות זיינע אנגעקומען צו די העכסטע שטאפלן.
די געמיינהייט זיינע האט נישט געהאט קיין שום הצדקה!
סילוף לשם סילוף, ושקר לשם דרך ה'אמת'.

די עיקר חוצפה, אוועקצומאכן תלמידי חזו"א וואס האבן מעיד געווען דעתו הק', און אנשטאט דעם אנגענומען עדות'ן פון וואסער טרעגער, אבי צו 'כשר'ן' דעם חזו"א אז ער זאל האבן געהאלטן ווי סאטמארער רב, דאס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים.

ס'קומט מיר די בלוט ארויף אין קאפ ווען איך דערמאן זיך די קאטאשעס וואס ער האט געמאכט מיט הגה"ק טשעבינער רב ז"ל געבויט אויף צוזאמגעשטעלטע סברות און הוילע ליגנטס.

און מיט דעת קדשו פונעם בעלזער רב ז"ל וואס ער האט איבערגעהיפט אויף קלארע עדות'ן פון אלע גבאים און מקורבים ביניהם הג"ר שלו' בראנדער ז"ל, הג"ר אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וכו' און ער האט אויסגעטראפן א איש מפי איש עדות פון א מאנטריאלער סאטמארער איד וואס האט אליינס נאכגעהערט....

און די מערסטע לעכערליך ווען ברוב להיטותו איז ער פארקראכן ביז דער אמרי חיים זצ"ל אז ווען מען האט אים פארציילט אז מען האט אראפגעריסן די קול קורא-חוב קדוש אינעם וויזניצער ביהמ"ד אין ירושלים האט ער זיך שטארק געפרייט...

עפעס ביי די סטייפלער גאון זצ"ל איז ער יא געווארן סטאק, אבער ער האט זיך אן עצה געגעבן, ער האט מעתיק געווען א לאנגע לאכעדיגע דרשה פונעם ברך משה ווי ער וואונדערט זיך הלמאי ווי קען זיין אז א איד א ת"ח זאל זאגן אנדערש ווי דער פעטער...

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 3:44 am
דורך קפה נמס
אדנירם האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag],
לאמיר דיר מגלה סוד זיין: גם אני בחלומי, איך האב אויך די זעלבע תערומות ווי דיר. און כאטש איך האב א הסבר וויאזוי מצדיק צו זיין זיין התנהגות, וועט מיר אבער דאך קומען די בלוט אין פנים, און דערפאר בין איך מיך מונע פון רעדן איבער דעם פרשה.

@שש, איך וואלט מיך אידענטיפיצירט מיט יעדע תגובה און יעדער ווארט וואס דו שרייבסט אין דעם אשכול חוץ פון דיין איצטיגע תמי'. וכבר ענה @ליטוואק בטוטו"ד.

הרב שך זצ"ל איז געווען -בנוסף צו אלע זיינע מעלות אין הנהגה- א גאר שטארקע רואה את הנולד. זיין מהלך אין יעדע זאך איז געווען מיט א וויזיע און השקפה אויף לעתיד. פון זיין שטאנדפונקט האט ער אנגעקוקט ליובאוויטשער רבין'ס מהלך ווי א סכנה פאר אויטענטישע תורה'דיגע אידישקייט. דאס מאכן לימוד חסידות אן עיקר בחיי יום יום, פארשפרייטן תורת חב"ד אויף א מיסטישן מיסיאנערישן אופן, לימוד הרמב"ם אויבערפלעכליך ווי ס'וואלט געווען א נחלת הכלל וכו' וכו' איז לדעתו געווען א סכנה, א תוצאה פון אן הנהגה אן מסורה. און זיין כאריזמע און צוצואינגס קראפט האט נאר שטערקער געמאכט די חששות.

איינער פון די חשוב'ע גדולים האט געבעטן פון רב שך בעת ההוא ער זאל בעסער גארנישט זאגן ווייל ער וועט ממילא גארנישט אויפטון. האט רב שך ארויסגענומען א בריוו ווי איינער פרעגט דעם רבי'ן, הלמאי דער רש"ב האט צוגעזאגט אויף א ענין אז ער וועט א טובה טון אויף יענער וועלט, און די גמרא ברענגט ריב"ז בכה ואמר לתלמידיו איני יודע באיזה דרך מוליכין אותי. פרעגט יענער צו דער רש"ב איז געווען גרעסער פון ר' יוחנן בן זכאי ?? ענטפערט אים דער רבי אז זייט ס'האט אויפגעשיינט די אור פון חסידות קענען צדיקים מער זען..! האט רב שך געפרעגט יענעם גדול: נו, קען מען שווייגן ??

לסיומא, ווען אדמו"ר מליובאוויטש נ"ע האט אויסגעהויכט זיין נשמה, איז רב שך ארומגעגאנגען געפערליך צוטראגן. פארציילט א נאנטע תלמיד אז ער האט אים געפרעגט מאי האי, האט אים רב שך געזאגט: ער לאזט דאך איבער א גרויסן עולם, זיי זענען דאך ממש אדוק אין אים, וואס וועט איצטער זיין מיט זיי.
קוק א בליק פון א מנהיג ישראל. א ריכטיגע חכם עדיף מנביא.

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי נישט פון הרב שך, נישט ברבים און נישט באופן פרטי, די טענות וואס דו ברענגסט. הרב שך האט נישט דערמאנט לימוד החסידות אלס דער פראבלעם. עכ האט געטענה'ט נאר אז ער זאגט שטארקע דעות אויף אלס, און ס'שטאמט נישט פונ'ם תורה. אפשר האבען אנדערע מענטשען אנדערע טענות, אבער הרב שך האט נאר דאס גערעדט

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:21 am
דורך גאלד
די ארטיקלן איבער די בחירות פון רב טעלער, גייט אויף די סגנון צו אויפווייזן - לשיטתו - אז די אלע פריעדיגע גדולים וואס מ'איז זיך סומך צו זיך באטייליגן אויף די בחירות, זענען לגמרי נישט געווען אזוי עקסייטעט פאר די בחירות, ס'אלעס געווען מהיכי תיתי, בדיעבד שבדיעבד, ממש כאילו כפאו שד, און אסאך האבן זיך אפי' מתמרמר געווען דערויף,
פון יעדן גדול קומט ער מיט הויפנס ענעקדאטן קרישקעלעך ווי מענטשן זענען מעיד אז דער גדול האט געלאזט פאלן ווערטער וואס ווייזט אויף אז "דער חוב איז לגמרי נישט אזוי קדוש" ווי אסאך וויל איינרעדן די וועלט,
ער דעקט כמעט יעדן גדול, איינס ביי איינס, פון די גאר באקאנטע ביז נישט אזעלעכע באקאנטע, (חוץ שטייצעך די רעליגיעזע ציונים, דתי לאומי, מזרחי, וכדומה)

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 10:53 am
דורך חאצקעל שניידער
מן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 12:05 pm
דורך גאנצל
[tag][/tag]הרב ליטוואק בעיסט אויף דיינע תגובות ביז אהער נמצא אז ווען ס'קומט צו פארענטפערן הר' ש"ך מיט זיינע מחלוקת אדער הר' שטיינמאן מיט זיינע קרומע שיטות טוסטו די זעלבע וואס הר' טעלער טוט צו פארענפערן הר' ט"ב מסאטמאר

וואס ס'געפעלט דיר נישט ווערט שקר, וואס דו ווילסט באהאלטסטו, און נעמסט נאר אהער וואס דו ווילסט און וואס דו קענסט פארוואסערען

סאו דין דיינע אינטערעסן ווייטער געזונטערהייט און לאז יענעם דינען זייערע אינטרעסען און רעגט אייך נישט אזוי

[tag][/tag]הר' שש פון [tag][/tag]איש את רעהו קענסטו נישט ברענגען קיין ראי' ווייל ער נעמט זיינע ווערטער פון די זויערע חלק פון סאטמאר וכאשר כתבתי לעיל

Re: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבא, דו ווייז די קרומע דעות פון הרב שטיינמאן. פארוואס זאל מען דארפען פאר'ענטפערען דמיונות.
סאטמאר האט געלייגט זייער נאמען אויף 'דער בלאט', ממילא טראגען זיי אחריות דערפאר. הרב שטיינמאן האט נישט געלייגט זיין נאמען אויף די פאשקעווילען קעגען איהם, ממילא איז ער פערזענליך נישט אחראי פאר די אלע דמיונות וואס די הגה''ק'ס מיט זייער אייניקלאך לייגען אויף איהם.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 2:40 pm
דורך קפה נמס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי נישט פון הרב שך, נישט ברבים און נישט באופן פרטי, די טענות וואס דו ברענגסט. הרב שך האט נישט דערמאנט לימוד החסידות אלס דער פראבלעם. עכ האט געטענה'ט נאר אז ער זאגט שטארקע דעות אויף אלס, און ס'שטאמט נישט פונ'ם תורה. אפשר האבען אנדערע מענטשען אנדערע טענות, אבער הרב שך האט נאר דאס גערעדט
זיין טענה אז ער פירט אן הנהגה אן מסורה האט אויסגעקלאפט אויף מער ווי זאגן פאליטישע דעות, און משיחיזם סוף ימיו. זיין עצם הנהגה איז געווען אפגעפרעגט ע"פ דעתו.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 2:45 pm
דורך קפה נמס
חאצקעל שניידער האט געשריבן:מן הסתם בעלזער רב אויך וואס האט נישט גענומען קיין קוויטלעך אין טאג פון בחירות און האט געזאגט אזא מצוה

וה"ה אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל וואס האט אנגעטון א ספעציעלע בעקיטשע און אליינס געגאנגען צו די בחירות.