בלאט 6 פון 8
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:47 pm
דורך ישמעאל הכהן
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב שיסן זיי, וועלן זיי קיינמאל נישט געוואר ווערן די אינסייד סטארי.
No choice. They are armed
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
תיקון טעות: זיי זענען געווען 30 מייל מערב פון די תפיסה אין די געגענט פון Malone, NY.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 5:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
Matt was shot near Lake Titus, New York, less than ten miles from Chasm Falls. The pair was believed to be heading to Trout River, which is 22 miles away from Chasm Falls and straddles the US-Candian border, or Cornwall, Ontario, which is just over 33 miles away and is across river
Re: !Prison Break
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:00 pm
דורך [NAMELESS]
מ׳האט יעצט געכאפט דעם צווייטען, זיי בעטן פאר אמבולאנס, קוקט אויס מ׳האט אים לעבעדיג
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי ווערט עס באריכטעט?
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:19 pm
דורך [NAMELESS]
באריכט גענומען פון abc news
יעצט זאגט מען אז סטוט זיך א שיסעריי אין וואלד
טייל זאגן ער איז שוין טויט
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
ריכטיג, ס'טוט זיך א שיסעריי אין וואלד, אבער מ'האט אים נאכנישט.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:35 pm
דורך אליצפן
עזריאל האט געשריבן:מ׳האט יעצט געכאפט דעם צווייטען, זיי בעטן פאר אמבולאנס, קוקט אויס מ׳האט אים לעבעדיג
אין דיין רייץ צו זיין די ערשטע וואס ברעכט די נייעס, האסטו באריכטעט עפעס וואס איז גענצליך פאלש, און נישט באשטעטיגט דורך קיין איין נייעס אגענטור.
You jumped the gun
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:36 pm
דורך [NAMELESS]
נאכגעברענגט פון זייער טוויטער
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
קוק נאכאמאל.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
אליצפן האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:מ׳האט יעצט געכאפט דעם צווייטען, זיי בעטן פאר אמבולאנס, קוקט אויס מ׳האט אים לעבעדיג
אין דיין רייץ צו זיין די ערשטע וואס ברעכט די נייעס, האסטו באריכטעט עפעס וואס איז גענצליך פאלש, און נישט באשטעטיגט דורך קיין איין נייעס אגענטור.
You jumped the gun
אוי אליצפן איז נישט צו העפפי היינט....
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
אליצפן האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:מ׳האט יעצט געכאפט דעם צווייטען, זיי בעטן פאר אמבולאנס, קוקט אויס מ׳האט אים לעבעדיג
אין דיין רייץ צו זיין די ערשטע וואס ברעכט די נייעס, האסטו באריכטעט עפעס וואס איז גענצליך פאלש, און נישט באשטעטיגט דורך קיין איין נייעס אגענטור.
You jumped the gun
אנטשולדיגט, אבער יעדע מענטש קען מאכן א טעות, און אז אונזער ערעב [tag]עזריאל[/tag] שטרענגט זיך אן אונז צו ברענגען די מערסט אפדאטירטע נייעס קומט אים א קאמפלימענט, ככה נראה לפי עניית דעתי.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 7:52 pm
דורך אליצפן
עזריאל האט געשריבן:נאכגעברענגט פון זייער טוויטער
דא האסטו זייער טוויטער פיד פון די לעצטער שעה. ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט אז מ'האט זיי געכאפט.
נשלח: מוצ"ש יוני 27, 2015 10:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
ניין, מ'האט אים נאכנישט. 1200 אגענטן פון פילע אגנטורן זיכן אים נאך.
די לעצטע נייעס:
http://www.nydailynews.com/news/crime/d ... -1.2273671
נשלח: מוצ"ש יוני 27, 2015 10:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
כאריזמיטשע און צופראסקטע קליפ פון א יונגע ריטשארד מעטט, געציילטע חדשים פאר ער האט דערמארדעט זיין בעל הבית אין 1997.
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -1997.html
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 3:57 am
דורך הדד בן בדד
פון איין זייט בין איך העפי אז מען האט אראפגענומען נאך א מערדער פון די גאסן און פון די טעקספעיער פעיראל. אבער פון די צווייטע זייט האב איך הנאה געהאט ווי די שטאלצע פארעכעס, די רעגירונג דרייט זיך ארום מיט די רויטע זודיקעס פארשעמטערהייט, שפענדענדיג צענדליגער מיליאנען צו כאפן די חברה. איך האב פשוט געהאט א נקמה אין זיי. איך האב געוואלט אז מען זאל די חברה קיינמאל נישט כאפן.
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 4:08 am
דורך שמואל פרימו
ס'איז פארט א נקמה אז מען האט זיי נישט באוויזן צו כאפן לעבעדיג.
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:05 am
דורך יענער פויגעל
מיין השערה איז אז זיי ווילען נישט כאפען די חברה לעבעדיג
ווייל אויב די צוויי חברה הייבען אן רעדן אין פארציילען אלעס פונקטליך ווער עס האט זיי געהאלפען אין מיטגעארבייט מיט זיי גייט אויסברעכן אזא סקאנדאל אז קעפ וועלן פליען
איך וועל בכלל נישט זיין סורפרייזד אויב בשעת מהאט זיי געזוכט האבען א חלק פון די זוכערס געארבייט מיט זיי אין זיי פונקטליך געזאגט ווי מזוכט זיי אז זיי זאלען זיך קענען היטען
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 12:42 pm
דורך ראוונע
אין גאווערנאר קאומא איז אן עקספערט ווען עס קומט שטיל צו מאכען אינוועסטיגעישאנס ווען מהייבט אן טאפען אין פלעצער ווי ער האט נישט ליב
מאורלענד קאמיטע סטייל
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 12:56 pm
דורך שמואל פרימו
פרוי מיטשעל באוויינט מסתמא די אבידה, די יארן פון זייער צוזאמענלעבן וועט לאנג שטיין פאר אירע אויגן...
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 3:16 pm
דורך ראוונע
שמואל פרימו האט געשריבן:פרוי מיטשעל באוויינט מסתמא די אבידה, די יארן פון זייער צוזאמענלעבן וועט לאנג שטיין פאר אירע אויגן...
אויב דער אנדערע לעבט עס איבער האט זי נאך האפענונג זי האט מיט יענעם אויך געהאט א רילעישאנשיפ
אפשר גאר וועט מען זיי דאס מאל לייגען אין איין צעל
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 3:50 pm
דורך ראוונע
קומט יעצט אריין באריכטען אז מהאט געכאפט דעם צווייטען כעוורעמאן. אין ער איז ערענסט געשעדיגט געווארען
נישט קאנפירמד