בלאט 6 פון 10

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 12:00 pm
דורך יונגערמאנטשיק
די מעשה מיט די ריקארדינג פון שבת לייגט זיך נישט אויפן שכל, דער דייטש בחור פלעגט דארט זיין שבתים, אבער נישט לעצטענס, ווען מ'האט שוין גערעדט פון די זאכן האט ער נישט געגעסן דארט. (כך שמעתי פון א גאר נאנטען משפחה מיטגליד)

דאס מאכט נישט ווייניגער די עוולה, צו ארעסטירן א מענטש וואס האט דיך געהאלפן ווען דו ביסט געווען אין פעקל, און יעצט האט ער דיר אויך נאר געאפערט הילף, נאכדעם וואס דו ביסט געקומען בעטן.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 12:04 pm
דורך קאמפיאטער
איר זאלט מיר אנטשולדיגן ר' איחוד פעלד אבער ניין די גוים ווייסן אויך אז פאר אזא קלאגע דארף מען נישט האבן ציפיל באווייזן אין זיי ווייסען עס נאך בעסער ווי אינזער עולם בי זיי זעצט מען איין טאג טעגלעך פאר אזאליכע קלאגעס אין נישט ביי אינז אידישע קינדער (אין טאקע וועגן דעם איז די מידיע אזוי ביזי דערמיט).
אין ביי זיי איז אויך דא רעכטדענקיגע גוים וואס קענען טראכטן אביסעל, אין ווען מען זעהט אז פאר אזא קלאגע איז איינער מסכים צי צאלן אזא פרייז איז עס בכלל נישט קיין ווינדער.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 12:14 pm
דורך איחוד פעלד
אדרבה, ברענג א ראיה צו די צוויי פאקטען
אז מען דארף נישט האבען קיין באווייזען ביי אזעלכע קעיסעס,
אז גוים ווייסען עס אויך

ואל תביאנו במ"ל, ווייל ער האט גאר שטארק געוויזען שולד אין קארט.
ואל תביאנו וויינגארטען, ווייל ער האט זיך אויף געפירט ווי א גרויסע פאץ

אבער ברענג מיר גרינפעלד, וואס איז ארויס מיט גארנישט על אף עס איז אמת

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 12:21 pm
דורך קאמפיאטער
יעצט געליינט יוסי געשטעטנער'ס ארטיקל איבער די ארעסטן ער שרייבט זייער זייער פיין.
ער ברענגט דע עיקר ארויס אז ווען האט מען שוין געזען ביי א אנדערע מעשה אז די טיימס זאל באשרייבן אין די העד ליינס פיר "שווארצע" ארעסטירט! פארן פליען גילטי? איז דאס נישט קיין ראסיזעם?
ער באשרייבט דאס אינטערן קעפל " א פראגע צי די נ.י. טיימס וועגן די העדליינס פין חרידישע אידן ארעסטירט"
ער איז זייער פיין קים איט אפ יוסי!

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:02 pm
דורך יידל
קאמפיאטער האט געשריבן:יעצט געליינט יוסי געשטעטנער'ס ארטיקל איבער די ארעסטן ער שרייבט זייער זייער פיין.
ער ברענגט דע עיקר ארויס אז ווען האט מען שוין געזען ביי א אנדערע מעשה אז די טיימס זאל באשרייבן אין די העד ליינס פיר "שווארצע" ארעסטירט! פארן פליען גילטי? איז דאס נישט קיין ראסיזעם?
ער באשרייבט דאס אינטערן קעפל " א פראגע צי די נ.י. טיימס וועגן די העדליינס פין חרידישע אידן ארעסטירט"
ער איז זייער פיין קים איט אפ יוסי!

די פארגלייך צו ראסע איז לענ"ד קיין פארגלייך נישט. זייט ווען זענען "חסידים" א ראסע אדער עטנישע גרופע? א רעליגיע, דאס איז שוין עפעס אנדערש. אודאי ווען די פיר שווארצע וואלטן געהערט צו איין געוויסע ספעציפישע שטרעמונג וואלט די צייטונג דאס געשריבן פונקט ווי ביי די קעיס מיט די קאטוילשיע גלחים. נעם אויך אין באטראכט אז ווען אלע שווארצע וואלטן זיך אפגעשמועסט און געמאכט א יד אחת צו מאכן א שתיקה פון עביוז קעיסעס און די די עי וואלט פארשפראכן צו פירן א מלחמה מיט זיי, צו וואלט דען נישט די נייעס באריכט געשריבן דעם גאר אינטערעסאנטן דעטאל? הלמאי, די גאנצע סיבה פארוואס די נייעס באריכט איז אנגעקומען אויפן פארענט פעידזש איז נאר ווייל היינס ווערסוס די חסידים זענען שטארק אין די נייעס לעצטנס און דאס ציט א גרויסע אינטערעסע.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:08 pm
דורך אברעמעל
וואס איז טאקע די געזעץ, איז נישט ערלויבט צו פארהאנדלען מיט א וויקטים פאר געלט אינדרויסן פון קארט? הייסט דאס דען אינטימידעישאן?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:18 pm
דורך יידל
אברעמעל האט געשריבן:וואס איז טאקע די געזעץ, איז נישט ערלויבט צו פארהאנדלען מיט א וויקטים פאר געלט אינדרויסן פון קארט? הייסט דאס דען אינטימידעישאן?

פון די נ.י. טיימס ארטיקל איז משמע אז די וויקטים איז נאר א וויטנעס, נישט די קלעגער. מיט איינער וואס קלאגט מעג מען זיך לכאורה אויסקומען אינדרויסן פון קאורט אבער מיט א וויטנעס נישט (כמובן לכל בר דעת). די שאלה איז אויב די מיידל איז נאר א וויטנעס, ווער איז די קלעגער? די שטאט?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:21 pm
דורך אברעמעל
לויט די נ.י. טיימס רעדט מען מסתם אז ער האט געוואלט געבן געלט פאר דייטש, וואס ער איז כלומרשט א וויטנעס, (גיי ווייס פארוואס, ער איז גוט געווארן מיט איר נאך די פרשה) אבער לויט שמועות הער איך האט מען אים נאר געניצט פאר א שליח, און ער האט עס אויסגעדרייט כאילו ס'איז פאר אים.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:22 pm
דורך טאמבל סאס
יידל האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:וואס איז טאקע די געזעץ, איז נישט ערלויבט צו פארהאנדלען מיט א וויקטים פאר געלט אינדרויסן פון קארט? הייסט דאס דען אינטימידעישאן?

פון די נ.י. טיימס ארטיקל איז משמע אז די וויקטים איז נאר א וויטנעס, נישט די קלעגער. מיט איינער וואס קלאגט מעג מען זיך לכאורה אויסקומען אינדרויסן פון קאורט אבער מיט א וויטנעס נישט (כמובן לכל בר דעת). די שאלה איז אויב די מיידל איז נאר א וויטנעס, ווער איז די קלעגער? די שטאט?

נו וואדען ? אם אין מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעהו. די גאווערמענט קען נישט צולאזן מענטשן זאלן טון כל מה שלבם חפץ

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:33 pm
דורך יידל
אברעמעל האט געשריבן:לויט די נ.י. טיימס רעדט מען מסתם אז ער האט געוואלט געבן געלט פאר דייטש, וואס ער איז כלומרשט א וויטנעס, (גיי ווייס פארוואס, ער איז גוט געווארן מיט איר נאך די פרשה) אבער לויט שמועות הער איך האט מען אים נאר געניצט פאר א שליח, און ער האט עס אויסגעדרייט כאילו ס'איז פאר אים.

ניו יארק טיימס האט געשריבן:The Brooklyn district attorney, ... charged four men with attempting to silence an accuser by offering her and her boyfriend a $500,000 bribe, and threatening her boyfriend’s business.

ס'משמע אז די געלט האט געזאלט גיין פאר איר אויך, און ס'נישט משמע אז ער איז א וויטנעס, נאר פשוט אלס נאנטע פריינד פונעם וויקטים האט מען דורך אים סטראשענען/גיבן שוחד געוואלט איר מסדר זיין.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:36 pm
דורך אברעמעל
סעטלן איז דאך יא מותר, וואס הייסט סטראשענען און וואס הייסט סעטלן,
אויב איז ער איר ווארטזאגער מיינט דאס אז מ'מוז אים אינקלאדן ביים סעטלן, פרעג איך איז דאס קעגן דע געזעץ?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:39 pm
דורך יידל
אברעמעל האט געשריבן:סעטלן איז דאך יא מותר, וואס הייסט סטראשענען און וואס הייסט סעטלן,
אויב איז ער איר ווארטזאגער מיינט דאס אז מ'מוז אים אינקלאדן ביים סעטלן, פרעג איך איז דאס קעגן דע געזעץ?

נאכאמאל, סעטלען איז נאר מותר מיט דעם אנקלאגער, נישט מיט דעם עדות. (שטעל זיך פאר ווען מען קען ווען סעטלן מיט עדות וואס פארא א חורבן ס'וואלט ווען געווען).
אויב איז זי נאר א וויטנעס און נישט זי איז די וואס קלאגט אן איז דאס זיכער קעגן די געזעץ.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 4:34 pm
דורך אוהב ספרים
די אנקלעגער איז די גאווערמענט, זיי קלאגען וועבערמאן די וויקטים איז די עדות, באצאלען א עדות איז אי קריים שוחד ברייבערי.
סעטלען חוץ פון קאורט איז נאר שייך ביי ציווילע קלאגעס אדער פאר די שטאט קלאגט איינעם, אין די שלאגסט איינעם קענסטו מיט איהם סעטלען ער זאל דיר נישט גיין פארמסרן אבער נאכדעם הייסט דאס ברייבערי.

סטראשען אראפצונעמן א הכשר אדער אפילו אראפנעמען טאמער יענער גייט עדות זאגט איז דאס אינטימידעישאן, סטארעשן די בוי פרענד פון די וויקטים הייסט אויכט אינטימידעשען [ממילא איז נישט קיין נפק"מ אז ער איז געווארען א חבר מיט איר נאכדעם]

וביותר וויבאלד היינס איז אין די ספאטלייט לעצטענס דארף ער און וויל ער טוען פעולות צו ווייזען אז ער איז נישט איינזייטיג

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 4:40 pm
דורך ניו יארק
עס איז זיכער אזוי, עס איז די גאווערמענט/פראסיקיוטער/היינס VS נ.וו., און נישט דער בחור/מיידל VS נ.וו.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 5:09 pm
דורך הדד בן בדד
יידל האט געשריבן:
קאמפיאטער האט געשריבן:יעצט געליינט יוסי געשטעטנער'ס ארטיקל איבער די ארעסטן ער שרייבט זייער זייער פיין.
ער ברענגט דע עיקר ארויס אז ווען האט מען שוין געזען ביי א אנדערע מעשה אז די טיימס זאל באשרייבן אין די העד ליינס פיר "שווארצע" ארעסטירט! פארן פליען גילטי? איז דאס נישט קיין ראסיזעם?
ער באשרייבט דאס אינטערן קעפל " א פראגע צי די נ.י. טיימס וועגן די העדליינס פין חרידישע אידן ארעסטירט"
ער איז זייער פיין קים איט אפ יוסי!

די פארגלייך צו ראסע איז לענ"ד קיין פארגלייך נישט. זייט ווען זענען "חסידים" א ראסע אדער עטנישע גרופע? א רעליגיע, דאס איז שוין עפעס אנדערש. אודאי ווען די פיר שווארצע וואלטן געהערט צו איין געוויסע ספעציפישע שטרעמונג וואלט די צייטונג דאס געשריבן פונקט ווי ביי די קעיס מיט די קאטוילשיע גלחים. נעם אויך אין באטראכט אז ווען אלע שווארצע וואלטן זיך אפגעשמועסט און געמאכט א יד אחת צו מאכן א שתיקה פון עביוז קעיסעס און די די עי וואלט פארשפראכן צו פירן א מלחמה מיט זיי, צו וואלט דען נישט די נייעס באריכט געשריבן דעם גאר אינטערעסאנטן דעטאל? הלמאי, די גאנצע סיבה פארוואס די נייעס באריכט איז אנגעקומען אויפן פארענט פעידזש איז נאר ווייל היינס ווערסוס די חסידים זענען שטארק אין די נייעס לעצטנס און דאס ציט א גרויסע אינטערעסע.

יידל, קענסט זיך פאשטעלן אזא העדליין נאר מיט די ווערטער מוסלימס אנשטאט חסידים? דערצו אין דעם ליבעראלן טיימס?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 5:56 pm
דורך יידל
הדד בן בדד האט געשריבן:

יא, פארוואס נישט?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 7:10 pm
דורך דבילה
נאדיר א טיפישער העדליין אין די ב.ב.ס.
http://www.bbc.co.uk/news/uk-16861750

"Two German Muslim converts admit terrorism offences"

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 7:13 pm
דורך דבילה
און אויב זוכסטו דוקא די ליבעראלע טיימס, נאדיר א טיפישער העדליין פון די טיימס:
http://www.nytimes.com/2005/09/01/world ... 1thai.html

"Suspected Muslim militants set off 10 bombs"

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 7:43 pm
דורך גדעון
די מוסלומענער פארפירן טאקע פארוואס מסאנענימ'ט זיי מיט טעראר, זיי ווילן הפנים נישט אנערקענען אז 99 פראצענט פון טעראר אטאקעס ווערן אויסגעפירט דורך מוחמד'ס פון איבער די וועלט, און טאקע צוליב זייערע איסלאמישע לערעס

די אמת'ע ליבעראלן רופן זיי טאקע אן 'ווייעלענט עקסטרימיסטס' און דערמאנען נישט איסלאם,

וויאזוי ס'זאל נישט זיין איז די קעיס ביי אונז בכלל נישט דומה, מאלעסטעישאן ווערט נישט געפירט צוליב חסידות און איז ווייט נישט בלויז א היימישע פראבלעם

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 7:49 pm
דורך יידל
גדעון האט געשריבן:די מוסלומענער פארפירן טאקע פארוואס מסאנענימ'ט זיי מיט טעראר, זיי ווילן הפנים נישט אנערקענען אז 99 פראצענט פון טעראר אטאקעס ווערן אויסגעפירט דורך מוחמד'ס פון איבער די וועלט, און טאקע צוליב זייערע איסלאמישע לערעס

די אמת'ע ליבעראלן רופן זיי טאקע אן 'ווייעלענט עקסטרימיסטס' און דערמאנען נישט איסלאם,

די חסידים פארפירן טאקע פארוואס מסאנענימ'ט זיי מיט עביוז פראטעקשאן, זיי ווילן הפנים נישט אנערקענען אז 99 פראצנט פון מאלעסטעשאן ביי זיי ווערט באהאלטן און נישט רעפארטעד פאר די נויטיגע אינסטאנצן, אזוי אויך אינטימידעט מען וויטנעסעס וועלכע ווילן יא גיין צו די אינסטאנצן און טאקע צוליב זייערע אידישע לערעס פון מסירה.

די אמת'ע ליבעראלן רופן זיי טאקע אן "וויטנעס אינטימידעיטארס" און דערמאנען נישט חסידות.

גדעון האט געשריבן:וויאזוי ס'זאל נישט זיין איז די קעיס ביי אונז בכלל נישט דומה, מאלעסטעישאן ווערט נישט געפירט צוליב חסידות און איז ווייט נישט בלויז א היימישע פראבלעם

פראטעקטאן מאלעסטערארס און אינטימידעיטאן וויטנעסעס איז אבער יא א היימישער פראבלעם.

Re: ארעסטן אין וויליאמסבורג

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 11:19 pm
דורך איחוד פעלד
האט מען זיי שוין ענדייטעד?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:51 am
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:
קאמפיאטער האט געשריבן:יעצט געליינט יוסי געשטעטנער'ס ארטיקל איבער די ארעסטן ער שרייבט זייער זייער פיין.
ער ברענגט דע עיקר ארויס אז ווען האט מען שוין געזען ביי א אנדערע מעשה אז די טיימס זאל באשרייבן אין די העד ליינס פיר "שווארצע" ארעסטירט! פארן פליען גילטי? איז דאס נישט קיין ראסיזעם?
ער באשרייבט דאס אינטערן קעפל " א פראגע צי די נ.י. טיימס וועגן די העדליינס פין חרידישע אידן ארעסטירט"
ער איז זייער פיין קים איט אפ יוסי!

די פארגלייך צו ראסע איז לענ"ד קיין פארגלייך נישט. זייט ווען זענען "חסידים" א ראסע אדער עטנישע גרופע? א רעליגיע, דאס איז שוין עפעס אנדערש. אודאי ווען די פיר שווארצע וואלטן געהערט צו איין געוויסע ספעציפישע שטרעמונג וואלט די צייטונג דאס געשריבן פונקט ווי ביי די קעיס מיט די קאטוילשיע גלחים. נעם אויך אין באטראכט אז ווען אלע שווארצע וואלטן זיך אפגעשמועסט און געמאכט א יד אחת צו מאכן א שתיקה פון עביוז קעיסעס און די די עי וואלט פארשפראכן צו פירן א מלחמה מיט זיי, צו וואלט דען נישט די נייעס באריכט געשריבן דעם גאר אינטערעסאנטן דעטאל? הלמאי, די גאנצע סיבה פארוואס די נייעס באריכט איז אנגעקומען אויפן פארענט פעידזש איז נאר ווייל היינס ווערסוס די חסידים זענען שטארק אין די נייעס לעצטנס און דאס ציט א גרויסע אינטערעסע.

אט אזוי. די נייעס איז נישט די אינטימידעשאן. די נייעס איז אינטימידעשאן צווישן חסידים.

דרך אגב, יוסי געשטעטנער האט לעצטענס געשריבן איבער "בלעק אן זשויס קריים".

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 11:01 am
דורך [NAMELESS]
די פאוסט באגריסט די ארעסטען אין זייער עדיטאריעל
http://www.nypost.com/p/news/opinion/ed ... z1yiYbCpPS