נאכן נאכאמאל איבערקוקען מיין איך אז אלע ראיות ציטאטן שטימט פיין מיט די וועג איך האב עס אפגעלערנט און איך וועל גיין מיט א פשטות לויטן ערשטן גירסא פון כל הסרים... יעדער וואס געהערט צו זיין קהלה. און די קבלה וואס מזאגט אז סוועט נאך קומען א צייט וואס מוועט דארפן שומרים זאגן זיי אז דאס שטייט אין די מגילת סתרים, און יעדע חסיד קען אויפמאכן וואס ער וויל און זאגן אז עס שטייט דארט. און בכלל איז דא דארט אסאך שקרים ווען עס קומט צו סיפורים און קבלות כדוגמא די מעשה מיט דו בעש"ט ארויפגיין צו א"י און דו שטן האט עס נישט צוגעלאזט הידועה והובא בקאמארנע האט אין ברסלב באקומען א לאנגע בארד און פארטוישט די מעשה וועגן כתבים און זיין אייניקעל וועט שרייבען בעסערע כתבים ולכן הסכים הבעש"ט אריין ציווארפן זיינע כתבים אין ים אריין אזאך וואס קיין איינער פון די תלמידי בעל שם זאלן אפילו מזכיר זיין בטעות וועגן די פארלוסט פון די כתבים, מיט די מעשה ווילן זיי פארדינען צוויי זאכן, איינס רבי נחמן איז גרעסער פון בעש"ט וכמו שאמר ר' אברהם בן ר' נחמן אז די גאנצע בעל שם איז געווען עס זאל קענען ארויסקומען אזא אייניקעל. צוויי לייגן א סתימת הגולל אויפן בעש"ט זאגן אז גארנישט איז געבליבן.
און כמובן כתבתי כל זאת ליתר שאת גם לפי שיטת מהרנ"ת. אבער לפי דעתי איז די גאנצע זאך די ראיות גמורות וואס רבי נתן שרייבט געבויט אויף השערות וכמו שהובא בחיי מוהר"ן אז וויבאלד רבי נחמן האט געזאגט אין זיין לעצטן ר"ה וואס ער האט געלעבט ממילא האט ער פארשטאנען אזוי אז זיכער האט ער גערעדט אויף לאחר הסתלקותו. ובוודאי תלמידי מהרנ"ת זאלן גיין ווייטער מיט זייערע מסורה אבער למשל קאך לעפל וואס ער האט א מסורה אז רבי נחמן איז אנגענומען איבעראל חוץ אין סקווירה הגם שגם זה אינו פשוט ולמשל עי' בשיחתן של עבדי אבות אז בנו של הגה"ק משינאווא האדמור מקאלאשיץ האט אוועקגענומען די ליקוטי מהר"ן פון אוהעלע רב. ועין שם דעתם של האדמור מסטמר וקלוזנברג בענין זה.
איז אזא איינער איז זיכער נישטא קיין שום טעם אהין צופארן און זיך זיכן נייע דרכים וכמו שכתב בנפלאות מהרי"ט בענין התכלת של הראדזינער עיי"ש.
וכש"כ אז דעם לעצטן קטע צוטירט ע"י גר ותושב פון ליקוטי מהר"ן אות ג' שטייט קלארע ווערטער לשמוע דבר השם וכו'. והדברים ברורים.