בלאט 6 פון 18

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:25 pm
דורך שרגא
שמעקעדיג האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אזוי ווי אנדערע ווערטער וואס די אותיות קענען זיך ארומטוישן, זענען עראי און ארעי ביידע ריכטיג און ביידע ווערן באנוצט. איינס איז לה"ק און איינס אראמיש.


דאס איז א חידוש פאר מיר!
פון וואו נעמסטו דאס?

איך האב אויך אלס געהאלטן אז ארעי איז א טעות, אן עס קומט עראי.
קען זיין איך בין ראנג, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.
אין אלע פלעצער ווי עס איז פאראן א דגוש אויף ספעלינג און גראמער, שטייט "עראי"
און ווידעראום אין די פלעצער וואו ס'פארנעמט נישט קיין מקום, וועט געווענליך שטיין ארעי.


דאס איז קלאר אז מען האט אויך גענוצט "ארעי" (אפילו אויב ווייניגער). דו קענסט נאר פרעגן פון וואו איך נעם אז איינס איז לה"ק און איינס אראמיש. כ'קען נאכקוקן וועל איך דיר אפשר טרעפן א "מקור", אבער עס שמעקט מיר אזוי, פונקט ווי ביי אסאך ענליכע פעלער וואס אפשר ווען כ'וועל זיך דערמאנען משלים וועל איך דיר ברענגען אויב אינטערעסירט. די אראמיש איז אסאך מאל אנדערש פון דעם לה"ק ווארט נאר מיט אן אות-צוויי, אדער געטוישט אן אות, צוגעלייגט אן אות, אראפגענומען אן אות, וכדומה (ביישפיל: לכם,להון; מלך, מלכא, און נאך הונדערטער). ממילא איז יתכן אז דאס איז אויך פון דעם מין. און דאס אז מען ניצט ביידע און אז עס איז געווארן איין געמיש, איז קלאר פארשטענדליך נעמענדיג אין באטראכט אז אראמיש איז געווארן ווי "דער אידישער שפראך" פאר א שיינע תקופה (און איז קיינמאל נישט אוועק און איז געווארן א טייל פון דעם "דריי-שפראכיגן" אייראפעאישן אידנטום.) אויב איז דיר שווער אז די גמרא אליין איז שוין אויך אראמיש, איז פונקט ווי יעדע שפראך טוישט זיך כסדר, האבן אויך אראמישע ווערטער אליין געקענט זיין אנדערש פון די פריערדיגע צייטן ביז 500 און טויזנט יאר שפעטער. אפילו אין תנ"ך איז דאך שוין דא אסאך מאל אראמיש, אבער עס איז זיכער שוין דורכגעגאנגען א שטארקע ענדערונג ביז די צייטן פון די גמרא. ווערטער קומען און גייען, און קענען ווערן ארומגעטוישט לויט די צייט און פלאץ פון די מענטשן וואס רעדן איר.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:57 pm
דורך ראש המדברים
די גייסט צו וויט מיט א חיליק פון לשון הקודש און ארמיש, אין לשון הקודש איז דא עטליכע ווערטער וואס די אותיות זענען צומישט למשל כבש כשב און נאך אסאך ווערטער

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 9:40 am
דורך אבי גערעדט
חודש חשון איז שוין ערשינען, שטארק אינטערעסאנט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:10 am
דורך [NAMELESS]
גראדע זעהט די טעמעס פון די ארטיקלען נישט אויס אזוי מוראדיג

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:56 am
דורך יידל
און וואו איז חייקל אלצווייסער? ער איז אינגאנצן פארשווינדען געווארן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
יא, א גרויסע אבידה, חייקל איז געווען א געשמאקע מקור פון ידיעות, א גוטער פליסיגער שרייבער, מלא טעם וחן, האט אסאך בארייכערט די ליינער, מי יתן לנו תמורתו
ווי עס שיינט האט די רעדאקציע מחליט געווען אז להוציא מלבם של המוחים מוז מען טוישן די ידיעות פון חייקל איבער עולם ומלואו, מיט נאך אן ארטיקל (וואס איז גראדע נישט שלעכט געשריבן) איבער "גדולי ישראל", איי גדולי ישראל האבן מיר שוין גענוג און נאך געלעזט, און לאז אביסל סתם ידיעות און חכמה.. נו, גיי שלאג זיך מיט הערשל קלאר

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:49 pm
דורך אבי גערעדט
חייקל איז טאקע א פארלוסט, אבער סאך א גרעסערע פארלוסט איז אז ס'נישטא קיין שום פאליטישע ארטיקלען.

ווי זאלן די אלע בחורים אין אינגעלייט וואס גלייכן פאליטיקס לעיניים אינטערעסאנטע ארטיקלען און אנאליזען? אין אידיש איז נישטא גארנישט, דער שטערן טאר נישט שרייבן חלילה, נא ווי זאלן די אלע חברה ליינען?

האט זיך אזוי געמאכט אז מ'קען קויפן א גאר קליינע האנט מאשין, וואס דארט קען מען ליינען גאאאאר אסאאאך איבער פאליטיקס, אבער... מ'קען דארט ליינען אין זעהן אסאך אסאך אנדערע זאכן אויך.

רבותי, כ'האב נישט געגלייבט וואס איך האב געזען דעם בין הזמנים, ס'טאקע נישט קיין סוד אז בחורים דרייען זיך מיט די אלע ענדרוידס ואייפאונס, אבער, היינט האבן בחורים מער נישט קיין פראבלעם עס צו האלטן אפן, אין גיי ווייס ווי די אינגע נייגעריגע חברה דרייען זיך.

אבער, ברוך השם אינזער דור האט זוכה געווען צו א געוואלדיגע אור, בבחינת מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, אין די הערליכע עסקנים האבן ערלעדיגט צו טערארעזירן אין באצווינגען דעם שטערן צו שרייבן נאר לפי רוחם, ומה יעשה הנייגעריגער בחור ואינגערמאן שלא יחטא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:51 pm
דורך זר זהב
דער איד באשרייבט זייע גוט אלע פאליטישע נייעס'ן. אפשר שוין צו גוט

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:41 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:דער איד באשרייבט זייע גוט אלע פאליטישע נייעס'ן. אפשר שוין צו גוט

איז הדרא קושי' לדוכתי' מה נשתנה דער איד, בלאט און צייטונג מ'שטערן ושפאקטיוו.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:53 am
דורך zurich
אבי גערעדט האט געשריבן:חייקל איז טאקע א פארלוסט, אבער סאך א גרעסערע פארלוסט איז אז ס'נישטא קיין שום פאליטישע ארטיקלען.

ווי זאלן די אלע בחורים אין אינגעלייט וואס גלייכן פאליטיקס לעיניים אינטערעסאנטע ארטיקלען און אנאליזען? אין אידיש איז נישטא גארנישט, דער שטערן טאר נישט שרייבן חלילה, נא ווי זאלן די אלע חברה ליינען?

האט זיך אזוי געמאכט אז מ'קען קויפן א גאר קליינע האנט מאשין, וואס דארט קען מען ליינען גאאאאר אסאאאך איבער פאליטיקס, אבער... מ'קען דארט ליינען אין זעהן אסאך אסאך אנדערע זאכן אויך.

רבותי, כ'האב נישט געגלייבט וואס איך האב געזען דעם בין הזמנים, ס'טאקע נישט קיין סוד אז בחורים דרייען זיך מיט די אלע ענדרוידס ואייפאונס, אבער, היינט האבן בחורים מער נישט קיין פראבלעם עס צו האלטן אפן, אין גיי ווייס ווי די אינגע נייגעריגע חברה דרייען זיך.

אבער, ברוך השם אינזער דור האט זוכה געווען צו א געוואלדיגע אור, בבחינת מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, אין די הערליכע עסקנים האבן ערלעדיגט צו טערארעזירן אין באצווינגען דעם שטערן צו שרייבן נאר לפי רוחם, ומה יעשה הנייגעריגער בחור ואינגערמאן שלא יחטא.

זאגסט דיך אזוי גיט , יעצט איז ארויסגעקימען די נייע שטערן איןמיטן פולן שוואנג פון די וואלן אין קיין ווארט דערמאנט ער נישט דערוועיגן !!!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:44 pm
דורך יאיר
זיידעטשקע האט געשריבן:שמעון ראלניצקי מעלדט אויף זיין טוויטער אז כסלו שטערן איז שוין ארויס. איינער האט עס געזעהן??

און נאך ווי. זאפטיגע ארטיקלען איבער מיט ראמני'ס פארלוסט און די שלימזל'דיגע סקאנדאל פון די בענגאזי אטאקע, באגלייט מיט לעבעדיגע בלוי און רויטע קאלירן. שמעון האט זיך צופירט די הענט. ער האט פארגעסן אלע זיינע הבטחות ביי די לעצטע מערכות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:46 pm
דורך זר זהב
הייסט אלע הונדערטער אנאליזן וואס איך האב שוין געליינט אנליין בחינם קענעך יעצט איבער ליינען פאר 6 טאלער? נייס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:49 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:הייסט אלע הונדערטער אנאליזן וואס איך האב שוין געליינט אנליין בחינם קענעך יעצט איבער ליינען פאר 6 טאלער? נייס.


יא, אבער אין אידיש, און אזוי אויך קען מען עס ליינען שבת...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:49 pm
דורך זר זהב
אה, און וואו קענעך עס ליינען אין אורדו?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:54 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:אה, און וואו קענעך עס ליינען אין אורדו?


צוביסלעך וועט עס ארויסקומען אין יעדער שפראך.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:27 am
דורך הדד בן בדד
זר הער, דער שטערן גייט צוביסלעך, קודם האט ער געהאט אידיש, דערנאך ענגליש, יעצט איז שוין דא איווריט אויך, גיב אים נאך אפאר יאר וועט ער האבן אויף אורדו אויך און אפילו אויף טאגאלאג. אבער אין דעם בליץ וועסטו עס קיינמאל נישט ליינען אזוי זאפטיג, ניטאמאל אין אידיש...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:38 am
דורך חד גדיא
ס'איז היינט ארויסגעקומען דער נייער שטערן. די הויפט ארטיקעל איז א לאנגער ארטיקעל איבער הרב אשר לעווין'ס באזוך אין רוסלאנד. ער פיקטשערט זיך מיט הרב בערל לאזאר ועוד. זעהט אויס זייער אינטערעסאנט די לעבן דארט אינטערוויוס מיט אידן, וכו'. שמעון ראלניצקי שרייבט די עדיטאריעל (זעהט אויס לעווין איז געווען ביזי מיט זיין נסיעה) און ער שרייבט זייער גוט וועגן די וועבערמאן פרשה. ער ברענגט ארויס ווי די קאנסערוואטיווע נ"י פאוסט האט אנגעפירט די העצעס קעגן אונז, און מיר לויפן אלע שטימען פאר קאנסערוואטיווען. ווי די לעצטע פאר חדשים איז חייקל נישט דארט. חבל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:43 am
דורך זר זהב
דער פאוסט געלשאפט טאר נישט באשמוצן קאנסערוואטיזם. ס'נישט רעכט צו קריטיקירן קאנסערוואטיזם בעיסט אויפ'ן פאוסט. דער פאוסט איז א ביליגער טאבלויד וואס איז פערצופאל קאנסערוואטיוו (מער צוטין מיט ביזנעס)

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:29 am
דורך לאדיך אפ
זעט אויס אז דער פאוסט געלשאפט נעמט נישט קיין עצות ביי זר......

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:40 am
דורך זר זהב
??

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 9:37 am
דורך עס עפעס
זר זהב האט געשריבן:דער פאוסט געלשאפט טאר נישט באשמוצן קאנסערוואטיזם. ס'נישט רעכט צו קריטיקירן קאנסערוואטיזם בעיסט אויפ'ן פאוסט. דער פאוסט איז א ביליגער טאבלויד וואס איז פערצופאל קאנסערוואטיוו (מער צוטין מיט ביזנעס)


ביזט נישט אזוי אקוראט מיט דיינע ווערטער איבער'ן פאוסט. דער אייגענטומער פונעם פאוסט, רופערט מערדאק, איז אויך דער אייגענטומער פון "פאקס ניוז" און עס איז באקאנט אז נ"י פאוסט האט די שארפסטע עדיטאריעלס אייביג קעגן די דעמאקראטן און אבאמא, שארפער און מער קאנטראווערסיאל אפילו ווי דער וואל סטריט דזשורנאל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:40 am
דורך זר זהב
איז וואס? איך זעה נישט וואס דו קריגסט מיט מיר?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:28 pm
דורך signout
טבת