נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:15 am
די פראגע דא איז אויף א גאולה עתידה אדער א משיח וואס וועט אויספירן דעם גאולה עתידה? ווייל נומבער איינס איז מבואר מפורש אין סוף יחזקאל, מלחמת גוג ומגוג און תבנית ביהמ"ק השלישי.
ל"ז: {כו}וְכָרַתִּ֤י לָהֶם֙ בְּרִ֣ית שָׁל֔וֹם בְּרִ֥ית עוֹלָ֖ם יִהְיֶ֣ה אוֹתָ֑ם וּנְתַתִּים֙ וְהִרְבֵּיתִ֣י אוֹתָ֔ם וְנָתַתִּ֧י אֶת־מִקְדָּשִׁ֛י בְּתוֹכָ֖ם לְעוֹלָֽם׃ {כח}וְיָֽדְעוּ֙ הַגּוֹיִ֔ם כִּ֚י אֲנִ֣י ה' מְקַדֵּ֖שׁ אֶת יִשְׂרָאֵ֑ל בִּהְי֧וֹת מִקְדָּשִׁ֛י בְּתוֹכָ֖ם לְעוֹלָֽם׃
גאנץ קאפיטל ל"ח און ל"ט, נבואת גוג.
פון מ', בנין הבית.
מ״ג: {ז} וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֗י בֶּן אָדָם֙ אֶת מְק֣וֹם כִּסְאִ֗י וְאֶת־( מְקוֹם֙ כַּפּ֣וֹת רַגְלַ֔י אֲשֶׁ֧ר אֶשְׁכָּן שָׁ֛ם בְּת֥וֹךְ בְּנֵֽי ישְׂרָאֵ֖ל לְעוֹלָ֑ם וְלֹ֣א יְטַמְּא֣וּ ע֣וֹד בֵּֽית יִ֠שְׂרָאֵל שֵׁ֣ם קָדְשִׁ֞י הֵ֤מָּה וּמַלְכֵיהֶם֙ בִּזְנוּתָ֔ם וּבְפִגְרֵ֥י מַלְכֵיהֶ֖ם בָּמוֹתָֽם׃.
טא א גאולה וועט זיין.
און אז עס וועט קומען דא אונטן דורך א שליח זייער אסאך פסוקים אין נ"ך צייגן אזוי, און הגם רוב פון זיי קען מען לייגן אויף אנדערע - וואס דאס האט געברענגט הלל דער אמורא צו זאגן אין להם משיח לישראל שכבר אכלוהו בימי חזקיה - האט אבער רב יוסף געברענגט א ראיה נצחת דערויף פון זכריה ט: {ט} גִּילִ֨י מְאֹ֜ד בַּת־צִיּ֗וֹן הָרִ֙יעִי֙ בַּ֣ת יְרוּשָׁלִַ֔ם הִנֵּ֤ה מַלְכֵּךְ֙ יָ֣בוֹא לָ֔ךְ צַדִּ֥יק וְנוֹשָׁ֖ע ה֑וּא עָנִי֙ וְרֹכֵ֣ב עַל־חֲמ֔וֹר וְעַל־עַ֖יִר בֶּן־אֲתֹנֽוֹת׃ {י} וְהִכְרַתִּי־רֶ֣כֶב מֵאֶפְרַ֗יִם וְסוּס֙ מִיר֣וּשָׁלִַ֔ם וְנִכְרְתָה֙ קֶ֣שֶׁת מִלְחָמָ֔ה וְדִבֶּ֥ר שָׁל֖וֹם לַגּוֹיִ֑ם וּמָשְׁלוֹ֙ מִיָּ֣ם עַד־יָ֔ם וּמִנָּהָ֖ר עַד־אַפְסֵי־אָֽרֶץ׃ און זכריה איז דאך געווען נאך חזקיה המלך.
הגם רש"י דארט זאגט טאקע אז דאס מוז מיינען משיח לערנט אבער טאקע די אבן עזרא אז ס׳גייט ארויף אויף די חשמונאים. זיין פירוש איז אבער שווער מיט פסוק י׳ וואס שרייבט קלאר ונכרתה קשת מלחמה ודבר שלום לגוים: נישטא היינט אפי א אפשטאמיגער פון די חשמונאים! ודו״ק, און בפשוטו של מקרא איז דאס - לענ״ד א ראיה מפורשת.
די עקרים איז נישט צופרידן מיט די פשט אין הלל׳ס ווערטער אז אין א גאולה האט ער געגלייבט נאר נישט בלויז אין א משיח, ווייל אויב אזוי, פרעגט די עיקרים, וואלט זיך רב יוסף נישט אזוי אויפגערעגט און געשריגן שריה ליה מריה. וראיתו אינו חזקה, ווייל אויסער די א.ד. פסוקים וואס קענען נישט אויסגעטייטשט ווערן אנדערש, ווי דער אור שמח על הש״ס צייגט אן אז רב יוסף האט אויף קלענערע קריוודעס אויך גענוצט דעם אויסדרוק.
דאס וואס די רמב״ם ברענגט סוף הלכות מלכים אז משיח ווערט אויסדריקלעך דערמאנט אין חומש האב איך געזעהן אז הגאון ר׳ משה שטערנבוך מיטשטעט זיך אין א לענגערע שטיקל אין זיין שו״ת ספר. אויפן בעסטן פאל צייגן די פסוקים וואס דער רמב״ם ברענגט פון נצבים נאר א ראיה אויף א גאולה בתשובה, די זמן פון אחישנה. אבער לכאורה די ראיה פון נבואת בלעם ״וקרקר כל בני שת״ איז ע״פ פשטות גאנץ שטארק. אמת, חז״ל לייגן דאס אויך אויף אנדערע, אבער די פשוטו של מקרא וקרקר כל בני שת איז גאנץ קלאר מיין איך אז עס איז נאכנישט געווען.
האף איך אז איינער וועט הנאה האבן.