בלאט 6 פון 7

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:44 am
דורך ירא שמים
שבת דו דארפסט נישט ברענגען קיין מקור חוץ פון דיין אייגענע שטודיע וואס מדארף פון דעם פארגעסן און ער דארף יא ? סנישט קיין יושר !

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:50 am
דורך שבת אחים
ירח
און פארוואס איז די ראדיא נישט צוגעמאכט שבת? איך זעה אז דו קענסט ממש נישט גלייבן אזא זאך אז די פרייע האבן עפעס נאכגעגעבן פאר די פרומע??? ס׳גייט דיר נישט אריין אין קאפּ אריין אזא מציאות?

אקעי איך גיי ווייטער, דעי שמועס איז געווארן נעריש און באורינג, דו קענסט צוריקגיין ליינען ווייטער די ״עונג שבת״ מיט די ״מעלות״.

זיי מיר געזונט, און Keep Dreaming.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:03 pm
דורך berlbalaguleh
פריעד באטשי האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] אין תל אביב ביי די לינקע האסטו געזיכט די גלויביגע? די רוב פון ארץ ישראל זענען נישט קיין תל אביב'ער, און זיי גייען יא און שול און פאסטן יו"כ.
וואלטן זיי געווען די רוב וואלטן די אלע געזצן שוין פון לאנג אינטער געגאנגן.
אז מ'וועט זיי אדורך לאזן שטילערהייט קען זיין אז אין עטליכע יאהר ווען ס'וועט זיין א גאנצע דור שלא ידע את יוסף, וועט זיך עס דערקייקלן צו אזא נידריגקייט,
אבער היינט קען מען זאגן אז מ'האלט נאך נישט דארט. עם ישראל חי.
און לאמיר נישט פארגעסן אז נאך עד היום הזה איז נאך בעצם איליגעל צו האלטן אפען א סטאר אין שבת טאקע אינעם פרייען תל-אביב, און ווער עס האלט עס יא אפען באקומט א קנס דערפאר! (כאטש אז עס איז דא פרייע וואס פירן א קאמף אז עס זאל ווערן לעגאלעזירט)

פריעד באטשי: די מעמבערס פון די מר"ץ פארטיי און,כ'האב מורא אז דער מעיאר פון תל אביב אויך, זענען אזאלכע מיני להכעיס'ניקס וואס האבן נישט קיין שום געפיהל צו אידישקייט. נישט אזוי ווי רוב פרייע אידן. און זיי זוכן אייביג אקטיוו וואס נאך מ'קען אנשטעלן אין נאמען פון דעמאקראטיע...ליידער. ה' ירחם...!

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:05 pm
דורך סביב העולם
קרעקער האט געשריבן:וואס ווערט די עולם אזוי אנגעהיצט אז ער האט געשטאכען אנדערע?
לא תרצח מיט לא תגנוב שטייט אין די זעלבע פסוק אין דע תורה און סאיז די זעלבע הארב ע"פ תורה כאטשיג הארגענען זעט אויס ערגער
ווען יודען גנבענען /צוברעכען יענעמס אייפאן איז די זעלבע עבירה
אויב יענץ מעג מען עובר זיין מחמת קנאות מעג מען לא תרצח אויך עובר זיין אלטס קנאות

דאכצך אז לא תנאף שטייט רויך דארט....

.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] אין תל אביב ביי די לינקע האסטו געזיכט די גלויביגע? די רוב פון ארץ ישראל זענען נישט קיין תל אביב'ער, און זיי גייען יא און שול און פאסטן יו"כ.
וואלטן זיי געווען די רוב וואלטן די אלע געזצן שוין פון לאנג אינטער געגאנגן.
אז מ'וועט זיי אדורך לאזן שטילערהייט קען זיין אז אין עטליכע יאהר ווען ס'וועט זיין א גאנצע דור שלא ידע את יוסף, וועט זיך עס דערקייקלן צו אזא נידריגקייט,
אבער היינט קען מען זאגן אז מ'האלט נאך נישט דארט. עם ישראל חי.
און לאמיר נישט פארגעסן אז נאך עד היום הזה איז נאך בעצם איליגעל צו האלטן אפען א סטאר אין שבת טאקע אינעם פרייען תל-אביב, און ווער עס האלט עס יא אפען באקומט א קנס דערפאר! (כאטש אז עס איז דא פרייע וואס פירן א קאמף אז עס זאל ווערן לעגאלעזירט)

פריעד באטשי: די מעמבערס פון די מר"ץ פארטיי און,כק'האב מורא אז דער מעיא פון תל אביב אויך, זענען אזאלכע מיני להכעיס'ניקס וואס האבן נישט קיין שום געפיהל צו אידישקייט. נישט אזוי ווי רוב פרייע אידן. און זיי זוכן אייביג אקטיוו וואס נאך מ'קען אנשטעלן אין נאמען פון דעמאקראטיע...ליידער. ה' ירחם...!
נו, אויף דעם האב איך געשריבן:
(כאטש אז עס איז דא פרייע וואס פירן א קאמף אז עס זאל ווערן לעגאלעזירט)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:40 pm
דורך געוואלדיג
אנשטאט זיך צו דינגען וועמענס פאקטן זענן מער אמת, קוקט דא אין דעם לינק וועט איהר זעהן אז רוב ישראלים פאסטן יוה"כ,

און דא וועסטו זעהן וויפיל ישראלים גלייבן אין גאט און וויפיל פראווען א סדר נאכט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:59 pm
דורך דולה ומשקה
ימח שמו וזכרו -

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:23 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:אנשטאט זיך צו דינגען וועמענס פאקטן זענן מער אמת, קוקט דא אין דעם לינק וועט איהר זעהן אז רוב ישראלים פאסטן יוה"כ,

און דא וועסטו זעהן וויפיל ישראלים גלייבן אין גאט און וויפיל פראווען א סדר נאכט.


טוה מיר א טובה! היברו ויקפידה איז דיין מקור? מ׳זעט גארנישט פון די לינק אז רוב ישראלים פאסטן יוכ״פּ!, הרב געוואלדיג איר האלט באמת אז רוב איזרעיליס פאסטן יוכ״פּ??? אויב יא דעמאלסט וועקט אייך אויף פון אייער שלאף, ווייל איר חלומט אין גרויסן!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:09 pm
דורך ירח בן יומו
אקעי, דער בחור וויל נישט הערען איז נישט.
די פאינט וואס מיר האבן דא געמאכט איז שטארק און וואליד, מ'דארף נישט זיין קיין בארדיטשובער רב דאז צו זעהן.
אז א פאלק זאל זיך מאכן אזוי אומבאקוועם און אלע עניני החיים ווי אכילה, נסיעות , נישואין וכו', און זיי פארטראגן דאס, שרייט מער ווי אלעס.

די איד און בלאט ליינער מיינען טאקע אז זיי האבן די מאנאפל אויף יודשיקייט, און זענען נישט גרייט צו אנערקענן אז אויף די וועלט ווען מ'זאגט א ערליכע יוד מיינט מען נישט א ווילי פראדוקט.
זיי זענען די אלטרא אולטרא....

חרדישע געי פרייד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:13 pm
דורך קויפער
א מחאה קעגן שליסל:
https://copy.com/cerOD0lDTicHzDmo

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:20 pm
דורך ירח בן יומו
איך מיין אז דער בחור נאכ'ן שניידן (כמנהג צאנז) זעט נאך אויס מער היימיש ווי [tag]קויפער[/tag] אליין

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 5:48 pm
דורך געוואלדיג
שבת, נישט איך מאך די פאקטן אויף וויקיפידיע, זיי ברענגען דאס נאך פון סורוועיס וכדו'.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 5:53 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:שבת, נישט איך מאך די פאקטן אויף וויקיפידיע, זיי ברענגען דאס נאך פון סורוועיס וכדו'.

ווער איז די ״זיי״? ווער עס וויל קען שרייבן אויף וויקי וואס ער וויל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 5:59 pm
דורך געוואלדיג
קוק נאך, עס ווערט געברענגט א מקור פאר זייערע פאקטן ווער עס האט געמאכט די סורוועי וכדו'.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
קויפער האט געשריבן:א מחאה קעגן שליסל:
https://copy.com/cerOD0lDTicHzDmo

ירח בן יומו האט געשריבן:איך מיין אז דער בחור נאכ'ן שניידן (כמנהג צאנז) זעט נאך אויס מער היימיש ווי [tag]קויפער[/tag] אליין
נישט ממש.
דאס איז נאר געווען פאר די קעמרע, שפעטער האט ער אלעס גע'דראפט.

יעצט זעט ער אויס ווי פאלגענד:
בילד

[center]*********[/center]

אבער איידער איר רייסט קריעה, הערט ווער דער צודרייטער איז.
זיין נאמען איז יאנקי אינדיג, א געוועזענער וויזניצער חסיד. ער איז נישט קיין בחור'טשיק, נאר א יונגערמאן וואס האט שוין באוויזן אין זיין לעבן זיך אפצו'גט'ן צוויי מאל. ער האט שוין באוויזן צו זיצן אין תפיסה אין ארץ ישראל. ער איז שוין פאר אפאר יאר גענצליך פריי, און די איינציגסטע סיבה פארוואס דער משוגע'נער איז געבליבן מיטן לבוש ביז יעצט איז, ווייל נאר אזוי האט ער געהאט צוטריט צו זיינע קינדער [וואס ער האט באשאפן פון זיינע צוויי גע'גט'ע פרויען].
און זיין בעקראונד איז פונקט אזוי צומישט ווי ער איז. ער איז ממקורו פון א מאדערנע משפחה אין וויען, און זיינע ברודער'ס זענען מזרח'יסטן, משום מה האט ער זיך דערקלערט קודם פאר א וויזניצער, און געווען א נעבעך, און יעצט איז ער א כלומר'שטע 'כופר' און 'געי'.
בקיצור, איך האב שוין רחמנות אויף צוויי משוגעים, דער רוצח שליסל און דער גרוש אינדיג... [און בעצם, כ'האב נישט אזויפיל רחמנות אויף ביידע פון זיי...].

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 8:17 pm
דורך קום אהער
האמיר געכאפט א בליק .. אין אייער וועלט ,(נישט ערגער וואו אלע אנדערע עבירות וואס מפאלט לידער דורך) איך גלייב נישט וואס איך זעה דארט אדרבה כאפט א בליק... זאגטס אייערע קאמאנטרן ... איז דעיס נארמאל ..
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=27567

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 8:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעדעס יאר דרוקט מען סקרים וויפיל אידען אין א''י פאסטען יוכ''פ. ס'איז נישט עפעס א סוד. ס'שטייט העכער ווי ניינציג פערצענט. א נארמאלער איזרעילי קוקט אן זיין אידישקייט אזוי ווי דער אמעריקאנער קריסט זיין רעליגיע. זיין רוחניות, וויפיל ס'עגזיסטירט, איז א אידישע. ער האלט נאר נישט ביים זיך אונעערלייגען גענצליך, און ער מיינט אז אידישקייט איז א שמארגאסבארד, יעדער נעמט וויפיל ס'שמעקט איהם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 8:36 pm
דורך moshav zekeinim
שש, איך האב נישט קיין איינונג ווער דער אינדיג איז, אבער פון דיין אראפ מאלן אים זעה איך נאך נישט פארוואס ער איז א משוגע'נער און א איינגערעדטער מענטש. ער איז בסך הכל א מענטש וואס די אומשטענדן האבן אים געברענגט צו מאכן א דראסטישער אבער אנגענומענער שריט אין לעבן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
קום אהער האט געשריבן:האמיר געכאפט א בליק .. אין אייער וועלט ,(נישט ערגער וואו אלע אנדערע עבירות וואס מפאלט לידער דורך) איך גלייב נישט וואס איך זעה דארט אדרבה כאפט א בליק... זאגטס אייערע קאמאנטרן ... איז דעיס נארמאל ..
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=27567

נאכן דורכגיין זייערע דריי בלעטער, זע איך צוויי דריי דום קעפ. רוב עולם האט נאך יא עפעס שכל.
די שאלה איז, פארוואס די דום קעפ טרעפן זיך דאס פלאץ פונקט אין אייוועלט...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:
קום אהער האט געשריבן:האמיר געכאפט א בליק .. אין אייער וועלט ,(נישט ערגער וואו אלע אנדערע עבירות וואס מפאלט לידער דורך) איך גלייב נישט וואס איך זעה דארט אדרבה כאפט א בליק... זאגטס אייערע קאמאנטרן ... איז דעיס נארמאל ..
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=27567

נאכן דורכגיין זייערע דריי בלעטער, זע איך צוויי דריי דום קעפ. רוב עולם האט נאך יא עפעס שכל.
די שאלה איז, פארוואס די דום קעפ טרעפן זיך דאס פלאץ פונקט אין אייוועלט...

נאר ווי דען, דא אין ק"ש?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:04 pm
דורך ישראל קאפקע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדעס יאר דרוקט מען סקרים וויפיל אידען אין א''י פאסטען יוכ''פ. ס'איז נישט עפעס א סוד. ס'שטייט העכער ווי ניינציג פערצענט. א נארמאלער איזרעילי קוקט אן זיין אידישקייט אזוי ווי דער אמעריקאנער קריסט זיין רעליגיע. זיין רוחניות, וויפיל ס'עגזיסטירט, איז א אידישע. ער האלט נאר נישט ביים זיך אונעערלייגען גענצליך, און ער מיינט אז אידישקייט איז א שמארגאסבארד, יעדער נעמט וויפיל ס'שמעקט איהם.

רואיג, רואיג, ריכטיג אז א גרויסע מערהייט פאסטן יום כיפור, אבער ווייט נישט קיין ניינציג פראצענט.
לויט אן אויספרעג אויף יום כיפור תשע"ד האבן 73% איזראעליס געזאגט אז זיי גייען פאסטן. בערך האלב פון זיי 51.3% פאר רעליגיעזע צוועקן, און די איבריגע פאר קולטורעלע צוועקן, סאלידאריטעט, אדער פאר די טשעלענדזש אוו איט.

http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 78,00.html

אבער איך זע דעם גאנצן שמועס איבער ווי רעליגיעז איזראעליס זענען אלס אומרעלעוואנט. מען טענהט זיך איבער ווי רעליגיעז די באפעלקערונג אין מדנ"י איז ווייל מען וויל אויסגעפונען וואס רוב איזראעליס האלטן איבער סס"מ. אבער פארדעם קען מען דאך נאכקוקן וואס די אנקעטעס זאגן איבער סס"מ אליינס.

לויט סיי וועלכע אנקעטע האלטן א מערהייט איזראעליס פון סס"מ. די פראצענט פון שטיצע פאר לעגאליזירן סס"מ (59%) איז העכער ווי אין אמעריקע (55%-45%).
איבער געבן פולע רעכטן פאר ג' שטיצן 89% דעם געזעץ, צווישן די אראבער און רעליגיעזע איז די שטיצע בייכמעט האלב (46%).


http://www.newsmax.com/t/newsmax/article/658901

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:11 pm
דורך ירח בן יומו
ישראל קאפקע האט געשריבן:איבער געבן פולע רעכטן פאר ג' שטיצן 89% דעם געזעץ, צווישן די אראבער און רעליגיעזע איז די שטיצע בייכמעט האלב (46%).


http://www.newsmax.com/t/newsmax/article/658901

מיינסטו ג'-אגודה? איך גלייב נישט אז אזא גרויסע פראצענט האלט אז ס'קומט זיך פאר חרדים גלייכע רעכטן

Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האלט אויך מ'זאל געבען רעכטען פאר ג'ס. ס'האט נישט מיט פרומקייט