בלאט 6 פון 6

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:43 pm
דורך ירא שמים

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו איינער האט עס שוין אנגעמערקט, אבער איינער וואס וויל א הקדמה לחכמת הדקדוק והלשון, פשוט עברי טייטש, קען קוקען דא, אזוי קען מען וויסען פון וואס מ'רעדט דא. אוודאי די ראשונים זענען די יסודות, אבער איידער מ'קומט אריין דארט, קען עס העלפען צו זע'ען די יסודות, אזוי האט יעדער זאך א פשט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:36 pm
דורך [NAMELESS]
די לינקס אנהויב אשכול צו אנציקלופדיה אוצר ישראל ח"ג וח"ד זענען נישט ריכטיג.

דא האט איהר די ריכטיגע:
חלק ג
חלק ד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:59 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]ריכטיג[/tag] [תרתי משמע...].
מיין טעות [כ'האב געעפנט אסאך טעב"ס אויפאמאל, און למעשה זעט אויס כ'האב בטעות ארויפגעלייגט א לינק צו איין ספר אפאר מאל].

ייש"כ פארן צוצייכענען די ריכטיגע לינק.

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'זעט אז מ'האט טאקע געפאלגט און מ'גייט נאך די מראה מקומות. ביי מיר האט נאך קיינער נישט געטראפען די טעות אין מיין רייד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:25 pm
דורך [NAMELESS]
זארג דיך נישט, דאס איז נאר ביי היסטאריע, וואו יעדער האט ליב צו נאשן ידיעות. די רגע ס'ווערט שווערער, ווי ביים מאמר הדקדוק ולשון הקודש ביי מיר, און דיין אשכול הפיוטים, ווערט עס נאכגעלאזט...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:11 am
דורך [NAMELESS]
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.

ידעתי בני ידעתי! אולי סבר בעל לב העברי שמותר לשקר מפני השלום בין ישראל ואביהם שבשמים. אגב, דאס איז נישט דער איינציגסטער זאך וואס ער שרייבט וואס מצד המציאות איז לכאורה נישט [tag]ריכטיג[/tag]

[tag]אויבערלענדער חכם[/tag], אפשר ביזטו מפרט אביסל מער וועלכע זאכן רע"י שלעזינגער האט געזאגט אומריכטיג. ס'וואלט זיכער געווען אינטרעסאנט פאר אונז אלע [כידוע איז רע"י געווען אביסל א 'טשיקאווער' גדול, אויב מ'מעג זיך אזוי אויסדריקן. ער וואלט זיכער ווערט געווען א באזונדערע אפהאנדלונג אין 'אנשי שם' אפטיילונג].

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:17 pm
דורך פרייוויליג
פרייוויליג האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:ווען איך רעד פון א בחור'ל לערנענדיג חקירה ספרים, מיין איך ספרים א שטייגער ווי דער כוזרי, חובת הלבבות, עקידה, אברבנאל, [ומו"נ].

ארויסצוהאבן גאט מיינט, געוואויר צו ווערן אמיתת השי"ת שלא כמאמר החכם 'כ'בין א נאר און איך גלייב' וואס אין מיינע אויגן מיינט עס 'כ'בין א נאר און איך גלייב אין יאשקע/מוכאמעד/בודהא/ושאר מרעין בישין'.

חקירה ספרים פאר עלטערע [וואס כ'האב נישט דערמאנט אין למעשה פראיעקט], איז יעדער לויט זיין פארדייאונגס סיסטעם, זה הכל הכל לפי מה שהוא אדם. ס'דא א מושג פון אסור לקרות ספרי מינים, און ס'דא א מושג פון ודע מה שתשיב לאפיקורס.

כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.

אותיות מחכימות. זיין זיסע לשונות:

בשורה טובה תדשן עצם!

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2016 1:18 am
דורך [NAMELESS]
איך וויל דא איינמעלדן פארן עולם, אז נאך פילע שעות ארבעט, און מיטן הילף פון הרב החשוב [tag]ירא שמים[/tag], האב איך באוויזן צאמצושטעלן א קונטרס'ל וואס נעמט צאם דעם ריזן פראיעקט פון 'הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם', אויף WORD, מיט אלע לינקס אין בלויען קאליר, הערליך שיין.

איך האף אז דאס וועט נאך באקומען עפעס דיזיין/גראפיקס, און דאן וועל איך עס קענען ארויסגעבן אלס הערליך שיינע פראיעקט, בקרוב ממש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:55 pm
דורך קנאק-יענקל
אדנירם האט געשריבן:איך וויל דא איינמעלדן פארן עולם, אז נאך פילע שעות ארבעט, און מיטן הילף פון הרב החשוב [tag]ירא שמים[/tag], האב איך באוויזן צאמצושטעלן א קונטרס'ל וואס נעמט צאם דעם ריזן פראיעקט פון 'הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם', אויף WORD, מיט אלע לינקס אין בלויען קאליר, הערליך שיין.

איך האף אז דאס וועט נאך באקומען עפעס דיזיין/גראפיקס, און דאן וועל איך עס קענען ארויסגעבן אלס הערליך שיינע פראיעקט, בקרוב ממש.

מורינו ורבינו שש המתוק.
שוין צוויי חדשים וואס מיר ווארטן דערויף.

ווי זינגט נאר ר' נתנאל'ע: א-ו-י, ווען וועט דאס שוין זיין?...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:15 pm
דורך אפטעמיסט
אבטולמוס האט געשריבן:אויף דקדוק דארף מען מוסף זיין די ספרים פון הרב גוטמאן ז"ל אין לשה"ק און אידיש.


וועלכע ספר איז דאס, [tag]אבטולמוס[/tag]?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 8:50 pm
דורך אפטעמיסט
וויאזוי דער ספר הייסט געדענקסטו?

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:14 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'מיין כ'האב דעם ספר אין לשה"ק, באלד גיי איך עס אפירזוכן

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

נשלח: מוצ"ש מאי 16, 2020 11:22 pm
דורך עוקר הרים
https://www.dshir.co.il/product/7107
נטע בתוכנו פון הרב שמואל אריאל גאר א גוטע ספר פאר איינער וואס וויל אביסל אויסקלארען זיינע ספקות אין תורה שבעל פה
https://otniel.org/product/נטע-בתוכנו-חלקים-אב/

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 10:40 pm
דורך ארי נוהם
אדנירם האט געשריבן:ז"ל הרב הכותב: און מאור עינים [הראשון] האט דאך דער מהר"ל גע'אסר'ט, עכ"ל.
ואני אומר: כמדומני שלא רק המהר"ל אבל גם בית מדרשו של מרן הבית יוסף ואולי גם הוא בכלל. אבער מען קען נישט לייקענען אז טראץ דעם האבען גדולי ישראל געקוקט זיינע ספרים [עיין ציטוט מהרש"ש לעיל] און אפילו דער תוספות יום טוב, א תלמיד פונעם מהר"ל, האט אויך דארט געקוקט. [התנצלות: כפי זכרוני מעולם לא למדתי מאור עינים השני]
אדנירם: ריכטיג. נאר דער מהר"ל איז געווען דער ערשטער, און אזוי אויך האט זיין איסור באקומען די מערסטע דעקונג, וויבאלד ער איז נישט געווען קיין עמטליכער מקובל [ס'דאך א גאנצע געטועכץ ביי די חוקרים אויב ער איז געווען א מקובל, און וואס די 'ע"פ סוד' זיינער מיינט] און אעפ"כ איז ער ארויס אנטקעגן אים בחרב ובחנית.

דער מהר"ל איז נישט געווען דער ערשטער, נאר ר' אלישע גאליקו תלמיד הבית יוסף בשם רבו. אזוי אויך זענען די איטאליענער רבנים ברובם ארויסגעקומען קעגן דעם ספר.
דער חידוש פונעם מהר"ל איז, אז שוין נאכדעם וואס די אריגינעלע מערכה האט איינגעשטילט (ר"ע מן האדומים האט זעלבסט צענזורירט די נייע מהדורה פון זיין ספר), האט דער מהר"ל עס שפעטער פריש ערוועקט מיט זיינע שארפע ווערטער קעגן דעם ספר מאור עינים.