בלאט 6 פון 8

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:14 am
דורך מר. קלונימוס
דערהויבענע איד האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: שיין זעהען מיר אויס אז הרב שטיינמאן ווערט מבוזה ווייל אויפן אנדערן עק וועלט האט א געוויסע רב - אין א שטאט ווי הונדערטער אנדערע רבנים האבן געטון דאס זעלביגע, אויב נישט ערגער - נישט דערמאנט זיין נאמען ביי א דרשה.

#מען_קריכט_אויף_גראדע_ווענט

ווער רעדט פון מבוזה נישט מבוזה?

ווייסט ווער הרב שטיינמאן איז געווען?

ס'איז עפעס א קאנטריווערסעל נאמען??

גייטס ארויס פון די סאטמערע באבל, הרב שטיינמאן איז געווען די גרעסטע חרדי'שע מנהיג וואס די לעצטע 10 יאר האט אים קיינער נישט רעפלעיסט, ווער רעדט נאך פון זיין תורה בדחקות, וכו' וכו'.


וואס איז עס אויב נישט סתם צו געפעלן סאטמאר?

שעפעלע וועם ווילסטע נארן? זיך אליין? גאו אהעד גוד לאק. הרב שטיינמן איז א קאנטריווערסיאל פיגור אין וויליאמסבורג, יא גערעכט צו נישט גערעכט! 90 פראצענט וויליאמסבורג זענען סאטמאר אדער סאטמאר געשטימט, ס'קוקט נישט אויס ווי וויענער רב זוכט צו זיין דיין הירא.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:14 am
דורך [NAMELESS]
לאכעדיג האט געשריבן: וויען איז נישט אזוי גרויס ווי איך מאך עס, און נישט אזוי קליין ווי דו מאכסט עס.

נאך סאטמאר מהר"א, מהרי"י, פאפא איז וויען די גרעסטע חסידות אין וויליאמסבורג.

יעצט זאג איבער די באקאנטע ווערטל פון סענדער די דייטש, נאך 30 מאהל סאטמאר איז פאפא.

נישט זיכער צו דינוב איז נישט גרעסער, עכ''פ נייטרא איז זיכער גרעסער. בקיצור מען גייט זיך דא מוטשענען ווער עס האט א מענטש מער אדער ווייניגער, צעהלים נייטרא וויען דינוב גאלאנטא איז בערך די זעלבע סייז.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:16 am
דורך חיים׳ל ברוקלינער
לאכעדיג האט געשריבן: די תורה זאגט "נקי יהיה לביתו שנה אחת ושמח את אשתו",
זאגסטו אז ס'איז א חרדי'שע משוגעת...

אהה סאו אוועקפארן פאר א שבת איז עובר אויף א לאו. מ'דארף איינשפארן אלע שנה ראשונה יונגעלייט מיט זייערע ווייבער. וואס איז די חוצפה פון לאזן גיין אין שול אדער כולל. הער אויף טראלן.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:18 am
דורך חיים׳ל ברוקלינער
לאכעדיג האט געשריבן: וויענער רב האט זיי גערופן און געלייגט אין א זייט א פסוק חומש.
דהיינו שוואנצונעס.

ער האט קיינעם נישט גערופן.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:18 am
דורך דערהויבענע איד
מר. קלונימוס האט געשריבן: שעפעלע וועם ווילסטע נארן? זיך אליין? גאו אהעד גוד לאק. הרב שטיינמן איז א קאנטריווערסיאל פיגור אין וויליאמסבורג, יא גירעכט צו נישט גערעכט! 90 פראצענט וויליאמסבורג זענען סאטמאר אדער סאטמאר געשטימט, ס'קוקט נישט אויס ווי וויענער רב זוכט צו זיין דיין הירא.

על זה היה דוה לבינו, אויף פארשטינקענע סאטמערע פראפאגאנדע וואס מאכט יעדע צווייטע ערליכע איד פאר א מפוקפק'דיגע איד, נאכדעם טאר מען זיך נישט מישן אין קיין 'מחלוקת'.

אויב פילט ער פאר וויכטיג צו געפעלן פאר די וויליאמסבורגע אידן, זאל ווינער רב זאל נישט געבן קיין דרשה ווי מען איז מספיד יעדע יאר די גדולים וואס זענען אוועק, לויט דעם קען ער אנהייבן געבן דרשות כ''א כסלו און האקן און בראקן אויף די מדינה, און זינגען בך בטחו, און שרייען ימח שמו אויף גאנץ כלל ישראל, אפשר אזוי העלן די סאטמערע אים מוחל זיין פארן זיך 'מישן' אין א 'מחלוקה'.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:20 am
דורך [NAMELESS]
דערהויבענע איד האט געשריבן: ניין, יעדער מעג ארומפארן אביסל.

ס'איז א חרדי'שע משוגעת אז ווען צוויי מענטשן האבן חתונה דארפן זיי זיין צוגענאגעלט מיט סטיק גלו און זיך נישט רירן אביסל. מאכט נישט קיין סענס בגשמיות, ברוחניות, און ס'ברענגט נישט קיין שלום בית.

וואס יא, ס'וואלט געמעגט זיין אזעלכע צוזאמקונפטן פאר פרויען אויכעט.

"ודבק באשתו".
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט משוגעת, באט א געזונטע חתונה געהאטע לעבן קומט צו זיין מיט די ווייב שבת, בפרט די ערשטע יארן.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:20 am
דורך חיים׳ל ברוקלינער
חיים הלוי האט געשריבן: נישט זיכער צו דינוב איז נישט גרעסער, עכ''פ נייטרא איז זיכער גרעסער. בקיצור מען גייט זיך דא מוטשענען ווער עס האט א מענטש מער אדער ווייניגער, צעהלים נייטרא וויען דינוב גאלאנטא איז בערך די זעלבע סייז.

וואס דרייסטע א קאפ? מ'רייסט זיך אריינצוגיין אין זיינע מוסדות איבעראל, אין ב"פ, וומסב"ג און מאנסי.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:22 am
דורך לאכעדיג
חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: אהה סאו אוועקפארן פאר א שבת איז עובר אויף א לאו. מ'דארף איינשפארן אלע שנה ראשונה יונגעלייט מיט זייערע ווייבער. וואס איז די חוצפה פון לאזן גיין אין שול אדער כולל. הער אויף טראלן.
ס'מיינט אז מען זאל נישט איבערשלאפן אן די ווייב שנה ראשונה... ובפרט שבת קודש... אויב דו האסט נישט געוויסט...
ס'איז א עוולה וואס ער האט געטון.
אבער ווי אלעמאל וועלן חסידים האלטן די רבי העכער פון אלעם.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:29 am
דורך דערהויבענע איד
האסט סיריעסלי א פראבלעם מיט די פסוק חומש?

אויב איך ברענג דיר אן אנגענומענע מפרש וואס זאגט אז מ'מעג אוועקפארן פאר א שבת, איז אלעס אקעי?

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:32 am
דורך [NAMELESS]
חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: וואס דרייסטע א קאפ? מ'רייסט זיך אריינצוגיין אין זיינע מוסדות איבעראל, אין ב"פ, וומסב"ג און מאנסי.

אין וויליאמסבורג איז זיין חדר בכלל נישט קיין נושא... מען רייסט זיך אריינצוגיין אין נייטרא דערנאך צעהלים און קראסנא, אין די סקול רייסן זיך אריינצוגיין די אלע סאו קאלד סאטמער בומעס און עס איז א גאנצע שטיק אויסצונערן מר. לעפקאוויטש אז מען האט נישט קיין סמארטפאון...
ב''פ איז וויען אויך בכלל נישט קיין רייץ אריינצוגיין. אין מאנסי ווייס איך נישט די מציאות, איך שטעל זיך פאר אז מען רייסט פונקט ווי אלע מוסדות.

דינוב האט א גאנץ א שטארקע ישיבה ווי מען רייסט זיך אריינצוגיין, וויען ער האט אפילו א ישיבה? קיינמאל עכט געהערט חוץ ווען מען האט געווארן ר' יואל ראטה און אויך ביי איינע פון די התחדשות מיט ר' אנשיל גראס...

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:33 am
דורך לאכעדיג
דערהויבענע איד האט געשריבן: האסט סיריעסלי א פראבלעם מיט די פסוק חומש?

אויב איך ברענג דיר אן אנגענומענע מפרש וואס זאגט אז מ'מעג אוועקפארן פאר א שבת, איז אלעס אקעי?

יא. אבער פארוואס זאל די תורה שטימען מיט וויען רב? אפשר זאל וויען רב שטימען מיט די תורה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:40 am
דורך ברוך שפינוזה
די דשאב פון א רב איז מחנך צו זיין זיין עולם ווי צו טראכטן און זיך אויפפירן און אויך אויפצופראקן ווען ס'פאדערט זיך, אויב זאגט ער נאר וואס זיין עולם און קאלעגע רבנים ווילן הערן איז ער גארנישט בעסער ווי סיי וועלכער סעלעבריטי אין האליוואוד. גיי זיך ענדערש מדבק זיין אין בען שפירא, איך זאג דיר צו אז דו וועסט מער תועלת האבן ביי איהם, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

נ.ב. אפילו דער גרויסער וויענער שוואנץ ציטירט אויך בען שפירא, זעה די נעקסטע תגובה :P :twisted:

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:45 am
דורך חיים׳ל ברוקלינער
חיים הלוי האט געשריבן: אין וויליאמסבורג איז זיין חדר בכלל נישט קיין נושא... מען רייסט זיך אריינצוגיין אין נייטרא דערנאך צעהלים און קראסנא, אין די סקול רייסן זיך אריינצוגיין די אלע סאו קאלד סאטמער בומעס און עס איז א גאנצע שטיק אויסצונערן מר. לעפקאוויטש אז מען האט נישט קיין סמארטפאון...
ב''פ איז וויען אויך בכלל נישט קיין רייץ אריינצוגיין. אין מאנסי ווייס איך נישט די מציאות, איך שטעל זיך פאר אז מען רייסט פונקט ווי אלע מוסדות.

דינוב האט א גאנץ א שטארקע ישיבה ווי מען רייסט זיך אריינצוגיין, וויען ער האט אפילו א ישיבה? קיינמאל עכט געהערט חוץ ווען מען האט געווארן ר' יואל ראטה און אויך ביי איינע פון די התחדשות מיט ר' אנשיל גראס...

לאמיר קלאר שטעלן די פאקטן כאילו דו ווייסט נישט.

ב"פ, סיי יונגלעך און סיי מיידלעך, איז זייער שווער אריינצוגיין.
און אזוי אויך וומסב"ג.
מאנסי יונגלעך איז אויפן וועג ארויף. מיידלעך איז איינע פון די בעסטע סקולס און עקסטרימלי שווער אריינצוגיין.
קעמפס ווייסט יעדער איז טאפ נאטש.
ישיבה קטנה די לעצטע פאר יאר איז בומינג.

קענסט חוזק'ן ביז מארגן, פעקטס דאונט קעיר אבאוט יאר פילינגס.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:54 am
דורך לאכעדיג
די טיילונג מיט משה יעקב פישער אפאר יאר צוריק האט שטארק געוויזן די נאבעלע פערזענליכקייט פון וויען רב..

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:59 am
דורך שמעון וואלף
לאכעדיג האט געשריבן:
חיים הלוי האט געשריבן: דו מאכסט מיר לאכן, כאילו ער האט מאסן חסידים וואס זענען נישט זיינע תלמידים....
יא עס מאכט זיך דא דארט, בעיקר ביי די 35 יעריגע און אפ, אבער גאר גאר ווינציג.

איך קוק די אשכול וואס האט זיך געפענט א קנאפע 10 יאר צוריק ער איז בכלל נישט געוואקסן אין די 10 יאר ער האט נאר מער פארלוירן זיין גלאנץ אין די גאס, ווער רעדט נאך היינט פון עם אין ווילימסבורג? סך הכל א גוטע בית מדרש פאר די געגענט און א סקול פאר אלע 'נישט' סאטמערע...

וויען איז נישט אזוי גרויס ווי איך מאך עס און ס'איז נישט אזוי קליין ווי דו מאכסט עס.

נאך סאטמאר מהר"א, מהרי"י, פאפא איז וויען די גרעסטע חסידות אין וויליאמסבורג.

איך מיין אז וויזניץ איז גרעסער פון וויען.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:02 am
דורך שמעון וואלף
חיים הלוי האט געשריבן:
חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: נאכן אנפירקלען גאנצעטע בלעטער קען נאך קיינער נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף וויענער רב נאר אז ער האט נישט דערמאנט הרב שטיינמן, און אז סאטמאר איז גרעסער. איי קנוא.

100% קיינער איז נישט מחולק, און לויט דעם דארף ער ווען זיין א תל תלפיות, דערווייל איז די קהילה רעלאטיוו א דורכפאל, דינוב איז שוין מער מצליח ווייל ער האט בכלל נישט די חן און כאריזמע און דאך איז ער א שיינע קהילה.


דינוב א קהילה?
ס'איז א געגנט שול מיט עטליכע סאטמאר/מונקאטש/דינוב מידל-עידזש מענטשן.
איך גלייב נישט אז ס'איז דא 10 מענטשן וועלכע פאררופן זיך אלץ דינוב'ע חסידים.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:02 am
דורך לאכעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן: איך מיין אז וויזניץ איז גרעסער פון וויען.

ריכטיג. ווישניץ וומ"ס איז גרעסער פון וויען.

וויען רב האט געמאכט זיין קהילה פאר א חסידות און ער האט אין וומ"ס די מערסטע חסידים נאך סאטמאר מהר"יי, סאטמאר מהר"א, פאפא און וויזשניץ.

נאכדעם קומט ר' אביש ספינקער וואס האט 60 חסידים, טשערנאוויץ האט 25 חסידים, ר' אייזיק ספינקער האט 20 חסידים, דינוב האט 5 חסידים סקולען וומ"ס האט 4 חסידים, קראלי האט 3 חסידים און ראחמיסטריווקא וומ"ס האט 2 חסידים.

די נומערן זענען בערך...

צעהלים, נייטרא, יאוואזשנא זענען קהילות, נישט קיין רבי מיט חסידים.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:04 am
דורך שמעון וואלף
מילך טראק האט געשריבן: אינטרעסאנט וויען איז זייער א בעלבתישע קהילה, זייער רב איז אייביג פארנומען מיט סמארט פואנס אין צניעות, דאך זענען די אינגעלייט אזוי מקושר צו אים

בעל בתישע מענטשן מיט מעורר זיין אויף סמארטפאון און צניעות איז נישט קיין סתירה.
יעדער פארשטייט אז מ'דארף מעורר זיין אויף די זאכן, נאר מ'דארף האבן שכל וואס צו זאגן און וויאזוי עס צו ענפארסן.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:26 am
דורך מאנרא יונגערמאן
לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:54 am די טיילונג מיט משה יעקב פישער אפאר יאר צוריק האט שטארק געוויזן די נאבעלע פערזענליכקייט פון וויען רב..
קום אריין קלאר וואס איז געווען די מעשה

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:36 am
דורך לאכעדיג
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: קום אריין קלאר וואס איז געווען די מעשה
ער איז געווען א משפיע אין וויען, געצויגן א עולם, וויען רב האט געפילט אז ער נעמט אוועק פון אים, האט ער פון גרויס נאבעלקייט אים געשיקט לופטערן.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:39 am
דורך צומישט און צוחישט
ביטע.. משה יעקב פישער איז נישט וויענע רב'ס קאמפיטישן...

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 1:52 am
דורך לאכעדיג
ריכטיג. און הרב חיים הערש מייזליש איז אויך נישט קיין קאמפעטישן פון מהר"א, און ר' ישעי' ווייס איז אויך נישט קיין קאמפעטישן פון מהרי"י וכו'
אבער ווען א רבי פילט אז א פערזענליכקייט קעשט ארויס פון זיין קהילה שיקט ער אים ווייטער און וויען רב האט געטאן די זעלבע.

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 2:56 am
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן: איך מיין אז וויזניץ איז גרעסער פון וויען.

ריכטיג. ווישניץ וומ"ס איז גרעסער פון וויען.

וויען רב האט געמאכט זיין קהילה פאר א חסידות און ער האט אין וומ"ס די מערסטע חסידים נאך סאטמאר מהר"יי, סאטמאר מהר"א, פאפא און וויזשניץ.

נאכדעם קומט ר' אביש ספינקער וואס האט 60 חסידים, טשערנאוויץ האט 25 חסידים, ר' אייזיק ספינקער האט 20 חסידים, דינוב האט 5 חסידים סקולען וומ"ס האט 4 חסידים, קראלי האט 3 חסידים און ראחמיסטריווקא וומ"ס האט 2 חסידים.

די נומערן זענען בערך...

צעהלים, נייטרא, יאוואזשנא זענען קהילות, נישט קיין רבי מיט חסידים.

דארט האט זיך עס אנגעהויבן: וויען איז געווען א קהילה, נישט קיין חסידות. זיין טאטע (און ער אויך) איז געווען זייער א בעל בת'ישער רב. ווען ער האט אנגעהויבן איבערצוארבעטן די ווינער קהילה מיט די יונגעלייט פונ'ם יונגער'ן דור צו א חסידות, און זיי האבן איהם אנגעהויבן צו רופן כ"ק אדמו"ר מ'וויען. פון דארט ביז ווערן א פאליטישאן איז שוין נישט קיין גרויסער מהלך. דאס האט שוין צו טון מיט פראקטישקייט און פאליטליקלי קארעקטנעס. נאר מיט זיין אן איש אמת אן קיין זייטיגע נגיעות האט דאס גארנישט.