בלאט 51 פון 66
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 11:19 pm
דורך קוויטעל
פיינע נייעס, און ס'האט מיט די גוטע סקריפט גאר אסאך.
אבער פטור בלא כלום קען איך נישט. און מיין הערה איז, ווען ער נעמט איבער דאס קינד פון א פרעמדע פרוי אינעם משפחתון, האט ער אוועקגענומען אין א רגע די בילד אז ער איז א חרדי.
קיינער נעמט נישט איבער 'ביי אונז' א קינד פון א פרעמדע פרוי מיד ליד.
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 12:24 am
דורך [NAMELESS]
או חברותא או מיתותא
בין כך ובין כך זה אוי...
דאס א חידוש! קיינמאל געכאפט... יש בזה משהוא אמת...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 8:14 am
דורך קאלטגעבראטן
קוויטעל האט געשריבן:פיינע נייעס, און ס'האט מיט די גוטע סקריפט גאר אסאך.
אבער פטור בלא כלום קען איך נישט. און מיין הערה איז, ווען ער נעמט איבער דאס קינד פון א פרעמדע פרוי אינעם משפחתון, האט ער אוועקגענומען אין א רגע די בילד אז ער איז א חרדי.
קיינער נעמט נישט איבער 'ביי אונז' א קינד פון א פרעמדע פרוי מיד ליד.
דאס איז לכאורה בדוקא אזוי ווייל קיווע איז געווען אנגעטרינקען
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 3:24 pm
דורך לייבל שטילער
פוי גיטי. כ'קען איהר נישט דערליידן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 3:49 pm
דורך קאך_לעפל
לייבל שטילער האט געשריבן:פוי גיטי. כ'קען איהר נישט דערליידן.
גיטי ווערט געשפילט דורך די טאלאנטפולע קאמענדיאנטקע נטע ריסקין. זי פארציילט אין א אינטערוויו מיט לחיים, אז אמאל איז זי געגאנגן שפאצירן אויפן גאס אנגעכאפט מיט איר ליב פויגלע. און מיטאמאל האט זיך די פייערדיגע ליבע צושפילט אויף א מאסנשטעבליכער פארנעם, אזש די צוויי ליבע פויגליך, נטע מיט איר ליבהאבער האבן זיך ליבליך צונויפגעקישט אין סאמען רשות הרבים. האט דורכשפאצירט דארט א חרדי אויפן ארט, וועלכע איז ווארשיינלך געווען אויסגעקאכט און פארליבט אין די שטיסל סעריע. און ער זאגט איר: גיטי ס'פאסט נישט! איך בין אנטוישט אין דיר...
מענטשן פאלן נעבאך אין ליבע און אין פיינטשאפט מיט זייער אייגענע פאנטאזיע. זיי פאלן אין ליבע מיט שדים און שדיות וועלכע עקזעסטירן נישט אינעם ווירקליכער ריאליטעט...
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 4:29 pm
דורך קוויטעל
אקטיארן אין אסאך אלוועלטליכע מאוויס, קענען זיך פארשטעקן פאר די שטיסל אקטיארן
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 5:59 pm
דורך מנחם ציון
ראוונע האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:שלום'ס קאנפראטאציע מיט וויינבאך איז שפיץ דראמע. די מוסקלען זענען מיר געווען איינגעצויגן פון זיינע שארפע אויגן.
(די טעלעפאן געשפרעך צווישן זיי בעפאר איז געוואלדיג...)
אמת. אבער אין מיינע אויגען האט ער זיך צו שטארק פארלוירען. פאסט נישט פאר אזא איש מכובד
מה אני נראה לך כמו איזה מזרוחניק שיושבת בבודקה ומוכר פיס? נעבעך נאך אנגעווייטאגט פון די rejection פון הרבנית יוקטן
אין מיינע אויגן פונקט פארקערט.
ער האט גענומען א פאזיציע כאילו וויינבאך זאל זיך דארפן א גאנצען צייט בארעכטיגן מיט זיינע שריט, ספעציעל ביי די קאנפראטאציע פארנט פון זיין שטוב ווי שולעם שפאצירט מיט א גראדע רוקן, און זידט ארויס צווישן די ציין "תשלח לי בפקס, ... אני מקבל רק פקסים. כל טוב וויינבאך..." (לדעתי דאס בעסטע ליניע אין דעם עפיזאד) ער באווייזט צו שטעלן יענעם אויף דעפענס.
אנפאנג איז דאס נישט אזוי געווען, ער האט זיך איינגעבעטן אז מען זאל אים לאזן, אבער ווען ער האט זיך אויפגעפירט ווי א משוגע'נער ביים מעמד, און געגרינדעט א חדר דארט אויפ'ן בימה, אנשטאט ער זאל ווערן א שטאט'ס נאר, איז גאר ווייבאך דער וואס פאלט פאר שולעם.
דאס אז ער דערמאנט סוכער, איז שולעם'ס צווייטע נאטור אין די גאנצע סעריע, דאס איז ווי זיין אידענטיטעט. ער הערט עפעס און ער נוצט דאס דערנאך. א שטייגער ווי ביי די פליגער פארשטעלונג, ער הערט פון ערבליך אז איר מאן האט נישט געלאזט קוקן, אדאפטירט ער דאס טראץ וואס ער אליין האט געלאכט פון איר.
(איך בין אביסל צוריקגעבליבן, ערשט יעצט געזעהן די צווייטע עפיזאד....
)
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 6:41 pm
דורך מנחם ציון
קאצקע ציקער האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:wow! what an episode this week
!
סמיר אינטערסאנט וואס דו האסט געזעהן אינעם עפיסאד אזוי שטארק , אין מיינע אויגן איז עס געווען היפש טריקן
טרוקן פון וועלכע קוק-ווינקל?
די צווייטע עפיזאד אין צוויי ווערטער: געפילן און געניאליזם
די עפיזאד רינט איבער פון עמאציעס, עמאציעס פון א מאן וועלכע בענקט נאך א שפיר פון זיין פארלוירענע אשת נעורים,
עמאציעס פון א עלטערע איד וועמענס קאריערע צעפאלט אויף דער עלטער, און פרובירט ראטעווען זיין אנזעהן,
עמאציעס פון א יונגע פארפאלק מיט רויע וועגן וויאזוי אויסצודרוקן ליבשאפט פון איינעם צום צווייטן. זי, דורך קאכן רייז און שניצל, און אפווארטן א מאן וועלכע וועט "מעגליך" קומען. ער,דורך געבן א הייראטס יארטאג געשאנק א צוקנייטשע ביאור אין א מהרש"א.
עמאציעס פון א ביזנעס פערזאן וואס ווערט פארקניפט אין א סענסעטיווע סיטואציע. און זי ווערט גאר באשולדיגט אין הארצלאזיגקייט, אין די צייט וואס זי פרובירט צו ארויסווייזן דאס מערסטע פארשטענדעניש פון איר זייט.
אינערליכע עמאציעס פון א יונגערמאן וואס גיסט זיך אויס פאר זיין ראש ישיבה.
אפגערעדט פון די שטורעמישע סצענע פארנט פון שולעם'ס שטוב.
און אט די אלע געפילן און עמאצינאלע סצענעס ווערן אפגעשפילט אויף א מייסטערהאפטיגע ארגינעלע וועג פול מיט כאראקטער, קאמעדיע, און הארציגקייט
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 7:25 pm
דורך בת קול
טריקן פון דראמא און אקשען.
אויסער די סצענעס מיט יוסעלע און שירה האט מיר בכלל נישט געצויגן ווייטער צו קוקן.
עמאשאן איז נישט גענוג. די פלאט איז זייער אויסגעצויגן.
אפשר איז עס איז language barrier אז איך כאפ נישט אלץ אויף. קען זיין.
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 10:49 pm
דורך ראוונע
לייבל שטילער האט געשריבן:פוי גיטי. כ'קען איהר נישט דערליידן.
זי איז פון די בעסטע אקטיארען
שפילט אייזען גוט אראפ איר ראלע
טיפיקעל היימישע ווייבעל וואס לעבט פאר די גאס
נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2021 11:31 pm
דורך יואליש
עמעזאן האט געשריבן:או חברותא או מיתותא
בין כך ובין כך זה אוי...
דאס א חידוש! קיינמאל געכאפט... יש בזה משהוא אמת...
נאך א חידוש איז איימיצער וואס איז א "שבת גוי און א וואכן איד."
עשה שבתך חול.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 12:00 am
דורך אבשלום בן מעכה
וואס זאגט דער עולם צו די 'רווחה' - די טשיילד קער, וואס איז אנגעקומען צו קיווע?
מיר האלטן אביסל מיט דאס לעבן פון קיווע'ן מיט זיין מיידעלע, און איך מיין אז מ'קען נישט זאגן אז קיווע איז נישט קיין גוטע טאטע, מ'קען נישט זאגן אז דבורה'לע ווערט אביוזט. קיווע נעמט פיין קער פון איר און זי געפינט זיך גוט דארט. די 'רווחה' קומט אריין פונקט אין א האקעלע סעטואציע, פונקט אין דעם טאג וואס דער דיפרעסטער נחום איז אהין אנגעקומען, און פונקט דעמאלס ווען זיי זענען דארט געווען איז געשען וואס עס איז געשען, און זיי האבן מחליט געווען אוועקצונעמען דבורה'לע פון דארט.
ווען דו הערסט די מעשה פון די גאס, וואס וואלסטו געזאגט? - ס'איז א מציאות אז קיווע האט געשיקט א לא-לנו אויפצופיקן זיין טאכטער, ס'איז א מציאות אז יענער האט פארטוישט א קינד, ס'איז א מציאות אז קיווע איז געווען שיכור ווי לוט, און ס'איז א מציאות אז דבורה'לע געפינט זיך אין א הויז ווי ס'איז פארהאן א דיפרעסטע זיידע, און דער אנדערע זיידע הרג'עט אים אן די ביינער. נו, וואס דארפסטו מער פון דעם? - איינער האלט אנדערש?
דאס ווייזט אונז ווי אזוי מ'קען אמאל אפלערנען זאכן, געבויעט אויף עכטע מציאות'ן, בשעת דער אמת'ער מציאות איז אנדערש.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 12:07 am
דורך בת קול
עס זעהט אויס אז קיווע טרינקט זיך אן אויף יעדע געלעגנהייט צוליב זיין דעפרעסיע.
שלום האט שוין אפאר מאל אריינגעזאגט פאר קיווע איבער זיין אלקוהול געטרינקאכטס, נאך פאר די געשעהניש.
זיין אנגעטרינקען ארום קינדער אן אנדערע אדאלט סופערוויזשאן איז קיינמאל נישט ערלויבט.
דאס קען זיין grounds פאר אן ערנסטע child neglect case.
ווען קיווע קומט צוריק צום בעביסיטער רעדט זי נישט איבערן אויפטויש, נאר איבערן זיין אנגעטרינקען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 8:41 am
דורך ישעיה
ס'נישט צום פארשטיין דאס וואס דער רווחה האט געלאזט נוחעם'ן בלייבן ביי שולם אינדערהיים, ער דארף דאך ווערן האספיטאלאזירט
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 10:05 am
דורך כלבאשבוע
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 10:55 am
דורך מפיל קינד
בת הרב לוינזון שליט"א לרפ"ש
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 12:28 pm
דורך מ גפני
ישעיה האט געשריבן:ס'נישט צום פארשטיין דאס וואס דער רווחה האט געלאזט נוחעם'ן בלייבן ביי שולם אינדערהיים, ער דארף דאך ווערן האספיטאלאזירט
טשיילד קעיר סערוויסעס טראגט נישט קיין דיפרעסטע מענטשן צום שפיטאל / משגועים הויז...
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2021 2:15 pm
דורך כרם זית
אפשר קען טאקע [tag]מ גפני[/tag] שתדלן ביי די מלכות הרשעה צוריקצוברענגען דבורה'לע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:07 pm
דורך טאמבל סאס
ס'איז קלאר אז עקיבה איז אנסטעיבל. נו, אן ארטיסט. ער טרונקט אינמיטן טאג, קען נישט לייגן ביהיינד זיין פארשטארבענע פרוי און פארשטייט נישט אז א מקח איז א מקח. ערגער, ער ווערט נאך אויפגערעגט אויף זי ווען זי האט נישט געוואלט נעמען זיין כלאחר יד'יגע פעינטעינג. האסט געזען ווי ער האט זי באזידלט..? בי עי דזשענטלמען ווי קאופמאן בעט זיך שטענדיג...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:47 pm
דורך והאיש משה
וואס ס'פשט אז קיווע האט נישט געהאט קיין געלט פאר רענט? ער האט דאך באקומען בובע מלכה'ס דירה... אזוי איז דאך געווען אפגעמאכט סוף שבעה, ביים שידוך פון קיווע אין ליבי (אדער ליבקע...)
[אולי י"ל היות זיין ברודער צבי ארי'לע האט דארט געוואונט האט ער אים נישט געוואלט ארויס ווארפן... קיווע'ס מידות...]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:53 pm
דורך מנחם ציון
איך בין אנטוישט און נישט אין די זעלבע צייט
אויב ביז יעצט איז שטיסל געווען א רואיגע רעאליטעט שאו, ווי דער צוקוקער קען רילעיטן צו די געשעענישן, איז אין די לעצטיגע עפיזאדן אוועקגעפאלן אט דער געפיל.
צו סאך מענטשן שטארבן, צו סאך זאכן געשעהן.
די שטיסל פאמיליע האט שוין באלד אזויפיל צרות ווי דאס וואס
רש"י רעכענט אויס אויף יעקבבאבע שטארבט
מאמע שטארבט
שניר שטארבט
פעטער סוכער שטארבט
פעטער נוחעם גייט א גאנג
טאטע אלמנ'ט פאר זיבן יאר
טאטע ווערט ארויסגעטראסקעט פון חדר
גיטי'ס מאן אנטלויפט
גיטי'ס מאן קומט צוריק....
קיווע ברעכט צוויי שידוכים
מ'כאפט צו דאס אייניקל
רוחמי האט פייגעלעך
יוסאלע האט טורקיס
א שוועסטער ווערט א חב"ד'סקער
ועל כולם, זיי האבן א ברודער ווי צבי ארי'...
אבער פון די אנדערע זייט איז עס פארט שטיסל, און שטיסל אנטוישט נישט. די דעטאלן וואס זיי לייגן אריין איז צום פארגאפט ווערן
קיווע גייט מיט די מסורה'דיגע "משכן התכלת" זעקל. מערקט ווען ער נעמט אפ זיין טאכטער.
שולעם ווערט פארכאפט מיט אינטערעסע אין מיכלסון'ס מאשינקע, ווי א טיפישער מנהל, און ער האט נאך דעם שפאטישן שמייכל... כנהוג.
דאס ווישן די ברילן פון יוסאלע'ס חברותא.... אזוי היימיש
די וויליאמפעסטע סצענעס. ווי גיטי פרובירט אריינשארן אונטערן טעפיך איר פארגאנגענהייט. די גאנצע צוגאנג צו יוסאלע'ס שידוך, סיי די חלק ווי גיטי וועהלט אויס "איר" שידוך, און סיי די חלק פון די בעשויס, ווען נאך צוויי מאל זיך טרעפן און רעדן פון פלאטערלעך ברעכט מען טעלער.
שטיסל איט איז!!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:10 pm
דורך לייבל שטילער
מנחם ציון האט געשריבן:איך בין אנטוישט און נישט אין די זעלבע צייט
אויב ביז יעצט איז שטיסל געווען א רואיגע רעאליטעט שאו, ווי דער צוקוקער קען רילעיטן צו די געשעענישן, ![/size]
סתם בדרך אגב, שטיסל איז קיינמאל געווען א ריעליטי שוי, א ריעליטי שוי איז א סארט ז'אנאר וואס מ'כאפט אויף נישט סקריפטעד סצענעס נאר עס קומט ווירקליך פאר אין ריאליטעט. נאר, ביז יעצט איז עס געווען א דעילי/פעמעלי דראמא, יעצט איז עס א געהעריגע דראמא.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:19 pm
דורך מנחם ציון
שכוח פארן פונאנדערשיידן.
איך בין נייגעריג אויב אנדערע שפירן אויך אזוי. ס'איז עפעס צו שטארקע צופאלן