בלאט 51 פון 63

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 8:34 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב נישט געזאגט אז איך ווייס הונדערד פרעציז אלעס, אבער פארשטאפן מיין מויל, מיטן אויסמעקן און בלאקירן פאר א וואך, איז א גוטע נקמה, אבער א בושה פאר קאווע שטיבל וואס אירע טרונקער דארשטן אויף אמת נישט אויף שפעקולאציעס.
דא גייט פאר א דעסקרימינאציע, וואס נישט מיך קלאפט עס, נאר דעם ציבור, ממילא ווער ס'האט א השפעה דא, זאל זען עס פאר'רעכטן באצייטנס

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:39 pm
דורך איך אויך
מנשה לוסטיג האט געשריבן: נישט אויף שפעקולאציעס.

נשלח: מוצ"ש מערץ 01, 2014 10:45 pm
דורך דער שכן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז איך ווייס הונדערד פרעציז אלעס, אבער פארשטאפן מיין מויל, מיטן אויסמעקן און בלאקירן פאר א וואך, איז א גוטע נקמה, אבער א בושה פאר קאווע שטיבל וואס אירע טרונקער דארשטן אויף אמת נישט אויף שפעקולאציעס.
דא גייט פאר א דעסקרימינאציע, וואס נישט מיך קלאפט עס, נאר דעם ציבור, ממילא ווער ס'האט א השפעה דא, זאל זען עס פאר'רעכטן באצייטנס


נא! נו! נא טאקע, וואו איז דער אמת?

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:24 am
דורך מנשה לוסטיג
דער אמת הייבט זיך אן, ביים צוריקדרייען דעם בלעטל, קודם איין בלאט, וואס איז געווארן א שטימעניש מיט 'ליפא ברייער', נאך אפאר בלעטער מיט די אנדערע פעלער וואס מ'האט געמעקט מיינע זכרון דברים.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:45 am
דורך איחוד פעלד
זאג שוין וואס די ווילסט וועגען ליפא ברייער, הער אויף דרייען א שטילע ספאדיק.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 3:27 pm
דורך פיטומי מילי
איחוד,

גיסט בכלל א האד וואס מנשה זאגט?,
זעהסט דען נישט? לאז אים געמאכט!!!!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 3:33 pm
דורך גבאי
[tag]מנשה לוסטיג[/tag], מיר האבן שוין פראבירט אויף כל מיני אופנים דיר קלאר צו מאכן אז דו קענסט נישט אנגיין מיט א אגענדע קעגן געוויסע מענטשן וואס די גלייכסט נישט. ביטע הער אויף מיט די העצערייען תיכף ומיד, ווייל נאכ'ן אויסשפארן אזויפיל מאל פאר קורצע תקופות, וועלן מיר זיין געצווינגען דיר גענצליך אויסצושפארן.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 3:38 pm
דורך לאליפאפ
גבאי האט געשריבן:[tag]מנשה לוסטיג[/tag], מיר האבן שוין פראבירט אויף כל מיני אופנים דיר קלאר צו מאכן אז דו קענסט נישט אנגיין מיט א אגענדע קעגן געוויסע מענטשן וואס די גלייכסט נישט. ביטע הער אויף מיט די העצערייען תיכף ומיד, ווייל נאכ'ן אויסשפארן אזויפיל מאל פאר קורצע תקופות, וועלן מיר זיין געצווינגען דיר גענצליך אויסצושפארן.

יוי אידעיס א שאקירנדע אויפדעקונג אין די אנטוויקלונג פון די שטארק מארד אינוועסטיגעטעט אויספארשונג.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 3:39 pm
דורך שרייבער
לאליפאפ האט געשריבן:
גבאי האט געשריבן:[tag]מנשה לוסטיג[/tag], מיר האבן שוין פראבירט אויף כל מיני אופנים דיר קלאר צו מאכן אז דו קענסט נישט אנגיין מיט א אגענדע קעגן געוויסע מענטשן וואס די גלייכסט נישט. ביטע הער אויף מיט די העצערייען תיכף ומיד, ווייל נאכ'ן אויסשפארן אזויפיל מאל פאר קורצע תקופות, וועלן מיר זיין געצווינגען דיר גענצליך אויסצושפארן.

יוי אידעיס א שאקירנדע אויפדעקונג אין די אנטוויקלונג פון די שטארק מארד אינוועסטיגעטעט אויספארשונג.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 4:36 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס האב איך געשריבן מער ווי פאקטן? איך מעג נישט שרייבן און פרעגן וואס טוט זיך וועגן דעם און יענעם סקאנדאל? וואס מאכסטו א אישה פון א טישו?

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 5:59 pm
דורך לאליפאפ
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס האב איך געשריבן מער ווי פאקטן? איך מעג נישט שרייבן און פרעגן וואס טוט זיך וועגן דעם און יענעם סקאנדאל? וואס מאכסטו א אישה פון א טישו?

מנשה פליזזזזז פיר דיך אויף.. אונז דארף מיר דיך דא!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 6:39 pm
דורך דער שכן
לאליפאפ האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס האב איך געשריבן מער ווי פאקטן? איך מעג נישט שרייבן און פרעגן וואס טוט זיך וועגן דעם און יענעם סקאנדאל? וואס מאכסטו א אישה פון א טישו?

מנשה פליזזזזז פיר דיך אויף.. אונז דארף מיר דיך דא!


איי עגרי מיט @לאליפאפ

א tissue איז א גרויסע issue ווען די נאז רינט.

לאמיר זיך האלטן צו דע טעמע פון די מארד ממש. ביטע!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 6:41 pm
דורך דער שכן
PLEASE!

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 7:01 pm
דורך אפטעמיסט

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 6:16 pm
דורך סאשי פיש

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 6:51 am
דורך מורינו הרב
דער געוואונער פון דער באבוב'ער ראפל היינט נאכט איז געווען:
האברך מו"ה ר' מנחם שטארק ע"ה

וואלט ער עס געוואונען אפאר חדשים צוריק -
וואלט ער אפשר געקענט באצאלן זיין חוב און ער וואלט געבליבן לעבן...
ווער ווייסט...

ר' מנחם שטארק ע"ה געווינט 18 אלפים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:31 am
דורך נתן מנחם
די באבוב'ער קרן חתנים $18000 ראפעל האט נעכטן נאכט ארויסגעצויגען די געווינער: ר' מנחם שטארק ע"ה. זעהט אויס ער האט עס געקויפט לפני המעשה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:40 am
דורך מ גפני
זייער טוויעט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 10:18 am
דורך לאליפאפ
מורינו הרב האט געשריבן:דער געוואונער פון דער באבוב'ער ראפל היינט נאכט איז געווען:
האברך מו"ה ר' מנחם שטארק ע"ה

וואלט ער עס געוואונען אפאר חדשים צוריק -
וואלט ער אפשר געקענט באצאלן זיין חוב און ער וואלט געבליבן לעבן...
ווער ווייסט...

Should of. Would of. Could of...

(בכלל מיינעך אז זיין חוב איז געווען $18,100)

איך גלייב עס נישט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:38 am
דורך טיטאניק
די גאליציאנער האבען זיכער געמאכט עפעס א דיעל מיט די משפחה
פינקט דער וואס איז אזוי טראגיש אימגעקימען זאל דאס געווינען??
בכלל זיי כאפען נישט, מענטשען וועלען מורא האבען צי קויפען די ראפעל, ווייל אויב געווינער ענדיגען אזוי וויל איך קיין געווינער נישט זיין

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:15 pm
דורך פישלע העררינג
דער טאג וואס ער איז נפטר געווארן האט ער געשריבן פאר צדקה א טשעק פון 18 אלפים, און יעצט האט ער ארלעדיגט פאר זיין משפחה פורים געלט די סומע פון 18 אלפים! וויאזוי פלעגט דער רבי זאגן? ונתנו קען מען לייענען אויך אויף צוריק...

נ.ב. געגעבן דאן האט ער פאר די אונגארישע, אבער צוריק באקומען האט ער פון די גאליציאנער... נו, איינער זאגט נאך אז די גאליציאנער זענען די קארגערער?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:26 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ'האב שוין געהערט אז די באבובער געליצאנע זאגן אז היות ס'איז נישט דא בנמצא היינט א מענטש ווי מנחם שטארק, בלייבן זיי מיט די געלט ;)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:28 pm
דורך מורינו הרב
טיטאניק האט געשריבן:די גאליציאנער האבען זיכער געמאכט עפעס א דיעל מיט די משפחה
פינקט דער וואס איז אזוי טראגיש אימגעקימען זאל דאס געווינען??
בכלל זיי כאפען נישט, מענטשען וועלען מורא האבען צי קויפען די ראפעל, ווייל אויב געווינער ענדיגען אזוי וויל איך קיין געווינער נישט זיין


הדא הוא דאמרי אנשי "זייט א גליקליכע געוואונער"!
א גליקליכע - ווייל איר לעבט נאך יא.