בלאט 51 פון 179
נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 3:33 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע קוגל (אדער זיין אוואטאר.)...ייש"כ פאר ברענגען די מעשה מיט דעם געשמד'טן איד. נאר איך האב עס געהערט אויף א ביסל אן אנדערן נוסח. מ'זאגט עס גאר נאך בשם פון איינעם פון די צדיקים לבית בעלזא זי"ע וואס האט גענוצט די מעשה אלס מוסר השכל. והנה: אין א שטעטל האט אמאל געוואוינט א פריץ וועלכער האט געהאט זיין איד, דעם מאשקע. וועלכער האט איהם געטריי געדינט. אמאל ווען דער פריץ האט זיך אנגעשיכור'ט האט ער זיך בארימט פאר זיינע חברים אז זיין מאשקע איז איהם אזוי שטארק געטריי אז ער וועט איהם פאלגן אלעס וואס ער פארלאנגט פון איהם. האט ער געלאזט רופן מאשקע און ער פרעגט איהם מאשקע. אמת דו ביסט מיר געטריי. יא. ענטפערט מאשקע. דו גייסט מיך פאלגן אלעס וואס איך בעט פון דיר. יא...! זאגט דער פריץ...מאשקע. איך וויל אז דו זאלסט זיך שמד'ן. ענטפערט מאשקע. נו, אז דער פריץ הייסט וועל איך פאלגן. ער גייט אהיים צו זיין ווייב און זאגט איהר. שרה. אונז גייען ווערן גויים. דער פריץ האט געהייסן איך זאל מיך שמד'ן. זאגט זי. נו, אז דער פריץ הייסט מוז מען פאלגן....א חודש שפעטער רופט איהם דער פריץ און זאגט. מאשקע. יעצט זעה איך טאקע אז דו ביסט מיר אמת'דיג געטריי. איך האב נאר געוואלט ווייזן פאר מיינע חברים...יעצט קענסטו צוריק ווערן א איד...גייט מאשקע אהיים טאנצנדיג פאר שמחה און ער פארציילט פאר זיין ווייב אז דער פריץ לאזט זיי צוריק ווערן אידן...רופט זיך אן שרה....אוי..פונקט יעצט. א וואך פאר פסח ווען מ'מוז קויפן מצות, וויין און פליייש פאר פסח...לאמיר בלייבן גויים ביז נאך פסח...! דאס האט דער בעלזער רב געזאגט. ווען מ'בעט אידן תשובה צו טון קענמען נישט זאגן... שפעטער... נאר מ'מוז שוין תשובה טון...!
נשלח: מוצ"ש מערץ 14, 2015 10:44 pm
דורך געוואלדיג
א אמת'ע מעשה, א אינגל אין איינע פון די סטעיטס איז געווען א גרויסער טראבל מעיקער אין חדר ביז מען האט געמוזט איהן ארויס ווארפן פון חדר, נו וואו זאל ער גיין האבן זיינע עלטערן איהם געשיקט אין א קאטוילישע סקול, נאך א שטיק צייט האט זיין מלמד געהערט אז דארט רוהט ער איין מען דערקענט איהם גאר נישט, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און איז געגאנגען פרעגן דער אינגל אליין מה פשט, ענטפערט איהם דער אינגל מיט תמימות איך בין אריין געקומען אין קלאס זעה איך הענגען איינעם אויפן וואנט (יאשקע) האב איך געזעהן אז זיי מיינען ביזנעס רוה איך איין...
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 3:00 pm
דורך ונבנתה העיר
.
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:29 pm
דורך שמעון וואלף
מ'דערציילט אז ווען ס'האט זיך געטומלט איבער גיוס בנות האט א געוויסע רב גערעדט צו בן גוריון אין וועלענדיג אים משכנע זיין האט ער געזאגט אז מ'קען זעהן די הארבקייט דערפון ווייל גיוס בנות איז בגימטריה יהרג ואל יעבר. האט בן גוריון געענטפערט: וואס עפעס, אפשר איז עס בגימטריה יעבר ואל יהרג?
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'דערציילט אז ווען ס'האט זיך געטומלט איבער גיוס בנות האט א געוויסע רב גערעדט צו בן גוריון אין וועלענדיג אים משכנע זיין האט ער געזאגט אז מ'קען זעהן די הארבקייט דערפון ווייל גיוס בנות איז בגימטריה יהרג ואל יעבר. האט בן גוריון געענטפערט: וואס עפעס, אפשר איז עס בגימטריה יעבר ואל יהרג?
שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער דזשאוק. אבער איך גלייב נישט אז ס'איז געשעהן אין מציאות. כאטש בן גוריון (שוין ימ"ש, שר"י, עפ"ל. או. קעי. נאו יור העפפי...?( האט געהאט א שטארקן סענס אוו יומער, איז ער אבער געווען אזוי שטארק אויסגעטון פון אידישקייט אז ער וואלט זיך נישט מפלפל געווען אין א גימטריא...!
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:40 pm
דורך חסיד
תירץ חסיד אליבא דשמעון וואלף, לא קתני בן גריון אלא גורן, א"כ לבערלבעלעגלא מאי איכא למימר, תנא לבערלעגלא בן גריון גורן לא משמע ליה:
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
ענטפערט די גמרא: לבערל בעל עגלה איכא למימר שהחסיד צריך להרכיב משקפיים חדשות. או איכא למימר שהרב החסיד מקיים את הפסוק "המכה בעברתו"...

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:29 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:מ'דערציילט אז ווען ס'האט זיך געטומלט איבער גיוס בנות האט א געוויסע רב גערעדט צו בן גוריון אין וועלענדיג אים משכנע זיין האט ער געזאגט אז מ'קען זעהן די הארבקייט דערפון ווייל גיוס בנות איז בגימטריה יהרג ואל יעבר. האט בן גוריון געענטפערט: וואס עפעס, אפשר איז עס בגימטריה יעבר ואל יהרג?
שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער דזשאוק. אבער איך גלייב נישט אז ס'איז געשעהן אין מציאות. כאטש בן גוריון (שוין ימ"ש, שר"י, עפ"ל. או. קעי. נאו יור העפפי...?( האט געהאט א שטארקן סענס אוו יומער, איז ער אבער געווען אזוי שטארק אויסגעטון פון אידישקייט אז ער וואלט זיך נישט מפלפל געווען אין א גימטריא...!
וויפול מעשיות פון דעם אשכול גלייבסטי זענען געשען במציאות?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:19 am
דורך outspoken
די אמשינאבווער רבי האט יעצט געמאלדען אז זיינע חסידים זאלען וואטען פאר אלי ישי...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:18 am
דורך ציבעלע-קיגל
outspoken האט געשריבן:די אמשינאבווער רבי האט יעצט געמאלדען אז זיינע חסידים זאלען וואטען פאר אלי ישי...
אבער פאר דעם דארף מען גיין צו הרב עובדי' יוסף' לוי'
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:26 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעתי אז ר' פנחס הירשפרונג האט א שטיק צייט געשריבן איבער זיינע קריג איבערלעבענישן אין אן אויסגאבע.
שרייבט ער דארט איבער א פוילישער איד וואס האט געהאט א גרויסע שוועבל [מעטשעס] פאבריק, און איז געווען א שיינער גביר.
ווען די נאציס האבן אלעס צוגענומען האט עס איהם אביסל בארירט, פלעגט ער יעדן טאג קויפן צוואנציג שטיק און עס פארקויפן פאר האלב פרייז...
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:07 am
דורך איך אויך
ר' פנחס האט באשריבן זיינע מעמוארן אין זיין בוך 'פון נאצישן יאמערטאל' שנדפס בשנת תש''ה במאנטריאל.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 10:19 am
דורך חסיד
אז מ'דערמאנט הגאון הגדול ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל
כידוע אז ר' פנחס איז געוועהן א חריף ובקי עד להפליא, און האט זיך שטארק אפגערעדט אויפן היינטיגן דרך הלימוד בעיון
סיני ועוקר הרים איזה מהם קודם שלחו להו סיני עדיף, האט ר' פנחס געפרעגט פארוואס איז סיני קודם, דער עוקר הרים קען דאך דעם הר סיני אויסרייסן?
נאר, דער עוקר הרים ווייסט ניטאמאל ווי דער סיני איז אים אויסצורייסן
ודפח''ח
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 5:26 pm
דורך [NAMELESS]
פראדאקטיוו קורס האט יעצט געמאלדן אז זיי מאכן א קלאס פאר קינדער וואס שעמען זיך צו זאגן די מה נשתנה
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:39 pm
דורך [NAMELESS]
מערקט א יוד אן ביים ליינען נשיא, אז די נשיאים טוישן זיך טאקע יעדן טאג, אבער די בהמות בלייבן די זעלבע.. וד"ל
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
וואו האט יענער געזאגט, איך זיך שוין לאנג די "מקווה" וואו מען "ווייקט" זיך און טאש. די "באלי" וואו מען "דרייעט" זיך און סקולען. און די "לאך" וואו מען "פאלט אמאל אריין" און ראחמסטריווקע...
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 3:50 pm
דורך איך אויך
לא יש מבין.
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 3:59 pm
דורך געוואלדיג
א אינגערמאן ווייקט זיך אין טאש ער דרייט זיך אין סקולען און פאלט אריין מפעם לפעם אין ראמיסטריווקא
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
גראף האט געשריבן:איך האב געהערט די טעם פארוואס די אלד וויליאמסבורג ברוינפן באטלעך האבן א בילד פון א ברידזש איז כדי ווען מען זעט קארן פארן אויפן ברידזש ווייסטו אז שוין גענוג געטרונקן.
טעם על מה שה'ברוינפען נקרא "אלד וויליאמסבורג" , ווייל עס איז אלט און עס ציפט...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:05 am
דורך [NAMELESS]
אדער ווען דו ביסט שוין נישט מבחין צו דאס איז דער ברוקלין ברידזש אדער דער וויליאמסבורג ברידזש.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:11 am
דורך וכדומה..
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:טעם על מה שה'ברוינפען נקרא "אלד וויליאמסבורג" , ווייל עס איז אלט און עס ציפט...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:47 am
דורך outspoken
אחר ה'ערעפלאן קראך: די דייטשע רשעים האבן געהרגעט 6 מיליאן און איין אידן הי''ד...
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 3:28 pm
דורך petergrifin
נאך א מזל אז מען איז נישט ארויס פין מצרים מיט אן עראפלאן, ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט עסן airplane food פאר 8 טעג