בלאט 51 פון 214

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 7:45 pm
דורך מייקל פאראדעי
א קאווע שטיבל חסיד בין איך זיכער! אבער די היינטיגע רבי'ס ציען מיך נישט און איך זעה נישט בעצם וואס זיי פארקויפן. איך זעה אין דיין חתימה אז דו קאכסט זיך אין ריטשארד דאוקינס גאר, אהין בין איך נאכנישט אנגעקומען דערווייל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:07 pm
דורך ישראל גלויבער
איך בין א שרייבער, א ערליכער, א חרדישער, וואס האט ליב שרייבן מיינע ידיעות, און צומאל קלויבן ידיעות פון אנדערע - וואס אינטערעסירט מיר.
איך בין א יוד, און א מאמין. און גלייכט צו זיפן א גלעזל אינטערעסאנטע זאכן פון ארום די וועלט.
קאווע שטיבל הערט זיך ווי א היימישע מקום, אוואו חרדישע יודען קענען פריי ארומשמועסן, געבן און נעמען חיזוק און ידיעות, און בארייכערן קענטעניסן אינעם לעבן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:13 pm
דורך בן אדם
ישראל גלויבער האט געשריבן:איך בין א יוד, און א מאמין.

כשמו כן הוא [tag]ישראל גלויבער[/tag]

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2016 7:52 pm
דורך נעגעל וואסער
ישראל גלויבער האט געשריבן:איך בין א שרייבער, א ערליכער, א חרדישער, וואס האט ליב שרייבן מיינע ידיעות, און צומאל קלויבן ידיעות פון אנדערע - וואס אינטערעסירט מיר.
איך בין א יוד, און א מאמין. און גלייכט צו זיפן א גלעזל אינטערעסאנטע זאכן פון ארום די וועלט.
קאווע שטיבל הערט זיך ווי א היימישע מקום, אוואו חרדישע יודען קענען פריי ארומשמועסן, געבן און נעמען חיזוק און ידיעות, און בארייכערן קענטעניסן אינעם לעבן.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם.
כ'שמעק ס'קומט פרישע צייטן דא אין שטיבל... פרישע כחות איז א ברכה צו מאכן. ובפרט אזא איינער וואס איז אזא שטאלצע מאמין נאך אויך, וואס קען זיין בעסער..

יהא בואך לברכה.

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 1:23 am
דורך קיווע ב״ר שולעם
שלום חברים
ווי איר ווייסט קים איך פין נישט אזא היימישע מקום שפילנדיג אלס א חרדי וואלט מיר געווען אינטרעסאנט זיך אביסל מער צי באקענען מיט ענק
אקעי לאמיר זיך פארשטעלן פארן עולם ווער איך בין
מיין נאמען איז קיווע ב״ר שולעם שטיסל מעיר הקודש ירושלים איך האף אז עטס האטס הנאה פין מיר אין עטס וועטס ווייטער אויך הנאה האבן.
לילה טוב.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 6:59 am
דורך נעגעל וואסער
קיווע ב״ר שולעם האט געשריבן:איך ליין אין האב הנאה אסאך פין קאווע שטיבל בעיקר פין די שטיסל טעלעוויזע סעריע אין איך ווער ממש משיגע פאר קיווע אכ וועלן מיר גיין מיטן נאמען קיווע
סאו מיין נאמען איז קיווע ב״ר שולעם שטיסל מעיר הקודש ירושלים

שלום עליכם קיווע! אזא חשובע גאסט אין שטעטל. אנביליוועבעל.
כ'פארשטיי אז אין ריל לייף, פעלט דיר אביסעלע קאנפידענס.. אבער דא אין שטיבל שפיר דעך באקוועם און היימיש. סנישטא דא קיין סאך מיידלעך אדער גרושות, אבער ס'פארט דא אסאך גוטע זאכן צו טוהן דא...

יהא בואך לברכה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 7:16 am
דורך געוואלדיג
ווען שלום זאל נאר וויסן אז קיווע איז דא, ווארט נאר אויס ווי שלום זאל בהחלט ארויס שיקן קיווע פון די בית מלון שיעשה משהו טוב עם החיים שלו.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:15 pm
דורך א-נשמה
איך ארבעט אויף צו אויפבויען פארשטאנד, אקעגן - פ'סיכולוגי', וואס עס איז א - לשם מצוה (-אויב מען ווייסט נאך נישט). וואס קומט מתוך אדורעך גיין - "שוועהרע-מצבים" (- אין איין ווארט).
און ווער ווייסט, אויב נישט - וועגן מקרב זיין די גאולה. אמן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 6:22 pm
דורך ריכטיג
שלום עליכם, איהר זענט אפשר א ברודער מיט @בן נריהו?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 10:46 pm
דורך ארים גענימען.
I decide to get the number because that is not things that I wanted to say for the public and I think that's the best place with the public is able to see it and understand what I want to say

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 11:11 pm
דורך פייער אפפער
שלום עליכם ברודערס א יונגערמאן פון בארא פארק איך ענדזשוי אביסל צו שרייבן און קאמענטירן עס געבט מיר רואיגקייט נאך א שווערע טאג ארבעט איך פארשטיי אביסל צו חינוך אויך אביסל צו טעכנעלאגיע

די נאמען "פייער אפפער" האב איך געהערט פון מיינע רביס צענדליגע מאל אבער איך ווייס נאך יעצט נישט וואס דאס מיינט...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 2:15 am
דורך לא ימלט
פייער אפפער האט געשריבן:שלום עליכם ברודערס א יונגערמאן פון פון בארא פארק איך ענדזשוי אביסל צו שרייבן און קאמענטירן עס געבט מיר רואיגקייט נאך א שווערע טאג ארבעט איך פארשטטיי אביסל צו חינוך אויך אביסל צו טעכנעלאגיע

חינוך?! WOW!

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 9:52 am
דורך געוואלדיג
מען האט געעפנט א חינוך אפטיילונג טאקע, לאמיר האפן אז דו פארשטייסט טאקע און וועסט בארייכערן אונזער אוצר.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 4:08 pm
דורך לא ימלט
לינק ביטע?!

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 4:11 pm
דורך געוואלדיג
זוך אויפן הויפט בלאט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:59 pm
דורך מוישעיאכעס
איך האַס די גויאישע שפראכע, ווי געשמאק איז צו שמועסן אין מאמע לשון, נאך ליינען דעם שטיבל פאר יארן, איז געקומען די צייט אויך צו שרייבן.
והי לרצון.
מיין חסידות און מיין רעבע זענען נאר גרויס ביז סקומט צו טשעפענען אן אנדערן איד.

נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:56 pm
דורך יוסף
איך האב ליב צי וויסען נייעס בפרט אידישע נייעס .
איך וויל קענען שמיסען מיט מענטשן וואס ווייסען נישט ווער איך בין .
אין איך האב ליב צו זען וואס מענטש זאגען ווען זיי ווייסען נישט צי וועם זיי רעדען

נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:13 pm
דורך הערסטע
וואס זאלעך זאגן.
אידיש דאס איז מיין שפראך.
איך גלייך זייער שטארק צו הערן וואס דו זאגסט אבער איך בעט דיר. הער מיר אויכט אויס. קען זיין אז ס'איז עפעס וואס דו ווייסט נאכנישט

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 1:34 pm
דורך gelt
I enjoy researching products and finding the best sources to buy and then resell them on Amazon
I would like to meet some people that think out of the box and we can share some business thoughts together in order to make nice money

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 8:44 pm
דורך השדה
איך האב געהערט פין מאנע חביירים פין קאווע שטיבעל אין סעאיז מיר מיר געפאלען ספעציעל ווי מען בא שראבט יעדה ענוה פין שטיסעל אין זאט איך בין געוואר געווארן פין קאווע שטיבעל האב איך בעסער פארשטאנען יעדה ענוה

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 9:41 pm
דורך בן אדם
אבי דאס ווארט ענוה ווערט נאך דערמאנט אין קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:11 pm
דורך האסטו געהערט!!
איך בין ב"ה א אינגערמאן און איך האב געזוכט וואס צו טוהן אין לאנטש צייט, און קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאץ זיך אויסצולופטערן, האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:12 pm
דורך השמח
איך האב זייער ליב צו ליינען אינטעראנסאנטע רעיונות און אמאהל אויך מוסיף זיין א נופך משלי ספעציעל היסטארישע ענינים און באשרייבונגען פון מנהיגי וגדולי ישראל וואס פון געוויסע האב איך דא געליינט און די פאקטן און סדר הענינים זענען היבש פארדרייט