בלאט 52 פון 53
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2019 9:59 pm
דורך קורקלענד
שבת אחים און אנדערע זעלבסט לעבּאָלירטע לינקע אנטי מלחמה אנהענגער. ביטע פארלייגן אויף רעקארד וואו איר שטייט בנוגע די סוריע סיטואַציע. באלאנגט אמעריקע יא אדער נישט דארט? איז פרעזידענט טראָמפּ יא אדער נישט גערעכט פארן נעמען אקציע צו ענדיגן די אלע ענדלאזע מלחמות איבער די וועלט?
וואו ס'שיינט איז די גאנצע זיך ארויסציען פון סוריע נאר א נקמה פאר די וואס פרובירן איהם פטור צו ווערן. אייגנטלעך איז די קשיא וואס פארדינען די עליטע פאליטיקער פון די ענדלאזע קריגן? לינדזי גראהאם און מיטש מקאננעל, ביידע נישט קיין טראָמפּ פרינט, האבן זיך געלאזט הערן אז זייער יא אדער נישט שטיצע פאר אומפיטשמענט איז אפהענגיק אין טראָמפּ'ס לעצטע ארויסציאכץ פון סוריע... ווילעך פארשטיין..... ביטע קלאר מאכן.....
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 2:29 am
דורך קורקלענד
קורקלענד האט געשריבן:שבת אחים און אנדערע זעלבסט לעבּאָלירטע לינקע אנטי מלחמה אנהענגער. ביטע פארלייגן אויף רעקארד וואו איר שטייט בנוגע די סוריע סיטואַציע. באלאנגט אמעריקע יא אדער נישט דארט? איז פרעזידענט טראָמפּ יא אדער נישט גערעכט פארן נעמען אקציע צו ענדיגן די אלע ענדלאזע מלחמות איבער די וועלט?
וואו ס'שיינט איז די גאנצע זיך ארויסציען פון סוריע נאר א נקמה פאר די וואס פרובירן איהם פטור צו ווערן. אייגנטלעך איז די קשיא וואס פארדינען די עליטע פאליטיקער פון די ענדלאזע קריגן? לינדזי גראהאם און מיטש מקאננעל, ביידע נישט קיין טראָמפּ פרינט, האבן זיך געלאזט הערן אז זייער יא אדער נישט שטיצע פאר אומפיטשמענט איז אפהענגיק אין טראָמפּ'ס לעצטע ארויסציאכץ פון סוריע... ווילעך פארשטיין..... ביטע קלאר מאכן.....
איך ווארט צו הערן....
נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 5:46 pm
דורך שבת אחים
לעבעדיג!
הערטס אויס די phone call וואס זשוליאני האט בטעות געדיילט א רעפארטער מיט וועמען ער האט גערעדט פריער.... סאיז אינטערסאנט וואס ער רעדט דארט... ער לאזט אים א לאנגע מעסעדזש בטעות...
Rudy Giuliani butt-dials NBC reporter, heard discussing need for cash and trashing Bidenshttps://www.nbcnews.com/politics/politi ... h-n1071901זשוליאני קוקט ממש אויס ווי באצאלטע אקטיאר אויף SNL...
די גאנצע טראמפ פרעזידענסי איז ממש SNL LIVE...
כהאב מורא אז צום סוף גייט זיך גאר ארויסשטעלן אז טראמפ און דזשוליאני ארבעטן פאר NBC און זיי זענען פשוטע SNL כאראקטארס און אלעס איז נאר געוועהן א וויץ... און color war גייט אויסברעכן...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 5:09 pm
דורך שבת אחים
https://youtu.be/yG-bABlLkJIדער ססאביל דזשיניעס זאגט אז פעלאוסי און שיף זענען קאראפטירט! אָן קיין פארוואס... אָן קיין פארווען.... אָן קיין שום באווייזן... גארנישט!
ווייל אזוי האט די רבי געזאגט.... און פארטיג! נעבעך...
אלעס וואס די דעמאקראטן זאגן איז א ליגענט! די גאנצע מעשה מיט אוקריינא ווהיסלבלואער איז א פשוטע ליגענט
אלע זיינע נאנטע מענטשען ארום אים פון די לעצטע פאר יאהר זענען אינטער קרימינאלע אינוועסטיגעישאנס אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן. דזשוליאני לויפט ארום זוכן לויערס. מייקל קאהן זיין געוועזנע לויער שמאכט אין תפיסה,
ראדזשער סטאון וכו׳ וכו׳
איך הער אים כמעט קיינמאל נישט אויס. ווען איך הער אמאל יא. טוט מיר עס ממש וואונדערן וויאזוי א נארמאלע מענטש קען אים בכלל שטיצן!
מענדלע וויזניצער חסידים זענען גאלד קעגן דעם!
ער איז בכלל נישט קיין נארמאלע מענטש.
יעדע ווארט וואס ער זאגט ארויס איז איין שטיק ליגענט! טפשות! לאגיקל פאליסיס! ממש מ׳דארף זיין א שוטה צו זיין פון זיינע שטיצער...
מילא ער אליינס איז פשוט א טויט פאריקטע נארסאסיסט און מאראליש קאראפטירט פון קאפ ביז פוס אבער אזויפיל מיליאנען מענטשען אין אמעריקע זענען אזוי צוריקגעשטאנען???
דער טראמפ מיט זיינע מענשטען גיבן נישט קיין שיט פאר אמעריקע און זייערע געזעצן נאר ווען עס שטימט מיט זייער אגענדעס ווי גאנס דעמאלטס וועלן זיי דיר האקן און קאפ אריין מיט זייער Constitution. אבער קאנגערס שיקט א subpoena פאר מאלאוואני איז אלע געזעצן פלוצלונג געשטארבן...

ווילאנג מיינט ער אז ער וועט קענען שרייען “פעיק נוס?” אלע זיינע שטיק איז שוין איבערגעקייט און אויסגעוועפט...
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 8:42 pm
דורך גראף
דו פארשטייסט אז מענטשן גלייכן נישט און גלייבן אויך נישט דעמאקראטן אזוי ווי אדם שיף? זיי טראכטן אז ס'איז פאליטיק צווישן די ביידע עקעלדיגע פארטייען און זאלן אלע גיין צו לע....ל.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:10 am
דורך קורקלענד
לעצט וואס איך האב געזען וועגן מאנכע רעקרוטירן אדוואקאטן איז עס געווען ברענען און קלעפּער, קאומי, מקעיבּ, פעידזש און סטרזאָק האבן שויַקרימינאלען אדוואקאטן פאר א לאנגע צייט.
די גאנצע וויסלבּלויער פרשה איז דערווייל א זייפן בּלאָז, איינער וואס באטראכט די פאקטן אוועילעבל זעהט אז ס'איז א אויסגעטראכטע 'אפיניאן' די גאנצע חשד.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 3:38 pm
דורך קורקלענד
.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 4:19 pm
דורך קאך_לעפל
אין רואין המלך בניבולו....
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:57 am
דורך הוגה
קאפי/פעיסט
.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:23 am
דורך ליב צו וויסן
Who cares יא געסטראשעט אוקריינע נישט געסטראשעט, אונז דיעל מיר דא מיט משוגעים (סאציאליסטן\קאמאניסטן) וואס ווילן אוועקנעמען אונזער freedom of speech, פרייהייט פונעם אינדיווידועל און אונזער פרייהייט צו פארדינען געלט און מיך זאל ענדערש אינטערסירן א פאון קאלל צו אוקריינע...
נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 12:42 pm
דורך קורקלענד
מזל טוב יר''ה צום פיר און זיבעציגסטן געבורטס טאג.
נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
זאל דער אייבערשטער העלפן דער רבי זאל לעבן און אונז פירן אנטקעגן משיח צדקינו.
בביהמ"ד בני לואי דשיינער אין מאנסי עסט מען א סעודה לכבוד דעם יום הולדת.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה.
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2020 1:45 am
דורך וואלווי
פרעה האט אויך געפראוועט א יום הולדת, מיט איין שר האט ער פלוצלונג פארגעסן די בייז בלוט, און דער צווייטער האט ער געטראסקעט צום טויט.
היסטאריע חזר'ט זיך איבער..
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 12:14 am
דורך קורקלענד
אזויווי די פרישע עלעקשאנס ווערן נאָענטער, בין איך שטארק נייגעריג אויף צוויי זאכן.
איז דא אזעלכע דא אין קאווע שטיבל וואס זענען געווען פּרא-טראמפּ און האבן איהם געדראַפּט אויף אזוי ווייט אז זיי זענען יעצט לטובת ביידען?
איז דא אזעלכע וואס האבן איהם שטארק פיינט געהאט אין אנפאנג, ווייל זיי האבן איהם אונטערגעשאצט, אדער נישט פארשטאנען, אבער זינט דאן האבן זיי געהאט א טויש אין הארץ און וועלן איהם אי''ה ערוויילן אויף א צווייטע טערם?
חברה, קומטס אריין קלאר.
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 12:23 am
דורך mevakesh
איך פערזענליך האב אלס געהאסט טראמפ און איך האס איהם נאך מער היינט אבער פון שמועסן מיט חברים און באקאנטע איז קלאר אז רוב היימישע עולם אפילו די וואס האבן איהם נישט געגליכן זענען געווארען אנגעווארעמט מיט די צייט
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 12:40 am
דורך מצפצף
את חטאי אני מזכיר היום. איך בין געווען א שטארקע רעפאבליקאנער און א טראמפ
פען פאר 4 יאהר צוריק, היינט צוטאגס בין איך ליבעראל און איך האס טראמפ.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 9:44 pm
דורך אריה
ביי די רעפובליקאנער פריימעריס אין 2015 בין איך געווען א שטארקע פען פון טעד קרוז, ווען טראמפ האט געוואונען די נאמינאציע בין איך געווען זייער אנטוישט אין די גאנצע סיסטעם, שפעטער האב איך געלערנט אים צו גלייכן... ביז כ'האב געמאכט א שארפע יו טורן. כ'ווייס נישט וואס איך בין יעצט, אבער פון טראמפ און ביידען גיי איך פאר ביידען.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 9:48 pm
דורך קורקלענד
אקעי האמיר שוין 2 קעגן איינס. נאך איינער?
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 10:17 pm
דורך פאליטיקאנט
פיר יאר צוריק ווען איך בין נאך געווען אינגער האב איך שטארק געהאלטן פון טראמפ, עלטער ווערנדיג האב איך מיך אפגעשאקלט פון עם, אבער עם אקעגן ביידען, גיי איך נאך אלס וואוטן טראמפ, פשוט ווייל איך ציטער אז ביידען וועט פשוט נישט נעמען שריט ווען עס פעלט זיך אויס - אזויווי געוויסע דעמאקראטישע שטאטן ביי די לעצטיגע ראיאטן......
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 10:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אזויווי למשל,
א) זיך באגענוגיגן מיט אפשטעלן כינעזע בירגער פון אריין קומען אין לאנד, ווען די מומחים האבן אנגעווארענט אז מ'מוז זיין גרייט פאר אסאך מער.
ב) אנפייפן די עצות פון עקספערטן נאכאמאל און נאכאמאל, און דערמיט פאראורזאכן די טויט פון מער ווי דרייסיג טויזענט מענטשן, לויט די אפשאצונג פון מומחים.
ג) און דורך די נאכלעסגיקייט, ווען די וויירוס איז געקומען למעשה, האבען מיליאנן מענטשן געליטן פיל מער ווי זיי וואלטן געדארפט, ווען מ'וואלט גענומן די ריכטיגע שריטן.
ד) און די פינאנציעלע ליידונג וואס דאס האט פאראורזאכט, וואס צוליעב דעם האט מען פארטיילט טריליאנע דאלארן על חשבון העתיד
האסט מורא פון אזעלכע פאסירונגן אונטער ביידן? דעריבער גייסטו גיין פאר טראמפ?
איך האב ענק געזאגט פון אנהייב. מיין נישט אז א צודרייטע פרעזידענט איז נישט אזא שלעכטער זאך. א פרעזידענט וואס טראכט נישט, איז די ערגסטע. יעדער מאכט גרייזן, דער איז א שטיק גרייז.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 10:49 pm
דורך קורקלענד
ליטוואק, צייג מיר נאר אן א פלאץ אין דער וועלט וואו מען האט זיך יא גערעכנט מיט די אזוי גערופענע עקספערטן און ס'האט געהאלפן מער? און ווען איר טרעפֿט יענע פאלץ ווערט נאר געוואויר אויב ס'איז געווען א לינקע מקום..... אויך אז איר זיכט שוין מאכט א ליסטע פון לינקע מקומות וואס האבן געטוהן בעסער ווי טראמפּ.... פארשטייט זיך אז איר קענט נישט זיין אויפריכטיג מיט זיך אבער באמת גערעדט וויפיל כח האט טראמפ איבער די לינקע פאליטישאנס אוואו ס'זענען פארגעקומען די מערסטע טויטע.....
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 2:16 am
דורך פאליטיקאנט
ליטוואק: דו האלטסט אז ביידען וואלט יא געטוען מער?
איך זע אז אלע לינקע (און רעכטע) שטאטן האבן די זעלבע זיך נישט קיין עצה געגעבן.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 2:43 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: איך ווייס נישט אויב טראמפ כשהוא לעצמו האט ריכטיג געהאנדלט אין א יעדן פאל. אבער קיין פארמעסט צווישן איהם און ביידען קענמען בשום אופן נישט מאכן. ווייל דזשאו ביידען זעהט אויס ווי א מענטש וואס איז ל"ע נישט געזונט. און ער ווערט נאר געהאלטן ביים לעבן און ביים דעת ..."ארטיפישיעללי"...! איך ווייס נישט וויאזוי די דעמאקראטן לייגן איהם ארויס אלס נאמיניע. וואס זייער סטראטעגיע איז. א יעדער קען דאך זעהן אז ער פונקציאנירט נישט. בשעת ווען זיי האבן אזעלכע טאלאנטירטע מענטשן ווי דער גאווערנאר פון נ.י. ענדרו קואמא. אדער פיל מוירפי. דער גאווערנאר פון ניו דזשערסי. און נאך אנדערע.
דו האסט דען א הווה אמינא אז אויב קואמא אדער מוירפי זאללן זיין די פרעזידענט קאנדידאטן אז די דעמאקראטישע פארטיי וועט אנציען א סאך מער וואוטס ווי ביידען זאלל זיין אין שפיץ...?!