בלאט 52 פון 110
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
מסתמא די זעלבע מענטש וואס האט אים געגעבן סנדקאות פאר א ברית. נעבעך
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:41 pm
דורך שמעקעדיג
ר' אברהם שארר, נישט 'שור'!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:51 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט געוואוסט אז זיין כינוי איז געווען ר' מענדל ווייס...
אני הקטן האב געכאפט דעם פינטל...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:53 pm
דורך קאווע טרינקער
כוכב האט געשריבן:מאכן פון א חולי נפש פאר א צדיק נסתר איז א פורים און א טפשות.
און פאר צדיק נגלה איז נישט פורים? מעשים בכל יום...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:55 pm
דורך פישלע העררינג
כוכב האט געשריבן:מאכן פון א חולי נפש פאר א צדיק נסתר איז א פורים און א טפשות.
... און א ביזנעס.
דיינע קינדער וועלן נאך ברבות הימים איינצאהלן חודש'ליך פאר "כולל מענדעלע דער וכו'" להיוושע בכל מיני ישועות, ובפרט לזכות אביהם הישיש שזקוק לרפו"ש וכו' וכו' וכו'.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:35 pm
דורך כוכב
סתם א פורים דעם צעטל, מ'נעמט א גאסן משוגענער, א מנוול און מוכה שחין, א שווערער מענטש, א כפוי טובה וואס פלעגט זיך באמאכן אינמיטן דיינינוג רום ביי מענטשן וואס האבן אים אריינגענומען צו שבת סעודות, און מ'מאכט אים פאר א צדיק נסתר כאילו ער איז געגאנגען גלות ווי דער רבי אלימלך.
ער איז געווען א בעל יסורים, זאל ער האבן א לעכטיגן גן עדן, אבער פליז קאט דע קרעפ, ער איז געווען א ח-ז-י-ר טויט משוגע ארומגעוויקלט מיט פלעסטיק טישטוכער כהגרועים שבאורחי פורחי.
ולהוי ידוע אז דער קאמארנא שרייבט בשם הבעש'ט אז רוב אורחי פורחי זענען רשעים גמורים, סהערשט אויף זיי א קליפה און מ'זאל נישט האבן מיט זיי קיין שייכות.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:08 pm
דורך קאך_לעפל
כוכב האט געשריבן:סתם א פורים דעם צעטל, מ'נעמט א גאסן משוגענער, א מנוול און מוכה שחין, א שווערער מענטש, א כפוי טובה וואס פלעגט זיך באמאכן אינמיטן דיינינוג רום ביי מענטשן וואס האבן אים אריינגענומען צו שבת סעודות, און מ'מאכט אים פאר א צדיק נסתר כאילו ער איז געגאנגען גלות ווי דער רבי אלימלך.
ער איז געווען א בעל יסורים, זאל ער האבן א לעכטיגן גן עדן, אבער פליז קאט דע קרעפ, ער איז געווען א ח-ז-י-ר טויט משוגע ארומגעוויקלט מיט פלעסטיק טישטוכער כהגרועים שבאורחי פורחי.
ולהוי ידוע אז דער קאמארנא שרייבט בשם הבעש'ט אז רוב אורחי פורחי זענען רשעים גמורים, סהערשט אויף זיי א קליפה און מ'זאל נישט האבן מיט זיי קיין שייכות.
יעדער וואס האט נאר אביסל מענטשליכקייט, און אידישקייט אין זיך איז מחייב מוחה צו זיין אויף דער נידריגער געשרייבעכס אויף א שוכן עפר, נאכדערצו אויף א איד וואס האט נישט געהאט קיין גוטן טאג אין לעבן, ממש א בישה וואס פארא סארט פארשוינען עס דרייען זיך דא....
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:28 pm
דורך כוכב
אפשר זאגסטו מיר וועלכע ווארט איז א סתירה מיט מענטשליכקייט אדער אידישקייט, האסט נישט געזען וואס איך ברענג פונעם קאמארנער בשם הבעש'ט אז רובם רשעים אכזרים ממזרים. ניטאמאל האב איך בארירט די אלע קלא דלא פסיקס וואס איז דא אויף אים פון זיין יוגנט.
אויב עפעס איז קעגן מענטשליכקייט און אידישקייט איז נעמען אזא געשטעל און עס פארגטערן, וואס דארפן אונזערע קינדער טראכטן אז אויף דעם זאגט מען קדוש, ווער ווייסט וואס נאך שטותים מהאט אונז איינגערעדט.
אגב כהאב היינט צופרי געשריבן די זעלבע ווערטער און דערנאך געמעקט צוליב עפעס א גוטסקייט האט מוחה געווען. איינע פון די מנהלים האבן מיר אבער פערזענליך געבעטן אין אישי צוריקצושטעלן מיינע ווערטער ומצוה לשמוע דברי חכמים.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:34 pm
דורך קאך_לעפל
כוכב האט געשריבן:אפשר זאגסטו מיר וועלכע ווארט איז א סתירה מיט מענטשליכקייט אדער אידישקייט, האסט נישט געזען וואס איך ברענג פונעם קאמארנער בשם הבעש'ט אז רובם רשעים אכזרים ממזרים. ניטאמאל האב איך בארירט די אלע קלא דלא פסיקס וואס איז דא אויף אים פון זיין יוגנט.
אויב עפעס איז קעגן מענטשליכקייט און אידישקייט איז נעמען אזא געשטעל און עס פארגטערן, וואס דארפן אונזערע קינדער טראכטן אז אויף דעם זאגט מען קדוש, ווער ווייסט וואס נאך שטותים מהאט אונז איינגערעדט.
ער איז א שוכן עפר, און לאז אים צורוה, די ווייסט נישט וואס ער איז דירך געגאנגען אין לעבן, און וואס עס האט אים צוגעברענגט צו זיין מצב, און א נארמאלער מענטש זיצט אזא צייט שטיל, און מען רעדט נישט וואס מען דארף נישט.
וכבבודך במקומו מונח, און אויב איך האב פוגע געווען אין אייך בעהט איך אייך איבער, זייטס מיר מוחל
ידידך המעריך אותך כערכך הרם
קאך_לעפל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:40 pm
דורך כוכב
ווען ער איז געשטארבן, קוק צוריק אביסל אין דעם אשכול, האב איך מיך געהאלטן שטיל און געשריבן אן איינגעהאלטענע תגובה כרצונך, היינט אבער, זעענדיג ווי מ'מאכט אים פאר א צדיק נסתר, איז עס א פליכט מוחה צו זיין נישט אריינצופיילן אין אמונות טפילות וטיפשות ושקר, והאמת ניתן להיאמר.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:47 pm
דורך איך אויך
איך רייב מיך די אויגן צו זעהן אויב דא רעדט די זעלבע לעפל וואס האט מציע געווען אזא אוממענטשליכע (בלשון נקיה)
הצעה? עם איי מיסינג סאמטינג?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:14 pm
דורך ביבער
כוכב האט געשריבן:סתם א פורים דעם צעטל, מ'נעמט א גאסן משוגענער, א מנוול און מוכה שחין, א שווערער מענטש, א כפוי טובה וואס פלעגט זיך באמאכן אינמיטן דיינינוג רום ביי מענטשן וואס האבן אים אריינגענומען צו שבת סעודות... .
יא יא, אזוי שטייט אז ל"ו צדיקים זענען ווי א שפיגל, טוה תשובה וועסטו אויפאיינמאל זעהן אז ער איז געווען א שיינער קלינער מענטש...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:30 pm
דורך קינד_אן_קייט
די פארפאסער פונעם צעטיל (און דעם אווענט) האבן זיך לכאורה געספראוועט מיט אן ערנסטן פראבלעם, נעמליך, והיה כי ישאלך בנך מחר לאמור: ווי קומט דאס אז בלויז אין די מעשה ביכלעך טרעפט מען די ראמאנטישע צדיקים׳לעך און דאס אלעס בלויז ״אמאליגע צייטן״, פארוואס זענען מיר נישט זוכה דערצו היינט?
זאגט אבער דער פסוק: הזורעים בדמעה ברינה יקצורו, א שלושים סעודה היינט וועט נושא פירות זיין אויף להבא. זאל די טינט אינדוסטרי מאכן פרנסה דערפון, און זאל אפילו ר׳ יונה לאנדא וממשיכי דרכיו הנאה האבן דערפון ביום מן הימים, ויהא זכרו ברוך.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:55 pm
דורך כוכב
דער פארפאסער האט זיך מיט גארנישט געספראוועט, הער אן אינטערוויו אויף קול מבשר ווי איינער פארציילט בעל שמסקע אותות ומופתים אויף דעם מענדלען.
אזוי זענען מענטשן, ווי מער אבסטראקט און צעדרייט אלס געשמאקער און גרינגער צו גלייבן דערין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:48 pm
דורך פישלע העררינג
מי יגלה עפר מעיניך רבי לייב שרה'ס! די פארצייטישע כוכבים האבן דאך אויכעט מסביר געוועהן מיט ק"ן טעמים אז יענער אורחי פרחי אונטער'ן שוהל אויוון איז סתם א פשוט'ע איד. מען מוז דאך האבן עפעס ליכטיגע אויגן מיט א פאר גוטע אנטענעס צו דערשפירען ווער איז א ל"ו'ניק.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:35 am
דורך Yossy
זייער א אינטערסאנטער טויש פון איין extreme צי די אנדערע , האב איך זיך אזוי גענאר`ט אזויפיל יארען ? סהאט זיך געדרייט א הימל מענטש צווישען אינז אין כ`האב נישט געהאט די זכייה ?? זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אינז אלע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:36 am
דורך [NAMELESS]
9 יאהר אלט. נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי.
; ;
, ,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:40 am
דורך שלמה המלך
שוידערליך!!! בד"ה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:33 pm
דורך לאליפאפ
ראשעקאל האט געשריבן:9 יאהר אלט. נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי.
; ;
, ,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 6:13 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך דיין האמת. יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:15 am
דורך הרב_שלום
בד"ה הרב החסיד הישיש ר' בערל הערמאן ע"ה
זיינע קינדער זענען
אשת מו"ה טובי' גראס נ"י
מו"ה חיים הערמאן נ"י
אשת מו"ה העניך פריעד נ"י
מו"ה עזריאל יצחק הערמאן נ"י
אשת מו"ה נפתלי הירצקא צוויבעל נ"י
אשת מו"ה יושע חיים שווארץ נ"י
איו לאנדאן האט ער נאך דריי קינדער
מו"ה ענרם הערמאן נ"י
אשת מו"ה משה טויבער נ"י
אשת מו"ה אליעזר מרדכי שטאלצבערג נ"י
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:18 am
דורך signout
הרב_שלום האט געשריבן:בד"ה הרב החסיד הישיש ר' בערל הערמאן ע"ה
אשת מו"ה נפתלי הירצקא צוויבעל נ"י
איז ער געווען דער חברותא פונעם ברך משה ז''ל אין היינטיגער סאטמאר ראש הכולל ביי מהר''א?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:55 am
דורך קאסטנער
לכאורה נישט
יענער איז א הרב אין שליט״א