בלאט 52 פון 63

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 2:25 pm
דורך sefish

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:30 pm
דורך מ גפני
sefish האט געשריבן:http://www.nydailynews.com/news/crime/slain-brooklyn-landlord-wins-top-charity-raffle-prize-article-1.1720524

כ'ווייס אז מאנכע וועלן טענה'ן אז ס'איז גארנישט ראנג, אבער פארוואס מיז יעדע נייעס'ל ביי אונז אנקומען צו די גוישע גאס??? ITS SICKENING

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 6:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
ווייל טוויטער איז א אפענע וועלט. באבוב האט עס געלייגט אויף טוויטער און פון דארט ביז יענע רעפארטער נעמט נישט לאנג אנצוקומען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 7:30 pm
דורך מאטי
עשירים אפילו על פתחו של גן עדן עדיין יש להם מזל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'האב שוין געהערט אז די באבובער געליצאנע זאגן אז היות ס'איז נישט דא בנמצא היינט א מענטש ווי מנחם שטארק, בלייבן זיי מיט די געלט ;)

ס'דא. זיין אייניקל...... ;) :o :(

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:עשירים אפילו על פתחי של גן עדן עדיין יש להם מזל.

איך בין זיכער אז זיינע צדקות, וועלכע ער האט אייביג געגעיבן בסבר פנים יפות, וועלן פאראויסגיין פאר איהם און זיין מליצי יושר. זכותו יגן עלינו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 10:02 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:48 am
דורך עפל סיידער
נתן מנחם האט געשריבן:די באבוב'ער קרן חתנים $18000 ראפעל האט נעכטן נאכט ארויסגעצויגען די געווינער: ר' מנחם שטארק ע"ה. זעהט אויס ער האט עס געקויפט לפני המעשה.

אין מלוין לו לאדם אלא.... היכי תמצי פון געלט וואס באגלייט א מענטש, א פינעווער פאר צרכי חתן וכלה.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 3:58 pm
דורך מ גפני
berlbalaguleh האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'האב שוין געהערט אז די באבובער געליצאנע זאגן אז היות ס'איז נישט דא בנמצא היינט א מענטש ווי מנחם שטארק, בלייבן זיי מיט די געלט ;)

ס'דא. זיין אייניקל...... ;) :o :(

סיריעס?? ער האט שוין אן אייניקל וואס הייסט נאך אים?

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 6:24 pm
דורך ממתקים
מ גפני האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'האב שוין געהערט אז די באבובער געליצאנע זאגן אז היות ס'איז נישט דא בנמצא היינט א מענטש ווי מנחם שטארק, בלייבן זיי מיט די געלט ;)

ס'דא. זיין אייניקל...... ;) :o :(

סיריעס?? ער האט שוין אן אייניקל וואס הייסט נאך אים?


ער האט נאך נישט חתונה געמאכט. זיין עלטסטע טאכטער איז בערך 16 יאר אלט.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 6:29 pm
דורך ממתקים
יעצט אז די נייעס איז ארויס אין די דעלי ניוס איז די געלט געווארן טעקס'עביל
[נישט נאר די געלט, נאר אלע גורלות, וד"ל]

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:52 pm
דורך דריידל
אסאך מוסדות געבן א 1099 פאר די געווינערס פון גורלות. א באקאנטער מיינער האט געווינען א גורל ביי א טשייניז אקשן פון בוני עולם, און זיי האבן נישט ארויסגעגעבן די געווינס ביז מ'האט זיי געגעבן א נאמען מיט א סאושעל.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:06 pm
דורך שמעקעדיג
און עס גייט אראפ אסאך געלט. עס איז געווען דערוועגן א בריוו אין די צייטונג בערך א יאר צוריק.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:19 pm
דורך דריידל
זיכער, עס איז געהעריג טעקסעבעל. ס'איז אבער דא א וועג זיך ארויסצודרייען. מ'קען קלעימען אן אייטעמייזט דידאקשן פאר געמבלינג לאסעס וואס דאס קען אפפסעטן געמבלינג ווינינגס. איך פארשטיי אז געמבלינג לאסעס זענען אלע גורלות וואס מ'האט נישט געווינען. דארף מען בסך הכל ווייזן אז מ'האט געקויפט די לאטערי, נייטרא ראפעל, באבוב לאטא וכדומה.
אונז האמיר אמאל געהאט אן אקאונטענט וואס האט זיך געדרייט דא אין שטיבל. אפשר קען איינער איהם אהער רופן דאס אביסול אויסצוקלארן.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:25 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:זיכער, עס איז געהעריג טעקסעבעל. ס'איז אבער דא א וועג זיך ארויסצודרייען. מ'קען קלעימען אן אייטעמייזט דידאקשן פאר געמבלינג לאסעס וואס דאס קען אפפסעטן געמבלינג ווינינגס. איך פארשטיי אז געמבלינג לאסעס זענען אלע גורלות וואס מ'האט נישט געווינען. דארף מען בסך הכל ווייזן אז מ'האט געקויפט די לאטערי, נייטרא ראפעל, באבוב לאטא וכדומה.
אונז האמיר אמאל געהאט אן אקאונטענט וואס האט זיך געדרייט דא אין שטיבל. אפשר קען איינער איהם אהער רופן דאס אביסול אויסצוקלארן.

זיי נישט ברויגז. די אלע הסברים און אויפקלערונגען זענען גוט צווישן היימישן עוילעם. איינמאל מ'באקומט א פארם 1099 העלפט שוין גארנישט. מ'מוז שילם'ען. :roll: :? :lol: :x :o

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:21 am
דורך איחוד פעלד
ביסט לכאורה נישט גערעכט.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 12:36 pm
דורך אבי גערעדט
פליז סטאפן רעדן פון די ענינים, גענוג שאדנס געהאט פון לופטערן איי פובליק

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:00 pm
דורך דער שכן
געהערט פון גאנץ א קראנטע מקור אז די איוועסטיגעיטארס גייען ארום אין רינגעלע רינגס און ארום קומענדיג צוריק צום זעלבן פלאטץ ווי אנגעהויבן, זיי טאפן א וואנט. מ׳האלט נאכאמאהל ביי קעסטעלע איינס. ארום און ארום ווי א מעריגאוראונד. מ׳קען נישט טוהן דעס, ווייל מ׳מעג נאר אזויפיהל... זיי זענען אין א געוויסע זין מיט געבינדענע הענט. ביזדערווייל דארף מען בעטן נקום נקמת דם עבדיך השפוך.
It's frustrating.

אזויווי א שאך שפיעל וואס אין געוויסע אויסשטעל פון די שטיקעלעך אויפן ברעיטל און מ׳וויל גיין ווייטער וויאזוי מען טראכט נאר איז אלטץ א פראבלעם ביזדערווייל וויל מען טרעפן א רעטעניש און מ׳קען נישט זיך רוקן פאראויס.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:02 pm
דורך מ גפני
דער שכן האט געשריבן:מ׳קען נישט טוהן דעס, ווייל מ׳מעג נאר אזויפיהל...

וואס מיינסטו מיט די ווערטער?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:14 pm
דורך דער שכן
מ גפני האט געשריבן:
דער שכן האט געשריבן:מ׳קען נישט טוהן דעס, ווייל מ׳מעג נאר אזויפיהל...

וואס מיינסטו מיט די ווערטער?


אינוועסטיגעיטארס קענען אין אמת׳ן אויסגעפינען מעהר. נישט אללעס מעגן זיי, און זייער אסאך זאכן קען מען נישט ניצן אין קארט. זייער אסאך זאכן איז נישט לעגאל. זיי האבן די מעגליכקייט צו גראבן אסאך טיעפער און דערגיין די גאנצע מעשה, אבער..

אויך זענען דא וואס שפעקולירן און זאגן אז מען האט געלייגט דרוק אז זיי זאלן פארקוקן און נישט כאפן. דאס איז שוין שפעקולאציע. :ugeek:

גיי ווייס!

אדער דאך אונז ווארט מיר פאר some surprise. איז וואהר?? :roll:

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
דער סורפרייז וועט זיין (אפשר איז עס גארנישט קיין סורפרייז) ווען מ'וועט ארויפלייגן קייטעלעך אויף איינעם בתוכינו. ס'קוקט אזוי אויס א יעדן טאג וואס דער קעיס שלעפט זיך לענגער... :roll: :roll: :roll:

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 9:31 pm
דורך דער שכן
berlbalaguleh האט געשריבן:דער סורפרייז וועט זיין (אפשר איז עס גארנישט קיין סורפרייז) ווען מ'וועט ארויפלייגן קייטעלעך אויף איינעם בתוכינו. ס'קוקט אזוי אויס א יעדן טאג וואס דער קעיס שלעפט זיך לענגער... :roll: :roll: :roll:


שפעקולירן און פאנטאזירן קען איך גאנץ גוט אליינס. דו זאגסט עס אלץ א וויץ, דו האלסט טאקע אזוי אז עפעס איז עס משלנו בתוכינו במהרה בימינו?
פארוואס ווען דער קעיס שלעפט זיך לענגער איז עס א סימן אז עס רעדט זיך דא אויף איינעם וואס איז נטע בתוכינו?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:52 am
דורך I'm back
[tag]דער שכן[/tag], פארוואס ביסטו עפעס אזוי ביזי מיט דער קעיס?