בלאט 53 פון 110
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:15 pm
דורך שעפטל
signout האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:בד"ה הרב החסיד הישיש ר' בערל הערמאן ע"ה
אשת מו"ה נפתלי הירצקא צוויבעל נ"י
איז ער געווען דער חברותא פונעם ברך משה ז''ל אין היינטיגער סאטמאר ראש הכולל ביי מהר''א?
יא
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:45 pm
דורך נולד מאוחר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:04 am
דורך לית דין בר נש
בד"ה אליקים (יקי) ווייל
נישט אויפגעשטאנען שבת
אין די דרייסיגע יארן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:49 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז דאס?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:31 pm
דורך כוכב
אוטש, יאקי איז נישטא מער, ס'ציפט. אלס בחור געווען א קאונסלער אין צעהלימער קעמפ. אן עלטערער בחור געווען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:45 pm
דורך מ גפני
פון קרית יואל??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:24 pm
דורך ברוך שאמר
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז דאס?
a picture please
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:24 pm
דורך Kool man
איך געדענק אים פון אלץ בחור, ער'ט געוואוינט אין ב"פ ערגעץ ביי די נידריגע עוועניוס 11 12, דאכט זיך ער'ט חתונה געהאט קיין מאנסי. בד"ה.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:46 pm
דורך ברוך שאמר
איז ער געווען א car s driver?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:25 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
Yuki a'h
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 9:34 pm
דורך ציבעלע-קיגל
BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:Yuki a'h
נישט צום גלייבן! יוקי איז מער נישט דא. עס טוט גוט וויי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך דיין האמת הרב החסיד ר' שמואל אבערלענדער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:48 pm
דורך chusid
ראשעקאל האט געשריבן:ברוך דיין האמת הרב החסיד ר' שמואל אבערלענדער ז"ל
כ'האב מיך געכאפט אז מען לעבט נישט פאר אייביג.... איך ווייס נישט פארוואס פונקט ביי דעם נפטר. אבער סאיז שרעקעדיג...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:51 pm
דורך ראש המדברים
דער דריטער ראש הקהל פון מהר"א אין 3 חדשים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך דיין האמת הבחור היקר שמואל חיים בוים פון סקווירא
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:53 am
דורך שלום-וברכה
ברוך דיין האמת!
פאריגע וואך מאנטיג איז נפטר געווארן אין וויליאמסבורג גאר א חשיבער איד ער האט געהייסען הרב החסיד הישיש ר׳ שמואל זאב פריעדמאן ע״ה אין עלטער פין כמעט 100 יאר! (איך בין נישט זיכער)
מען פלעיגט איהם אויך געריפן בלשון חיבה ר׳ וואלף,
עס פאסט נישט אין איז נישט אנגענעים אז מ׳דארף בכלל מעורר זיין אויף אזא זאך, פארוואס האט מען נישט דערמאנט דא דעים נפטר אפילו מיט א ווארט, עס ווערט באלד 2 וואכן פינעם הסתלקות! קומט זיך איהם נישט לכל הפחות אזוי פיל ווי יעדער אנדערער?
עס וואלט כדאי געווען איהם אפציגעבן דעם כבוד אחרון!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:12 am
דורך פישלע העררינג
שלום וברכה, הרב שלום וברכה. ווער פונקטלעך איז דער "מ'" - "מ'וואלט געדארפט דערמאנען" וכו' - דא איז נישט א נייעס אגענטור ווי באצאלטע מענטשען ארבעטן צו באריכטן די נייעס. דא איז יעדער פאר זיך דער אייגענע "מ'". האסט עפעס צו באריכטען וואס איז נייעס? באריכט עס! ווארט נישט אויף כבוד. דא איז יעדער א מאן דאמר בזכות עצמו. ויהא בואך לשלום וברכה...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:28 am
דורך שמעקעדיג
יהא זכרם ברוך.
@שלום וברכה, אויף וועמען האסטו טענות? פארוואס דארף משה אדער יאנקל שרייבן ענדערש ווי דיר? זענען דען פאראן באשטימטע שרייבערס אין שטיבל וועלכע באשרייבן יעדן נפטר? ווער אימער עס הערט אדער האט שייכות צו א נפטר קען נעמען דעם פעדער און באשרייבן! אויב עפעס איז די קשיא אויף דיר, אי מלכא אנא, עד השתא אמאי לא אתית, פארוואס האסטו נישט געשריבן כמעט 2 וואכן איבער אזא חשוב'ן איד (וועמען איך האט ניטעמאל געקענט).
--
פישעלע האקט ענליך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:31 am
דורך כוכב
גראדע רעדט מען דערפון באריכות נפלא אין צימעס. דער ארט וואו ס'געהערט דעם שמועס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:54 pm
דורך chusid
ברוך דיין אמת: 2 בחורים חסידים פון הרב בערלאנד וואס האבן געוויילט אין האלאנד זענען נפטר געווארען פון א קאר עקסידענט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:21 am
דורך שעפטל
ברוך דיין האמת: הרב מנשה שטערן ז"ל פון לאנדאן.

- ר' מנשה שטערן
- IMG-20141211-WA019.jpg (162.35 KiB) געזען געווארן 3904 מאל
איינער ווייסט עפעס מער איבער דעם צעטיל??? עפעס נישט קיין קלייניגקייט! ר' יענקעלע פון פשעווארסק זאגט אז ער גייט זיצן מיט אים אין גן עדן! ווי פארשאפט מען זיך אזעלכע צוזאגן?

- שטר מר' יענקעלע
- IMG-20141211-WA020.jpg (184.1 KiB) געזען געווארן 3904 מאל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:29 am
דורך [NAMELESS]
לעצטע יאהרן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:34 am
דורך פישלע העררינג
מה טיבו של פיתקא זו? מה הפשט?! וועלכע מצוה האט ער געטוהן? וואס איז איהם איינגעפאלן צו בעטן אזא צעטל? מה פתרון תעלומה זאת? א פארצייטישע רבי'שע מעשה דאס.