בלאט 53 פון 213

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:14 pm
דורך זר זהב
וועלכע פלייש?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:22 pm
דורך געפילטע פיש
וועלכע פיש?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
געפילטע, מ'האט גערעדט פון דיין עלטער פעטער סעלמאן.
זר, רוב meat לויפט צווישן 7 און 10 א פונט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:16 pm
דורך סאשי פיש
וואס איז מיט סאשי?......

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:51 am
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז מיט סאשי?......

מצטמק ורע לו

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:36 pm
דורך סאשי פיש
וואס איז פשט אז ווען מען קויפט א עירליין טיקעט לייגט מען ארויף דיין נאמען און נאר דו קענסט עס נוצען?
איך צאל דערפאר פארוואס קען איך נישט טון מיט די טיקעט וואס איך וויל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
א משוגעת. מסתמא סעקיוריטי ריעזאנס, מען זאל וויסן זיכער מי ומי ההולכים.
איך האב שוין אמאל שאדן געהאט א טיקעט צוליב די משוגעת.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:39 pm
דורך זר זהב
פארוואס איז די פרייז פון קדם לייט גרעיפ דזשוס די זעלבע ווי די רעגולערע ג"דזש, ווען דער ערשטער האט האלב וואסער אין זיך? ס'וואלט געדארפט זיין האלב די פרייז

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:45 pm
דורך זר זהב
פארוואס ווען קויפסט א סוט אין א היימישע געשעפט צאלסטע מיט א קרעדיט קארד די רעגולערע טעג פרייז אזוי ווי מיט קעש, אבער ווען דו קויפסט א היט ביי א געוויסע היט סטאר פאר 175 דאלער וועלן זיי דיר רעכענען 20 דאלער טעקס אויב צאלסטע מיט א קרעדיט קארד?

גנבים רשעים.

הנה יום הדין

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm
דורך בדחן
זר זהב האט געשריבן:פארוואס איז די פרייז פון קדם לייט גרעיפ דזשוס די זעלבע ווי די רעגולערע ג"דזש, ווען דער ערשטער האט האלב וואסער אין זיך? ס'וואלט געדארפט זיין האלב די פרייז


ווייל די וואסער איז געמישט מיט "קדם" גרעיפ דשוס - א גאר טייער און חשוב ארטיקעל - דערפאר איז עס אזוי טייער כאטש אז עס איז וואסער, ודו"ק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm
דורך זר זהב
סארקאסטיק?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:46 pm
דורך בדחן
יא

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:49 pm
דורך בדחן
זר זהב האט געשריבן:פארוואס ווען קויפסט א סוט אין א היימישע געשעפט צאלסטע מיט א קרעדיט קארד די רעגולערע טעג פרייז אזוי ווי מיט קעש, אבער ווען דו קויפסט א חפץ ביי XYZ געשעפט פאר 175 דאלער וועלן זיי דיר רעכענען 20 דאלער קנס אויב צאלסטע מיט א קרעדיט קארד?


מן הסתם ווייל זיי האבן עס קודם פראבירט ביי די ערשטע 100 מענטשן און זיי האבן עס געצאלט, דערפאר האבן זיי פראבירט ביי די צווייטער 100 מענטשן און זיי האבן ווייטער געצאלט, און אזוי ווייטער פראבירען זיי עס אויס ביז מענטשן וועלן אויפהערן צו צאלען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:57 pm
דורך סאשי פיש
די תירוץ אויף אלע דריי קשיות איז איין תירוץ געלט מיט געלט מיט געלט

די עירליין וויל אז אויב דו קענסט נישט פארען זאלסטו עס נישט קענען איבערגעבען = געלט
קדם ווייסט אז דו דארפסט די דייעט קרעיפ זשאוז און די גייסט סיי ווי צאלען = געלט
קאבע ווייסט אז גייסט סיי ווי צאלען ווייל דו דארפסט זייער הוט א סוט אז די ביסט נישט צופרידען גייסטו גיין צום קאמפטישען וואס איז די זעלבע זאך = געלט

בדחן האקט כמעט די זעלבע פוינט

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:54 pm
דורך גאלד
וואסי פשט פון די ד' ווען מ'שרייבט אפציעל א נאמען פון א חסידות למשל "קהל יטב לב ד'סאטמאר" "קהל מחזיקי הדת ד'בלעזא" "קהל שערי ציון ד'באבוב" וכדומה, וואס מיינט דאס דער ד'? וועלכער שפראך איז דאס? איז עס א ראשי תיבות, פון וואס? איך זעה נישט ווי אין לשה"ק אדער אידיש, דאס קען זיין אפשר אראמיש א גמרא לשון? כאפ איך אויך נישט פון ווי? איך האב עס אלס אפגעטייטש ווי "פון" "of" אבער ווי קומט עס צו א ד'???

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:18 pm
דורך געפילטע פיש
אראמיש, מאן דאמר, בריך רחמנא דיהב, שבילי דנהרדעא, מלכותא דארעא, יו געט די פיקצ'ער. כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:19 pm
דורך געפילטע פיש
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז פשט אז ווען מען קויפט א עירליין טיקעט לייגט מען ארויף דיין נאמען און נאר דו קענסט עס נוצען?
איך צאל דערפאר פארוואס קען איך נישט טון מיט די טיקעט וואס איך וויל?

טרעוועל עידזשענטס (איינער געדענקט זיי נאך?) פלעגן קענען טוישן נעמען ביז די לעצטע מינוט, אבער כ'מיין אז היינט זענען זיי שטרענגער פאר סעקיוריטי ריזענס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:21 pm
דורך סאשי פיש
איך ווייס אז זיי זענען זאך שטרענגער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:33 am
דורך רויטע וואנצעס
גאלד האט געשריבן:וואסי פשט פון די ד' ווען מ'שרייבט אפציעל א נאמען פון א חסידות למשל "קהל יטב לב ד'סאטמאר" "קהל מחזיקי הדת ד'בלעזא" "קהל שערי ציון ד'באבוב" וכדומה, וואס מיינט דאס דער ד'? וועלכער שפראך איז דאס? איז עס א ראשי תיבות, פון וואס? איך זעה נישט ווי אין לשה"ק אדער אידיש, דאס קען זיין אפשר אראמיש א גמרא לשון? כאפ איך אויך נישט פון ווי? איך האב עס אלס אפגעטייטש ווי "פון" "of" אבער ווי קומט עס צו א ד'???


די ד' נעמט זיך ווי געפילטע זאגט פון אראמיש. און אראמיש האט די ד' צוויי באדייטן: פון אדער וואס. און לשה"ק באנוצט מען זיך מיטן מ' פארן ווארט פון, און די ווארט אשר פארן ווארט וואס.

לויטן ביזנעס דירעקטארי איז 48 די בבל'ישע באבוב (דבאבוב) און 45 די אר"י באבוב (מבאבוב).

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:37 am
דורך ונבנתה העיר
געפילטע פיש האט געשריבן:כ'ווייס טאקע נישט פון וואו די שטרעכל קומט, אפשר ווייל ס'עקסטערע שפראכן?

די שטרעכל איז לכאורה אן עם-הארץ'עס, איך מיין אז מען זעהט עס נאר אויף געוויסע לעטער-העדס פון סאטמאר אין אמעריקא.

אגב איז מיר מיט דעם פארענטפערט געווארן פארוואס אויף די צעטלען אין סאטמאר ב"פ איז דא א שטרעכל נאך יעדע אות השימוש, למשל הרה"ק רי"י מ'סקווירא, באט דען עגען, יענער שרייבט אויך 'המשולם איגרא'...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:28 am
דורך אליצפן
וואס מיינען די קליינע סימבאלן אויף די רעכטע זייט פון יעדן אשכול?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:51 am
דורך טעפל
אליצפן האט געשריבן:וואס מיינען די קליינע סימבאלן אויף די רעכטע זייט פון יעדן אשכול?

וועלעכע?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:14 am
דורך אליצפן
דעיס דא.