בלאט 54 פון 213
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:49 am
דורך טעפל
דארט ווי ס'איז דא א סטאר מיינט אז די האסט דארט געשריבען אן הודעה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:33 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:41 pm
דורך אליצפן
ווען איך וויל ציטירן איינעם, אבער איך וויל נישט אראפברענגן יענעמס גאנצע שטיקל אויפאמאל, נאר איין שורה און דאן מגיב, און נאכדעם נאך א שורה און מגיב זיין אא''וו, וויאזוי טוט מען דאס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:41 pm
דורך זר זהב
מ'אירעיסט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:52 pm
דורך אליצפן
האסט נישט פארשטאנען מיין שאלה, איך וויל מיין תגובה זאל אויסזעהן
אזוי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 3:53 pm
דורך אליצפן
נא [tag]זר זהב[/tag] דו ווייסט נישט וויאזוי מ'טוט עס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:12 pm
דורך געפילטע פיש
ס'נישט דא קיין אוטאמאטישע וועג עס צו טוהן, נאר אסאך קאפי פעיסט. למשל ווילסט ציטירן קליינע שטיקלעך פון מיר, קאפי די end quote און begin quote און יעדע פלאץ וואו דו ווילסט אריינשרייבן עפעס, פעיסט אריין דאס וואס דו האסט געקאפיט. כזה:
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:22 pm
דורך איך אויך
אדער שרייב די קאוד הנ"ל מעניולי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 7:57 pm
דורך petergrifin
ויי אזוי קען איך ארויפלייגן א אודיא קליפ פון מיין ענדרויד פאון?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:26 pm
דורך סלינקי
נוץ דראפבאקס
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:28 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:newkave האט געשריבן:פארוואס וואונטשט קיינער נישט 'זר זהב' לכבוד זיין 8000'טען תגובה?
אונז זענען שוין מלומד בניסים.
היינו טעמא דשמונת אלפים והיינו טעמא לתשעת אלפים.
איך וויל דערמאנען די הנהלה זאל שוין אנגרייטן און מאכן עפעס א ספעציעלע אוואטאר פאר א "שר עשרת אלפים", (אפשר עפעס א בילד פון אחשורוש און המן)
הכונו!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:26 am
דורך קאווע טרינקער
כ'וויל וויסן.... אהמממממ..... אויב כ'מעג פרעגן וואס איך וויל פרעגן..... מעג איך?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:28 am
דורך משה געציל
אוקמה קאווע אחזקתיה, מאחורי פליז.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:31 am
דורך קאווע טרינקער
נו אלול...
מיין שאלה איז...... וואס האט השי"ת פון דעם אז איך גיי ברענען אין גי בן הינום?
ס'טוט דאך וויי.. ס'הייס,.. ועוד
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:37 am
דורך משה געציל
מיינסט אוודאי נישט
דיר...
מען רעדט צום טאכטער און מען מיינט דעם שניר... איי גאט די מעסעדזש...
לאמיתו, ווער זאגט אז גאט האט עפעס דערפון? די בריאה איז אוועק געשטעלט געווארן מיט א יושר'דיגע סיסטעם; פאר גוטס ווערט מען באלוינט און פאר שלעכטס באשטראפט. דיין רבי אין חדר האט דען הנאה געהאט ווען ער האט דיר דערלאנגט מנה אחת אפים?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:41 am
דורך נולד מאוחר
א צווייטע עוולה מאכט דאס יושר ?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:43 am
דורך קאווע טרינקער
גראדע פלעגט ער זאגן אז ס'טוט אים זייער וויי...
אבער, משה געציל, דער רבי אין חדר האט געשלאגן על שם העתיד, אבער גיהנום איז שוין ווען אלץ איז אפגעטוהן געווארן. ועוד, האט דען ה' נישט געקענט מאכן אן אנדערע סיסטעם? ער איז דאך א כל יכול.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:45 am
דורך משה געציל
אן אריינגיין אין די עולה פון א מלמד וואס גיבט קלעפ ווייל ער איז אין א צושטרויבעלטע גוסטע, איז אבער דא אמאל א געוויסע מהלך וואס שטראפן איז א נארמאלער זאך? (שוין נישט קיין קלעפ, עס איז עכט נישט קיין יושר, טוביה חטא זינגיד מינגיד, עס טוט עכט דעם רבי'ן אסאך מער וויי...)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:47 am
דורך משה געציל
קאווע, ער האט יא געקענט, איז וואס? דאס איז אבער נישט קיין נארמאלער דרך?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:51 am
דורך אליצפן
משה געציל האט געשריבן:מיינסט אוודאי נישט
דיר...
מען רעדט צום טאכטער און מען מיינט דעם שניר... איי גאט די מעסעדזש...
לאמיתו, ווער זאגט אז גאט האט עפעס דערפון? די בריאה איז אוועק געשטעלט געווארן מיט א יושר'דיגע סיסטעם; פאר גוטס ווערט מען באלוינט און פאר שלעכטס באשטראפט. דיין רבי אין חדר האט דען הנאה געהאט ווען ער האט דיר דערלאנגט מנה אחת אפים?
[tag]משה געציל[/tag] די קשיא איז אסאך שטערקער, דער אייבערשטער איז דאך א כל יכול, איז פארוואס האט ער נישט געקנט מאכן דער גהינום זאל זיין עפעס א מין זיסער געשמאקער זאך? נאך אלעמען איז דאך עס נישט קיין נקמה אקציע, מ'וויל דאך פשוט אויסוואשן דיין נשמה, נא האט ער דאך געקענט מאכן אז דורך עסן טשולענט און ליינען קאווע שטיבל זאל די נשמה ווערן ריין.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:53 am
דורך אליצפן
משה געציל האט געשריבן:קאווע, ער האט יא געקענט, איז וואס? דאס איז אבער נישט קיין נארמאלער דרך?
ווער מאכט אפ וואס א נארמאלער דרך איז? דער באשעפער. ער קען דאך מאכן דער דרך זאל זיין אז א עונש פילט גאר געשמאק! פארגעס נישט דער אייבערשטער קען 'אלעס'.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:54 am
דורך שמעקעדיג
וואלסט פארגינען אזא סארט גיהנם פאר אייכמאן ימ״ש?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:55 am
דורך משה געציל
אז ער איז א כל יכול איז בכלל נישט שייך צו פראבירן צו פארשטיין. א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.