בלאט 54 פון 66

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 8:53 am
דורך זופ מיט מאנדלען
כמיין אז יעדער פארשטייט רוחמיס אנגעווייטאגטקייט, אבער פון די אנדערע זייט איז איר רעאקציע זייער סטופיד...ועם וויל זי אפטון דא? קיינער האט נישט געמיינט איר שלעכטס,מיט דעם מאדנעם טאהט לייגט זי אריין איר לעבן, איר אויסזיכטן צו האבן א אייגן קינד, און ועל כולם איר רילעישאנשיפ מיט איר אזוי פארליבטע מאן אין א כמעט זיכערע סוף....זי גייט נישט יעצט קענען בלייבן מיט חנינא ווייל ער וועט אויפדעקן דעם גאנצן שפיל מיט די קישענעס אין אפאר טעג [חוץ אויב ער פלאנט צו פראווען פרישות כל ימי "עיבורה"....], קיין פונדקאות וועט זי שוין נישט האבן מיט וועמען צו מאכן, און סאיז בכלל נישט דא קיין שטארקע טשאנסן זי זאל דאס איבערלעבן.

און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס מען מאכט אזוי אוועק חנינא, יעדער רעכטדענקנדער מענטש אפילו א אטעאיסט האט א אידעלאגיע, פאר א מענטש עובר צו זיין אויף זיין אידעלאגיע וואס איז פאקטיש דער רוקנביין פון זיין לעבן איז זייער שווער, און אפטמאל אפילו אוממעגליך, פאר חנינא וואס איז א אידעלאגישער מענטש און זיין ווייב ווייסט דערפון איז די גאנצע פונדקאות אפילו מער ווי פארלירן א קינד, ביי א קינד פארלירט ער זייער א נאנטע מענטש,דאגעגן דא פארלירט ער זיך אליין...ער פילט אז דער פראיעקט פון זיין לעבן איז איין שטיק שקר, מיט דעם אלעם איז ער גרייט געווען אלעס צו לייגן אין א זייט פאר זיין ליבע מיט רוחמי, מעג זי זיין כאטש אביסל סענסיטיוו צו וואס ער גייט אדורך, אןיב איינער זעט נישט איינעם איז עס רוחמי חנינא נישט פארקערט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 9:00 am
דורך אברך משי
לויט ווי סזעט אויס האט שוין נישט רוחמי אזוי שטארק ליב איר הייליגע מאן. די מעשה האלט יעצט ביי דעם אז זי איז פארביטערט אין לעבן, און פאר דעם נעמט זי דראסטישע שריט, כדרכה בקודש ביז אהער צו טון וואס ספאלט איר ביי צו סמאכט יא סענס אדער נישט. דאס איז איר כאראקטער און סשטימט א מחי'

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 11:32 am
דורך ראוונע
אברך משי האט געשריבן:לויט ווי סזעט אויס האט שוין נישט רוחמי אזוי שטארק ליב איר הייליגע מאן. די מעשה האלט יעצט ביי דעם אז זי איז פארביטערט אין לעבן, און פאר דעם נעמט זי דראסטישע שריט, כדרכה בקודש ביז אהער צו טון וואס ספאלט איר ביי צו סמאכט יא סענס אדער נישט. דאס איז איר כאראקטער און סשטימט א מחי'

גוט געזאגט
די חילוק צווישען איר אין איר מאמע לפע״ד איז איר מאמע גיטי האט כאטש עפעס א human side צו איר משא״כ רוחמי איז א שטיק ביטערניש גיב נאר א קוק ווי זי עפענט אזוינע ברייטע נאז לעכער אויף חנינה אזש זי איז אים גרייט איינצושלונגען

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 11:53 am
דורך ירח בן יומו
ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 12:00 pm
דורך אברך משי
ירח בן יומו האט געשריבן:ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר


דאכט זיך אז מהאט דערמאנט א נאמען דארט "גבריאלה" ווען די נורס האט געפרעגט חנינא און רוחמי אויב זיי ווילן איר טרעפן אדער עפעס זאגן פאר די פרעצעדור, מכלל גבריאלה הן אתה שומע רחלי לאו, אבער ס'איז ניט מוכרח ווי דער ראש ישיבה פלעג זאגן

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר

זי האט דאך דאס מבטל געווען ווי מען האלט קלאר מיט די טעלעפוין שמועס

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 1:53 pm
דורך אישתישבי
עס איז נישט געוועהן קלאר וואס די ביטול איז, צו אז מען זאל נישט פראבירן נאכאמאל, צו פשט אז זי גיבט אויף דער קינד, ווען דער קינד ווען געבוירען ווערן, למעשה איז עס זייער קינד.

בכלל איז א חידוש אז מען קען אזוי מבטל זיין.

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 1:56 pm
דורך חתן בחור
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כמיין אז יעדער פארשטייט רוחמיס אנגעווייטאגטקייט, אבער פון די אנדערע זייט איז איר רעאקציע זייער סטופיד...ועם וויל זי אפטון דא? קיינער האט נישט געמיינט איר שלעכטס,מיט דעם מאדנעם טאהט לייגט זי אריין איר לעבן, איר אויסזיכטן צו האבן א אייגן קינד, און ועל כולם איר רילעישאנשיפ מיט איר אזוי פארליבטע מאן אין א כמעט זיכערע סוף....זי גייט נישט יעצט קענען בלייבן מיט חנינא ווייל ער וועט אויפדעקן דעם גאנצן שפיל מיט די קישענעס אין אפאר טעג [חוץ אויב ער פלאנט צו פראווען פרישות כל ימי "עיבורה"....]

יעצט כאפ איך פארוואס חנינא האט איר געדארפט זאגן נישט אויסצוטוהן די בויך קישענעס אפילו פאר אים... ער וויל עס ניטאמאל זעהן. אזוי וועט ער קיינמאל נישט אויסגעפינען אז זי באמת שוואנגערט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 2:00 pm
דורך לבי במזרח
ירח בן יומו האט געשריבן:ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר

רוחמי האט דאך מבטל געווען די פונדקאות. (דערביי פארלוירען די דיפאָזיט אויך). האסט פארגעסען?

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 2:58 pm
דורך אברך משי
לאמער קלאר מאכן:
רוחמי איז מבטל פונדקאות וואס איז שוין לכאורה געווארן אויסגעפריווט איין מאל דעמאלס ווען זיי זענען געקומען אין די קליניק און די נורס זאגט אז עפ"י-רוב געלונגט עס נישט ביי די ערשטע מאל, אבער סקען געשען נסים. שפעטער קלינגט זי אריין דורך די טעלעפאן מבטל צו זיין די פונדקאות, על-סמך זה אז מן הסתם איז עס נישט געלונגען ולכן בעט זי אז מזאל נישט ווייטער ממשיך זיין דערמיט, און אין די זעלבע צייט גייט זי צו א דאקטער -אן קיינעמס וויסן- צו מאכן אז זי אליין זאל קענען נתעבר ווערן נאטורליך, און אפי' חנינא איז נישט בסוד הענינים און ער ווייסט נישט אז זי קען פון יעצט און ווייטער ווערן מעוברת (און ער וועט זיכער מיינען אז סאיז די קישן אין בויך)

נאר דא קען אוודאי קומען די פאנטש-ליין אז למעשה האט די פונדקאות יא חל געווען דעם ערשטן מאל בדרך נס און סאיז שוין צו שפעט מבטל צו זיין (אדער נישט, סקען זיין אז מוויל אונז נאר אנציען די נערווען)

[tag]ירח בן יומו[/tag] האט געזאגט א שטארקע סברא אז סקען זיין רחלי איז די פינדקאית (איבערהויפט אז זי איז א אלטע עלנדע מויד וואס האט נישט געפלאנט חתונה צו האבן און זוכט אייביג צו טון חסד) אבער דעמאלס וועט מען מוזן מיישב זיין פארוואס ווערט זי אנגערופן אין די טעלעפן שמועס מיט די נאמען גבריאלה, אולי האט זי איינגעגעבן א פאלשע נאמען וכולי וכולי

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 3:16 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
רחליס פארט אין די שאו איז זייער פשוט אלס קיוועס נייע ליבע, כזע נישט פארוואס מען זאל דארפן מאכן אזא מוראדיגע פשעטל אז זי איז די פונדקאית, זי איז בכלל נישט קיין חסד פרוי, אויב יא וואלט זי צוריקגעגעבן די פעינטינגס פאר קיווע בחינם, דאס אז זי האט חתונה מיט אים איז ווייט נישט קיין חסד סאיז פשוט א פארלוירענע פרואוו זיך אריינצוזען אין קיוועס הארץ, ווי מען זעט זייער קלאר אויף איר גאנצע באנעמונג אין געגנווארט פון קיווע.
און בכלל זי הייסט רחלי ורבורג און די פונדקאית הייסט גבריאלה, גבריאלה איז זיכער נישט קיין פאלשע נאמען אויב יא וואלט זי זיך נישט געוואלט טרעפן מיט רוחמי און חנינא, און רחלי ורבורג איז זיכער א עכטע נאמען, [נישט אז סדארף א ראי אבער לאסמכתא בעלמא....] זי נוצט איר נאמען ביי 2 לעגאלע פלעצער די רבנות און די רווחה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 11:21 pm
דורך אבשלום בן מעכה
וואו איז אדנירם מיט זיינע קלארע אנאליזן אויף יעדן פרק. מיר בענקען זיך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 11:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:וואו איז אדנירם מיט זיינע קלארע אנאליזן אויף יעדן פרק. מיר בענקען זיך.

כ'בין צוריקגעגאנגען זוכן משזר'נס אנאליזן אבער כ'האב זיי נאכנישט געטראפן, אפשר א צווייט מאל. אזוי מישנדיג האב איך גראדע באמערקט אז געוויסע האבן טענות אז די שאו איז "סם המוות" ווייל ס'לייגט אראפ חרדים אין א נעגאטיווע בליק, איך מיין אז די סארט טענות זאגן מער אויף דער וואס טענה'ט זיי ווי אויף די פראדוצירער פונעם סעריע. לדעתי לייגן זיי אראפ חרדים אביעקטיוו אזויווי זיי זענען, אז איינער האט נישט ליעב וואס ער זעהט איז עס ווייל ער האט נישט ליעב וואס ער זעהט ביי חרדים אין אלגעמיין, ער האט נישט ליעב די דמויות פון שטיסל ווייל ער האט נישט ליעב די דמות פון חרדים, אויף דעם שטייט "דער נאר זאל ארויס פון מקוה..." ס'נישט קיין פעלער אין שטיסל, ס'איז א פעלער אינעם אבזערווירער (אדער אין די חרדים זעלבסט...)

נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2021 3:29 pm
דורך איך אויך
א מחיה צו זעהן ווי דער עולם איז זיך ערנסט מפלפל אין מסכת שטיסל.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 5:01 pm
דורך אבשלום בן מעכה
"שטיסל"?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 5:25 pm
דורך אלבערט איינשטיין
https://drive.google.com/file/d/1KCpaPC ... p=drivesdk

פאר די געכשר'טע

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 5:30 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אוי די ראמאנטיק צווישן יוסלע און די עכטע שירה דערווארימט אזוי דאס הארץ. דאס מאמע איז ווילד ווי א מטורף ווייל יאסעלע כאפט פייגלעך אין קאפ און וויל דעם שידוך אפהאקן פון די אריינגעפאלנע שירה... אזא הארציגע כאראקטער איז ליפא. ממש איינס אין די וועלט. זי האט עס דאס ערשטע מאל איינזעהן ענדליך און טאנצט מיט זיין קוזארע געדאנקען פון טרעפן פרימער אקטירן פאר די שוי....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 5:31 pm
דורך ישעיה
איפה דבל'ה :o

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 5:42 pm
דורך מנחם ציון
ישעיה האט געשריבן:איפה דבל'ה :o

מצא איזה רויזעלע....
שני נעבעכים.... שיעזרו אחד לשני

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 5:49 pm
דורך כלבאשבוע
א זיסע עפיזאד די וואך, פאקוס איז אויף משפחת ווייס און טוניק און אסאך תרתי משמע מאמענטן

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:03 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אינטערסאנט אז דאס פאטריאכטישע געשטעלט פון רעב שולם איז נישט באוויזן געווארן דאס גאנצע צייט... אזוי אויך פון קיווי.
בעצם האב איך געוויסט אז ליפא האט א גוט הארץ. נישט געוויסט אויף אזא פארנעם
ער האט פארשטאנען אז אויב יאסעלע האט בעסער ליב א ווייב וואס וועט מאכן מער געספייסעטע פיש איז עס גוט פאר איהם..
אויב עס איז שוין יא באשערט דאס שידוך ווייל גיטי האט באלעבאסטעוועט אויף איר איז ער מער הארציג צו העלפן דאס אנדערע צד...
און ווען יאסעלע וויל ארויס בעקן פונעם שידוך איז ער רואיג און פרובירט נאר מיט די גוטע מהלך. ער פארשטייט צווינגן איז נישט גוט און אז די תועלת פארן קינד איז וויכטיגער ווי דאס נאמען אין גאס. גיטי קען אנדעריש נישט פארשטיין. פארדעם רעגט זי אויף געוויסע חברה דא אויף קאווע שטיבל [emoji1]

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 10:04 pm
דורך מנחם ציון
אוי אוי..... וואט ען עפיסאד.....
איך ווער משוגע פון די סעטינגס וואס זיי האבן.
די היציגע דיסקוסיע וואס גייט פאר מיט גיטי, יוסאלע, און ליפא מיט די פי דזשעיס :lol: :lol: דאס איז ארגינעל!! זאל מען נאר אריינברענגען אביסל קאפע און אלעס וועט זיך בארואיגן.....

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2021 10:22 pm
דורך כגפן פוריה
שוין ב"ה ס'דא גיטע נייעס ביי די טוניקס!

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk