בלאט 54 פון 214

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2016 11:00 am
דורך אישתישבי
צו קענען זיך ארויסגעבען אהן אן פרעשור פין מה יאמרו הבריות!!
איך געפין אז אין בית המדרש איז דא א שטארקע צוריקגעצויגענקייט פין זיך וועלען ארויסגעבען די שיטות סיי אין ענינים שבקדושה, סיי אין דברים שבחול, און אלעס איז ווייל מען לעבט אין דער שאטען פין יענעם, אלץ איז מען ביזי טראכטען וואס וועט יענער זאגען, ממילא איז קאווע שטיבעל דער פאסיגע פלאץ זיך צו קענען ארויסגעבען, ווייל דא איז מען אנאנים, און אפילו מען זאגט זאכען וואס "יענער" וועט דיר אנידערלייגען, איז גארנישט געשעהן!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:16 pm
דורך דולה ומשקה
כבולעו כך פולטו
כשם שמקבלים שכר על הדרישה כן על הפרישה!

עפען זאפארט א צאתכם לשלום אשכול!

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 5:02 pm
דורך sunrise
איך בין א אינגערמאן פון לאנדאן, חתונה געהאט און איך האב ב"ה א פול טיים דזשאב. איך האב ליב צו לייענען אביסל איבער הנעשה והנשמע בין קהילות אנ"ש. איך געהער צו איינע פון די גרויסע קהילות ב"ה. איך צייכן מיך אויס היומען אינטערעקשאן. איך בין אהערגעקומען צו שעפן אביסל תורה וחסידות און זיך אנזאפן מיט אמונה ודת. איך בין א שטארקע מאמין אין די ברסלבע מהלך. אפ' מ'זינדיגט און אפ' מ'פאלט דורך, שבע יפול צדיק וקם אבער דאך פארווארפט קיינמאל נישט דער בורא עולם.

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 5:03 pm
דורך אויסגעוועלט
איך בין נישט קיין שרייבער נאר איך וויל האבן עקסעס צו איינע פון די בעניפיטס וואס די איינגעשריבענע באניצער האבן אבער עס קען זיין אז ווען איך וועל האבן עפעס וויכטיג מיטציטיילן וויל איך אויך שרייבען

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 5:03 pm
דורך ירמי'
איך וויל נאך אריין כאפן איידער די מקום פארשליסט אירע טויערן פאר אייביג.... אלס א לאנגיעריגע ליינער איז דאס א ווייטאג אז מען וועט שוין נישט האבן פרישע דברי חכמה פון די חשובע חבירים.

ווי יעדער קוק איך ארויס און האפט אז דאס מקום זאל ווייטער בליען

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 5:05 pm
דורך בנן של קדושים
איך בין א בנשק און איך האב געזען די וואך דעם מסכת בנשק וואס איינער האט דא ארויפגעשטעלט און איך וויל פשוט שרייבן עפעס איבער דעם ענין. פשוט וויבאלד איך לעב אין דעם מצב פיל איך אז איך האב עפעס צוצוגעבן דא.

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 5:06 pm
דורך סמסונג
אין אסאך וועגן זענען מיר געגאנגען, זוכנדיג פאר א טראפ אמת, מיר האבן נישט געקווענקלט פון אריינבייסן אין אים, מיט די דעליקאטעט פון זינד.
מיר האבן נישט געטראפן זיך אליינס, עס האט מער קיין פשט דאס צו לייקענען, די קולטור איז נישט, פאר אונז ווייל אין אונזער הארץ איז פייער.
און איך קליינער, דער לעצטער פון פאלק שטייט דא דערשוידערט און איבערראשט.

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 5:09 pm
דורך געוואלדיג
שלום עליכם ר' [tag]ירמי'[/tag], נישט געזארגט נצח ישראל לא ישקר, דאס פלאץ בלייט אפן.

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 5:44 pm
דורך בן אדם
ויקם דור חדש

נשלח: מוצ"ש מערץ 19, 2016 9:29 pm
דורך דניאל
קיין גרויסע שרייבער בין איך נישט, טאקע דערפאר קום איך אהער דא, זיך צושארפן אביסעל דאס ליינען און שרייבן די אידישע שפראך.

איך גלייך דעמאקראטיע, פרידען, גלייכבארעכטיגקייט, זיין יונעפייד (מאוחד) און געזעץ זאל הערשען.

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 8:48 pm
דורך עפעס אזוי
איך האב מיך איינמאל אנגעשטאלפערט אין דעם פורום, און פין דעמאלטס ליין איך עס גאנץ אפט, איך האב זייער הנאה פון די הויעכע אינטעלאקטורע באשרייבונגען אין די היימישע אטמאספער, איך געהער נישט צי גיין גרויסע חסידות, אין איך בין אויך נישט קיין גרויסע טאלאנטפורע שרייבער, איך קען מיך אויס א שפאר ביסל אויף קאמפיוטערס, אין איך האף זיך צוקענען מיטטילן מיט מיינע ידיעות מיט די גאנצע עולם.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2016 9:05 pm
דורך קל וחומר
איך קום פון אמעריקע, אויפגעצויגן געווארן אין ניו יארק, קאווע שטיבל זעהט אויס צו זיין א פיין מקום, כ'האף צו שרייבן אביסל דא און דארט, מיין פעדער איז היבש באגרעניצט, אבער האפענטליך וועט זיך עס פארברייטערן נאכן וויילן דא גענוג.

כ'קען באשטיין די עולם זאל מיך באגריסן.

כ'ווייס נאכנישט וועגן די לייקס פארמעסט, ממילא דארפט איר נישט פיהלן פארפליכטעט מיר צו לייקן דא, ווי אויך ווייס איך נאכנישט אז מ'דארף גיין צו 'אקטיווע אשכולות' ממילא האט נישט קיין פשט מיר צוריק ענטפערן דא.

זייטס געזונט!

נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 9:49 pm
דורך גלאז קאווע
האמער דעסיידעט זיך איינצושרייבן אויף קאווע שטיבל נאכן זעהן אזויפיל גוטע זאכן, חידושים, נייעס, מילתא דבדיחותא, צימעס, וכו׳.. און ספעציעל נאכן זעהן אז קאווע שטיבל האט געהאלטן כמעט ביי קבורה און איז צירוק נולד געווארן, האמער מחליט געווען אז עס איז צייט זיך איינצושרייבן.

נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:05 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גלאז קאווע האט געשריבן:האמער דעסיידעט זיך איינצושרייבן אויף קאווע שטיבל נאכן זעהן אזויפיל גוטע זאכן, חידושים, נייעס, מילתא דבדיחותא, צימעס, וכו׳.. און ספעציעל נאכן זעהן אז קאווע שטיבל האט געהאלטן כמעט ביי קבורה און איז צירוק נולד געווארן, האמער מחליט געווען אז עס איז צייט זיך איינצושרייבן.

האסט א זכיה, מהאט אמאל נישט געלאסט א ניק מיטן נאמען ״קאווע״ חוץ [tag]קאווע טרינעקער[/tag]

נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:24 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס אז דער נייער קעניג האט מבטל געווען אלע גזירות רעות פון די פריערדיגע מלוכה... ויקם דור חדש אשר לא ידע את יוסף ;)

נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:31 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס טאקע פשט?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:45 pm
דורך קל וחומר
ברענג דיין טרעידמארק צום טיש, דאן וועלן מיר דן זיין.

נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:58 pm
דורך גלאז קאווע
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס טאקע פשט?


זעהט אויס אז 24 שעה איז אריבער און די וועלט איז בעסער געווארן..

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2016 11:46 pm
דורך שטילע אינגערמאן
גלאז קאווע האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס טאקע פשט?


זעהט אויס אז 24 שעה איז אריבער און די וועלט איז בעסער געווארן..

די מיינסט מסתמא ערגער געווארן

נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 12:27 pm
דורך ארי נוהם
איך ליין שוין א שטיק צייט די אינטרעסאנטע נייע אין קאווע שטיבל, און צומאל קלער איך אז איך וואלט געהאט אסאך נוצן פון לאזן הערן מיינע געדאנקען - וואס ווערן דערשטיקט אינעם אלגעמיינער גאס. נאך א לענגערע וויילע, הגעתי להחלטה הנבונה, אז איך זאל מיך איינשרייבן, און אפשר וועט מיין געשריי דערהערט ווערן בתוך שאר נדחקי ישראל.

נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 12:28 pm
דורך זבולון
איך בין א מיטל-יעריגער יונגערמאן, איך געהער אויפציעל צו איינס פון די באבאווער הויפן, מיין אינטערעסן זענען אין פארשידנארטיגע נושאים, כי רבים הם ואי אפשר לפורטם.
איך האף צו לייענען, לייקן, און שרייבן דא להנאתי והנאת הציבור.

נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 3:51 pm
דורך געוואלדיג
זבולון האט געשריבן: איך געהער אויפציעל צו איינס פון די באבאווער הויפן,


אאוטש, אנגעהויבן מיטן לינקן פיס, עס איז עפעס דא צוויי באבובער הויפן? :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2016 7:02 pm
דורך מיר'ער בחור
איך בין אויפגעוואקסען אין בארא פארק ווי איך וואוין נאך אלץ אבער כהיום בין איך רוב יאר אין ירושלים אין ישיבה ווען ס'איז געקומען מיך צו שיקען אין ישיבה גדולה בין איך אריין אין די ישיבה פון די קהילה ווי איך באלאנג