בלאט 55 פון 110

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 1:55 pm
דורך Kool man
איז ער געוועזען אין פיל-באב קאנטרי, א דיקליכער יוד??

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 3:55 pm
דורך [NAMELESS]
איינער פון די ברידער איז אמאל געוועל כמעט אויף יענע וועלט, ווען א ציגעל איז אים געםאלען און קאפ ביי א קאנסטרוקשען סייט. איז עס ער?

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 4:38 pm
דורך א איד
נעכטן איז אוועק הרב שמעון אברהם גרינפעלד ע״ה רב דקהל סעמיהאלי און ב״ב, ער איז אוועק פון יענע מעשה און ער איז געווען די לעצטע פאר חדשים און אמעריקע פאר טריעטמענטס, און ער איז דא אוועק.

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 7:52 pm
דורך קאסטנער
Kool man האט געשריבן:איז ער געוועזען אין פיל-באב קאנטרי, א דיקליכער יוד??

היא הוא

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:43 am
דורך Kool man
שכויעח הרב קאסטנער, כ'אב שוין געהערט אז ס'איז ער, איך קען נישט גלייבען! אזא איש החסד, א לב טוב נישט צו גלייבען!
ס'ערשטע מאהל כ'אב איהם געזעהן אין מנחה עריע אויפען וועג צו קאנטרי, כ'אב איהם געפרעגט צו ער האט פלאץ ביז מאנטיסעלא, האט ער געזאגט ער איז פוהל מיט פאסאנזשירען, אפאהר מינוט שפעטער האט ער מיך אויפגעזוכט און געזאגט אז ער האט געמאכט א מיסטעיק, ער האט יא פלאץ, איך גיי מיט איהם צו זיין מיני ווען, ער האט שוין געהאט דארטען אריינגעקוועטשט צוויי קאפעלס מיט בעיביס, און ער האט זעכער געמאכט צו קוועטשען אהער און אהין ביז ס'יז געווארען פלאץ פאר מיר, נאכען אונהייבען פארען פרעגט ער מיך וואו איך דארף גיין, זאג איך איהם פונקטליך וואו אין מאנטיסעלא, אקעי פיין, ער פאהרט טאקע נישט אוי ווייט פון דארט, [זיינע פאסאנזשירען האבען זיך שטיל צעלאכט ווכן ער'ט עס געזאגט], פארען אראפשטייגען פרעג איך איהם אין וועלכע קאנטרי ער איז, זאגט ער אין 'פיל באב, נישט ווייט פון דא', [גאנץ ווייט, ערגעץ אין פאללסבורג] האב איך געזעהן אז ער איז ארויס א ריזיגע שטרעקע ספעשעל פאר מיר, א ווילד פרעמדע מענטש, כ'אב איהם פארגעהאלטען, האט ער געזאט ער'ט נישט געקענט לאזען א יוד ביינאכט אין מנחה עירע,
נ.ב. פארענדיג האט איך אויסגעפינען אז די קאפעלס אין קאר זענען געוועזען פרעמדע, נישט זיינע קינדער, און ווען ער ענדיגט אויסטיילען שבת פעקלעך ליל שישי לאזט ער זיך ארויס אין קאנטרי, קיינמאהל נישט ליידיג, שטענדיג מיט פאסאזשירען, און אזוי גערען

איך בין צושוידערט אויף אזא פארלוסט, יהי זכרו ברוך!

חסד שבחסד

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:44 pm
דורך אהבת ישראל
שאול יחזקאל ע"ה..איז געווען א גאון אין חסד ..אויסגעטראפען אלע מינע פאטענטען ווי מען קען א טובה טוהן א יוד...איך האב געאערט פין א חושבער רב וואס איז נאנט געווען מיט אים...אז אין געוויסע תקופות פלעגט ער ווען עס האט זיך געמאכט א שווערער וועטער שניי רעגען פארטאגס שעות פלעגט ער אויפשטיין דריי פיר פארטאגס ...אין ארום קורסירן דיע וויליאמסבורגער גאסען מיט זיין קאר...אין ווען ער האט דרזען ערגעץ א יודיש קינד אים גלייך אבגעשטעלט אין גאפערט א רייד אהיים אדער גאר שוין צים שול ווי יענער איז געווען אינטרוועגנס..אין דרנאך זיך צוריק אראפגלייגט זיין זעקעל ביינער משלים זיין דעם חסרון השינה עס איז פשוט נישט בגרייפבאר די השגות פין דעם צדיק ר שאול יחזקאל ז"ל ..אויך ארום געפארען טיילן פאר יודישע קינדער שבת פעקלעך...לך השם הצדקה ולנו בושת הפנים....טיישט דער אמרי בינה פין ביאלה זי"ע לך השם הצדקה ..פאר זיך נעמט השי"ת אוועק זיינע צדיקים.ולנו בושת הפנים אין אונז לאזט איר איבער מיט פאשעמטע פנימער....מי יתן לנו תמורתו

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:42 pm
דורך געוואלדיג
זלאטשובער רבי זיע"א איז אוועק

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
ר' יוסף קאהן ע''ה

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:ר' יוסף קאהן ע''ה

ברוך דיין האמת. ווען?... איך האב געלערנט מיט איהם אין ישיבה...!
זיין עלטערער ברודער, להבחל"ח הרב הצדיק ר' אברהם הכהן קאהן, איז דער בארימטער מוהל און אויסצאלער פון ברית'ן פאר מענטשן ועלכע זענען נישט ביכולת, פינאנציעל. ער לערנט אויך טעגליך שיעורים פארטאגס און דאוונט וותיקין...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:33 pm
דורך קאסטנער
[quote]
זיין עלטערער ברודער, להבחל"ח הרב הצדיק ר' אברהם הכהן קאהן, איז דער בארימטער מוהל און אויסצאלער פון ברית'ן פאר מענטשן ועלכע זענען נישט ביכולת, פינאנציעל. ער לערנט אויך טעגליך שיעורים פארטאגס און דאוונט וותיקין...![quote]

דער וואס איז געווען באשריבן אינעם מאמענט אויסגאבע פרשת ויחי

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:45 pm
דורך [NAMELESS]
בצער רב, ברוך דיין האמת, ר אברהם מארקאוויטש ע"ה הלך לעולמו אחר שסבל יסורים נוראים, יהא זכרו ברוך. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

(פיקטשער: דער וואס זיצט מיט די שווארצע בארד)

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:22 pm
דורך chusid
שמואל דוד'ס ברידער?

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 8:17 pm
דורך elter-zeide
chusid האט געשריבן:שמואל דוד'ס ברידער?

נייו! נישט ר' שמואל דוד'ס ברידער, ער איז א זין פון הישיש רב יוסף מאיר מארקאוויטש נ"י, פון ווילימסבורג

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
קאסטנער האט געשריבן:
זיין עלטערער ברודער, להבחל"ח הרב הצדיק ר' אברהם הכהן קאהן, איז דער בארימטער מוהל און אויסצאלער פון ברית'ן פאר מענטשן ועלכע זענען נישט ביכולת, פינאנציעל. ער לערנט אויך טעגליך שיעורים פארטאגס און דאוונט וותיקין...!

דער וואס איז געווען באשריבן אינעם מאמענט אויסגאבע פרשת ויחי

קאסטנער:...יא...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:08 pm
דורך ונבנתה העיר
אין ארץ הקודש איז נפטר געווארן הרב מרדכי שמואל אשכנזי ז"ל, רב פון כפר חב"ד פאר פערציג יאהר.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 7:19 pm
דורך [NAMELESS]
בד"ה הרה"ח ר' משולם זלמן הכהן גלאנץ ז"ל, 95

נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 8:01 pm
דורך [NAMELESS]
@SatmarHQ: BDH: Hrhc"h Hayushish Hershel Markowitz (92yr WB ) Levaya 9:30 Bihm"d Beis Rabbiny 500 Bedford, on the way to old Chelka of KY Bihc"h.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 8:54 pm
דורך וויליאמסבורגער
ביי די טעגליכע שיעור אין רבינ'ס ביהמ"ד 500 בעדפארד עוו. ווערט געזעהן פון רעכטס: ר' הערשל מארקאוויטש ז"ל, ר' פישל פריעדמאן ז"ל, להבחל"ח ר' שלום אייזיקאוויטש שליט"א, ר' שלום גאלדבערגער ז"ל, אחיו ר' בערל שליט"א, ר' שמואל זאב פריעדמאן ז"ל, ר' יושע מארמארשטיין שליט"א; ביים וואנט: ר' רפאל כהנא שליט"א.

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
בד"ה הרה''ח ר' יעקב הערש מאשקאוויטש אין יונגען עלטער פון 60 יאר

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:25 pm
דורך פליקער
ראשעקאל האט געשריבן:בד"ה הרה''ח ר' יעקב הערש מאשקאוויטש אין יונגען עלטער פון 60 יאר

וויי ווער איז דאס ביטע

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:41 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:57 pm
דורך שמעון וואלף
איז ער אפשר געווען א שטיקל טוען ביי דין תורות?

נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:16 pm
דורך א איד
פון וואס איז ער אוועק?
נעבעך אזוי יונג.