בלאט 55 פון 213
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:00 am
דורך אליצפן
שמעקעדיג האט געשריבן:וואלסט פארגינען אזא סארט גיהנם פאר אייכמאן ימ״ש?
נאכאמאל דאס וואס אונז פארשטייען אז אייכמאן דארף א פיינע ווארעמע גהינם איז נאר ווייל אזוי האט השי''ת אריינגעלייגט ביי מענטשן אין קאפ. לו יהא אז אונז ווערמיר באשאפן מיט א גאנץ אנדערע הילוך מחשבה וואלטן מיר אנדערש געטראכט, דער אייבערשטער קאן דאך אלעס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:01 am
דורך רויטע וואנצעס
שער הגמול פונעם רמב"ן איז זייער קלאר מסביר די גאנצע געשעפט. די עיקר פוינט פון גהנים איז נישט נקמה אדער עונש וואס אונז פארשטייען אלץ עונש. די פוינט איז אז יעדע נשמה איז א חלק אלוקי וואס דארף זיכוך צו ווערן פאראייניגט. זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים. וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים. אונז ווייסן נישט באמת וואס דארט טוט זיך. ואידך זול גמור ס'איז א לאנגע מעשה עיי"ש.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:02 am
דורך אליצפן
משה געציל האט געשריבן:אז ער איז א כל יכול איז בכלל נישט שייך צו פראבירן צו פארשטיין. א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.
וואס טייטש ס'נישט שייך צו פארשטיין? אויסער דער באקאנטער פאראדאקס צו דער אייבערשטער קען באשאפן א שטיין וואס ער אליין קען נישט אויפהייבן, האב איך נישט געהערט קיין שום ערנסטער קשיות אויפן מושג כל יכול.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:05 am
דורך יואב
אינעם
http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/171804/ איז געוועזן אן אינטערסאנטע כמעט מעשה שהיה, איבער די גוטע-שלעכטע צושטאנד אינעם גהינם, ווערסעס די גן עדן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:06 am
דורך [NAMELESS]
מיר גייען האבן זייער אסאך סופרייזעס ביי די מאה ועשרים ואחד, גיהנום איז אויך איינע פון זיי.
מעגליך אז די סורפרייז וועט זיין אז עס וועלן נישט זיין קיין שום סופרייזעס, ווייל שטיינער און קערפערס לעבן נישט מיט נישט קיין סורפרייזעס.
אבער עס איז ווערט צו ציטירן מארק טווין'ס ציטאט אז ער וויל גיין אין "גן עדן, צוליב די קלימאט, אין גיהנום צוליב די געזעלשאפט".
קוקט אן, אין גן עדן דרימלען אסאך מסירות נפש אידן, ווען דער ישמח משה זאגט דעם באקאנטן דרשה, איך שטעל מיר פאר אז די ניגון דערפון איז בערך ווי דעם רבי'נס אומבאטעמטע תנועה (אין וועלכע צאן מרעיתו זעהט אסאך חן, אבער צווישן אונז גערעדט, סע'סאקט)
אין גיהנום זענען אלע לצים, טשילערס, זינדיגער, קאמעדיעןס, און עס טוט זיך דארטן אויף טישן און אויף בענק, וואודי אלען פארהערט זיך דארטן מיט סאשא בעראן כהן, און יו האפנער מיט זיינע ששים גבורות בראטן דארטן, ברוך גאלדשטיין פארהערט זיך דארטן מיט נועם כומסקי און דיקאפריא טרעפט זיך ווידער מיט בר רפאלי, עפרה חזה זינגט און דזשאן קארלין שעלט, אלזא ווי ווילן מיר באמת גיין?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:07 am
דורך משה געציל
אליצפן האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:אז ער איז א כל יכול איז בכלל נישט שייך צו פראבירן צו פארשטיין. א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.
וואס טייטש ס'נישט שייך צו פארשטיין? אויסער דער באקאנטער פאראדאקס צו דער אייבערשטער קען באשאפן א שטיין וואס ער אליין קען נישט אויפהייבן, האב איך נישט געהערט קיין שום ערנסטער קשיות אויפן מושג כל יכול.
אז ער איז א כל יכול איז פשט אז ער נישט מוגבל צו קיין שום גיבולים, נישט קיין מציאות'דיגע ווי באשאפען א יש מאין. און נישט קיין לאגישע ווי פראבירן צו פארשטיין זיינע חשבונות.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:08 am
דורך אליצפן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שער הגמול פונעם רמב"ן איז זייער קלאר מסביר די גאנצע געשעפט. די עיקר פוינט פון גהנים איז נישט נקמה אדער עונש וואס אונז פארשטייען אלץ עונש. די פוינט איז אז יעדע נשמה איז א חלק אלוקי וואס דארף זיכוך צו ווערן פאראייניגט. . וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים. אונז ווייסן נישט באמת וואס דארט טוט זיך. ואידך זול גמור ס'איז א לאנגע מעשה עיי"ש.
נא דאס איז דאך וואס אונז מוטשענען זיך דא צו פארשטיין, אויב זוכט כביכול נישט קיין נקמה מיט קיין עונשים, וואלט ער דאך אלס כל יכול געדארפט קענען מאכן אז דער זיכוך זאל קומען דורך גוטס און נישט דורך פייער אדער שרעקעדיגע נחשים וכדו' כמבואר בראשית חכמה.
בכלל ווי קען מען זאגן ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''? דער הקב''ה איז בעה''ב און ער קען מאכן אז זיכוך זאל קומען אויף וועלכער וועג ס'שמעקט אים נאר. וכי יש מי שיאמר לו מה לעשות?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:10 am
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:מיר גייען האבן זייער אסאך סופרייזעס, גיהנום איז אויך איינע פון זיי.
מעגליך אז די סורפרייז וועט זיין אז עס וועלן נישט זיין קיין שום סופרייזעס, ווייל שטיינער און קערפערס לעבן נישט איבער נישט קיין סורפרייזעס.
אבער עס איז ווערט צו ציטירן מארק טווין'ס ציטאט אז ער וויל גיין אין "גן עדן, צוליב די קלימאט, אין גיהנום צוליב די געזעלשאפט".
קוקט אן, אין גן עדן זאגט דאך דער ישמח משה דעם באקאנטן דרשה, איך שטעל מיר פאר אז די ניגון דערפון איז בערך ווי דעם רבי'נס אומבאטעמטע תנועה (אין וועלכע צאן מרעיתו זעהט אסאך חן)
אין גיהנום זענען אלע לצים, טשילערס, זינדיגער, קאמעדיעןס, און עס טוט זיך דארטן אויף טישן און אויף בענק, וואודי אלען פארהערט זיך דארטן מיט סאשא בעראן כהן, און יו האפנער מיט זיינע ששים גבורות בראטן דארטן, ברוך גאלדשטיין פארהערט זיך דארטן מיט נועם כומסקי און דיקאפריא טרעפט זיך ווידער מיט בר רפאלי, עפרה חזה זינגט און דזשאן קארלין שעלט, אלזא ווי ווילן מיר באמת גיין?
נע, וואס פארשטייט דער מארק צו א שבת הגדול דרשה אויפ'ן פילן מאגן, א בלאט גמרא שבת פאר'ן דאווענען, א גלעזעל שנאפס ביים ליינען... גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:14 am
דורך אליצפן
משה געציל האט געשריבן: א גאט וואס מען קען מסביר זיין איז נישט קיין גאט.
דו רעדסט אזוי ברייט וועגן גאט כאילו עס דרייען זיך געטער אויף די גאסן. ס'איז אזוי ווי איך דריק זיך אסאך מאל אויס, א קאווע וואס האט נישט קיין צוקער איז קיין קאווע נישט..
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:16 am
דורך משה געציל
סליחה, האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, דאכט זיך אז איך האב אמאל געהערט בזה"ל בשם ר' אביגדור מיללער זצ"ל.
למעשה?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:17 am
דורך [NAMELESS]
משה געציל האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:מיר גייען האבן זייער אסאך סופרייזעס, גיהנום איז אויך איינע פון זיי.
מעגליך אז די סורפרייז וועט זיין אז עס וועלן נישט זיין קיין שום סופרייזעס, ווייל שטיינער און קערפערס לעבן נישט איבער נישט קיין סורפרייזעס.
אבער עס איז ווערט צו ציטירן מארק טווין'ס ציטאט אז ער וויל גיין אין "גן עדן, צוליב די קלימאט, אין גיהנום צוליב די געזעלשאפט".
קוקט אן, אין גן עדן זאגט דאך דער ישמח משה דעם באקאנטן דרשה, איך שטעל מיר פאר אז די ניגון דערפון איז בערך ווי דעם רבי'נס אומבאטעמטע תנועה (אין וועלכע צאן מרעיתו זעהט אסאך חן)
אין גיהנום זענען אלע לצים, טשילערס, זינדיגער, קאמעדיעןס, און עס טוט זיך דארטן אויף טישן און אויף בענק, וואודי אלען פארהערט זיך דארטן מיט סאשא בעראן כהן, און יו האפנער מיט זיינע ששים גבורות בראטן דארטן, ברוך גאלדשטיין פארהערט זיך דארטן מיט נועם כומסקי און דיקאפריא טרעפט זיך ווידער מיט בר רפאלי, עפרה חזה זינגט און דזשאן קארלין שעלט, אלזא ווי ווילן מיר באמת גיין?
נע, וואס פארשטייט דער מארק צו א שבת הגדול דרשה אויפ'ן פילן מאגן, א בלאט גמרא שבת פאר'ן דאווענען, א גלעזעל שנאפס ביים ליינען... גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
צעלייגער, גויאישע תאוות האסטו אמאל פרובירט? א טריסאם פון האטיס אין א יאכט, נאך בקר ויין משובח, האסטו שוין אסאך מאל פרובירט?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:20 am
דורך רויטע וואנצעס
אליצפן האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:שער הגמול פונעם רמב"ן איז זייער קלאר מסביר די גאנצע געשעפט. די עיקר פוינט פון גהנים איז נישט נקמה אדער עונש וואס אונז פארשטייען אלץ עונש. די פוינט איז אז יעדע נשמה איז א חלק אלוקי וואס דארף זיכוך צו ווערן פאראייניגט. . וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים. אונז ווייסן נישט באמת וואס דארט טוט זיך. ואידך זול גמור ס'איז א לאנגע מעשה עיי"ש.
נא דאס איז דאך וואס אונז מוטשענען זיך דא צו פארשטיין, אויב זוכט כביכול נישט קיין נקמה מיט קיין עונשים, וואלט ער דאך אלס כל יכול געדארפט קענען מאכן אז דער זיכוך זאל קומען דורך גוטס און נישט דורך פייער אדער שרעקעדיגע נחשים וכדו' כמבואר בראשית חכמה.
בכלל ווי קען מען זאגן ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''? דער הקב''ה איז בעה''ב און ער קען מאכן אז זיכוך זאל קומען אויף וועלכער וועג ס'שמעקט אים נאר. וכי יש מי שיאמר לו מה לעשות?
צו דיין ערשטע שאלה האב איך שוין גשריבען: "וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים". אונז ווייסמיר טאקע נישט צו מ'באקומט יסורים. אפשר באקומט מען א שויער מיט א מעסאזש. מיין פוינט: אונז ווייסן נישט וואס טייטשט יסורים אין א עולם רוחני.
צו דיין צווייטע שאלה האב איך שוין געשריבן: ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''. דאס הייסט אויפן מהלך פון הקב"ה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:21 am
דורך רויטע וואנצעס
אליבא דאמת האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:. זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים.
ווער האט געמאכט אז עס זאל אזוי קומען??
הקב"ה. ס'איז איינע פון די 13 אני מאמין'ס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:21 am
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:מיר גייען האבן זייער אסאך סופרייזעס, גיהנום איז אויך איינע פון זיי.
מעגליך אז די סורפרייז וועט זיין אז עס וועלן נישט זיין קיין שום סופרייזעס, ווייל שטיינער און קערפערס לעבן נישט איבער נישט קיין סורפרייזעס.
אבער עס איז ווערט צו ציטירן מארק טווין'ס ציטאט אז ער וויל גיין אין "גן עדן, צוליב די קלימאט, אין גיהנום צוליב די געזעלשאפט".
קוקט אן, אין גן עדן זאגט דאך דער ישמח משה דעם באקאנטן דרשה, איך שטעל מיר פאר אז די ניגון דערפון איז בערך ווי דעם רבי'נס אומבאטעמטע תנועה (אין וועלכע צאן מרעיתו זעהט אסאך חן)
אין גיהנום זענען אלע לצים, טשילערס, זינדיגער, קאמעדיעןס, און עס טוט זיך דארטן אויף טישן און אויף בענק, וואודי אלען פארהערט זיך דארטן מיט סאשא בעראן כהן, און יו האפנער מיט זיינע ששים גבורות בראטן דארטן, ברוך גאלדשטיין פארהערט זיך דארטן מיט נועם כומסקי און דיקאפריא טרעפט זיך ווידער מיט בר רפאלי, עפרה חזה זינגט און דזשאן קארלין שעלט, אלזא ווי ווילן מיר באמת גיין?
נע, וואס פארשטייט דער מארק צו א שבת הגדול דרשה אויפ'ן פילן מאגן, א בלאט גמרא שבת פאר'ן דאווענען, א גלעזעל שנאפס ביים ליינען... גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
צעלייגער, גויאישע תאוות האסטו אמאל פרובירט? א טריסאם פון האטיס אין א יאכט, נאך בקר ויין משובח, האסטו שוין אסאך מאל פרובירט?
פויא! שטיסל מאקסימאם...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:26 am
דורך ונבנתה העיר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:26 am
דורך [NAMELESS]
משה געציל: די אידישע גילט לאזט דיר נישט, די ניצוץ הקדוש נאגט אז די זאלסט נישט קענען הנאה האבן....... אוי ביסט א צדיק!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:29 am
דורך רויטע וואנצעס
נע, איך מיין ער קען עס פשוט נישט עפארדן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:29 am
דורך משה געציל
אה... ב"ה, איך האב נאך דעם פינטל... איינער האט מיר פריער באזונגען אז איך רעד ווי אן אפיקורס... ניחמתנו...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:30 am
דורך אליצפן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:צו דיין ערשטע שאלה האב איך שוין גשריבען: "וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים". אונז ווייסמיר טאקע נישט צו מ'באקומט יסורים. אפשר באקומט מען א שויער מיט א מעסאזש. מיין פוינט: אונז ווייסן נישט וואס טייטשט יסורים אין א עולם רוחני.
צו דיין צווייטע שאלה האב איך שוין געשריבן: ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''. דאס הייסט אויפן מהלך פון הקב"ה.
בקיצור דו ביסט מסכים אז הייפאטעטיש איז מעגליך אז דער זיכוך פון גהינום איז גאר א געשמאקער זאך? מי יודע אפשר לוינט זיך אפילו אנצוקומען דארט.
למעשה שטימט דאך אז ס'זאל זיין אזוי, ווייל דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב לכל און אויב קען ער אלס כל יכול מאכן אז דער גהינם זאל זיין גאר געשמאק אין באטעמ'ט פארוואס זאלן מיר נישט אננעמען אז ער טוט טאקע אזוי?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:34 am
דורך יואב
קופי, מדי דברו בו, האב איך זיך טאקע אונטערגעהערט א שמועס צווישן עטליכע ערלים די וואך. זיי זענען ביזי געווען דרשנן, "זאלן די אידן וויסן די תאווה פון בועל זיין א פראש דעצעמבער דעם פינף אין צוואנציגסטן הארט פארן עלות, נאכן עסן חזיר פלייש געקאכט אין מילעכיגע נעגל וואסער, וואלטן זיי שוין לאנג געדראפט זייער רעליגיע". כ'האב דאן באקומען הרהורים צו די גוים וואלטן זיך טאקע מגייר געוועזן פאר א דארנעשטאג אן תחנון. שוין, מעשה ייצר. כ'פראביר מסיח דעת זיין, אבער...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:34 am
דורך רויטע וואנצעס
.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:35 am
דורך רויטע וואנצעס
אליצפן האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:צו דיין ערשטע שאלה האב איך שוין גשריבען: "וואס אונז האלטן אלץ גהנים איז גשמיות'דיגע משוגים". אונז ווייסמיר טאקע נישט צו מ'באקומט יסורים. אפשר באקומט מען א שויער מיט א מעסאזש. מיין פוינט: אונז ווייסן נישט וואס טייטשט יסורים אין א עולם רוחני.
צו דיין צווייטע שאלה האב איך שוין געשריבן: ''זיכוך קומט נאר אויפן מהלך אין גהנים''. דאס הייסט אויפן מהלך פון הקב"ה.
בקיצור דו ביסט מסכים אז הייפאטעטיש איז מעגליך אז דער זיכוך פון גהינום איז גאר א געשמאקער זאך? מי יודע אפשר לוינט זיך אפילו אנצוקומען דארט.
למעשה שטימט דאך אז ס'זאל זיין אזוי, ווייל דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב לכל און אויב קען ער אלס כל יכול מאכן אז דער גהינם זאל זיין גאר געשמאק אין באטעמ'ט פארוואס זאלן מיר נישט אננעמען אז ער טוט טאקע אזוי?
אזוי סאך ווייס איך יא, אז ס'איז עפעס א אנדערע סארט יסורים. יסורים פון א עולם רוחני ווי ס'איז נישט דא עולם, שנה, נפש. אונזער נשמות זענען בעולם הזה מוגבל דורך אונזער גשמיות'דיגע מוחות וואס איז מוגבל דורכן גוף, ממילא איז נישט מעגליך פאר אונז צו קריכן העכער אין הבנה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:40 am
דורך אליצפן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
אזוי סאך ווייס איך יא, אז ס'איז עפעס א אנדערע סארט יסורים. יסורים פון א עולם רוחני ווי ס'איז נישט דא עולם, שנה, נפש. אונזער נשמות זענען בעולם הזה מוגבל דורך אונזער גשמיות'דיגע מוחות וואס איז מוגבל דורכן גוף, ממילא איז נישט מעגליך פאר אונז צו קריכן העכער אין הבנה.
נעה מיר האט מען אייביג געזאגט אז דער סארט גערעדאכץ אז ס'איז עפעס 'א העכערע' מין פייער/יסורים איז נאר געמאכט צו ברואיגן דעם געוויסנביסן. למעשה קוקט מען אריין אין ראשית חכמה ועוד זעהט מען אז ס'איז אן אלטמאדישע פייער מיט פייערדיג נחשים ועקרבים וכו' וכדו', עכ''פ ס'זעט נישט אויס צו זיין עפעס צופיל העכערס.