בלאט 55 פון 179
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 1:35 am
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:זיצט זיך אזוי אן עלטערער באטשי (זייטס מיר נישט חושד, עס איז געווען מיין ידיד, נישט מיר) אויף א מאנסי טרעילס באס, און יעדע מינוט הייבט ער זיך אויף און גייט צו צום דרייווער און געבט אים איין ניס, נאך פופצען צוואנציג ניסלעך ווערט די דרייווער נערוועז און פרעגט אים, רבי באטשי, ממה נפשך, ווילסטו מיר געבן דיינע ניסלעך, דאן געב עס אויף איין מאל, ווילסטו נישט געבן, פארוואס קומסטו געבן יעדע מינוט נאך איינס? ענטפערט אים די באטשי, איז אזוי, בעצם וואלט איך עס אליינס אויפגעגעסן, נאר וואס זאל איך טון אז איך האב פארגעסן מיינע צענער אונדערהעים, איז די טשאקאלאד וואס קען איך אלעינס אפלעקען, כאטש דאס נעם איך פאר מיר, ווידעראום די ניס אליינס וואס בלייבט איבער איז דאך א שאד אוועקצו ווארפן, געב איך עס פאר דיר יעדע איינס, ווען איך ענדיג עס אפלעקען.
יענער פויגעל האט געשריבן:גוט גוט
אבער מער עס איך נישט קיין ניסעלעך

שאווערגוי וואס ביסטע, זייט דעמאלטס עס איך ניסלעך, נאר וואס איז פון זיין שריים, ווייל עפעס טשאקאלאד בלייבט דאך זיכער איבער!
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:51 am
דורך [NAMELESS]
א סאטמערע חסיד איז אריין מיט א קוויטל צום ר' מרדכי דוד מ'באבוב, פרעגט ער אים מאי האי? ענטפערט ער אז זיין רבי ר' יואל ז"ל האט געזאגט "א יוד וואס איז דורך א מלחמה און האט א נאמבער אזא יוד זאל מען געבן א קוויטל"
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:23 pm
דורך לך לך
עזריאל האט געשריבן:א סאטמערע חסיד איז אריין מיט א קוויטל צום ר' מרדכי דוד מ'באבוב, פרעגט ער אים מאי האי? ענטפערט ער אז זיין רבי ר' יואל ז"ל האט געזאגט "א יוד וואס איז דורך א מלחמה און האט א נאמבער אזא יוד זאל מען געבן א קוויטל"
האהאהאאאאאאאא................
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:13 pm
דורך לולב
א איד איז אמאל צוגעגאנגען צו א חבר זיינע אין ער גיט אים א זאג
מזל טוב !!! איך הער האסט געוואונען א מיליאן דאלער....
ענטפערט אים יענער.
נישט איינס. נאר צוויי...
נישט איך. מיין ברידער ....
נישט געוואונען. פארלוירן...!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:22 pm
דורך געוואלדיג
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:38 am
דורך lazar
פארוואס איז דא מחלוקת'ן און קריגערייען אין אלע רבי'שע הויפן?
ווייל רבי איז אותיות ריב!
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
lazar האט געשריבן:פארוואס איז דא מחלוקת'ן און קריגערייען אין אלע רבי'שע הויפן?
ווייל רבי איז אותיות ריב!
דאס איז ניט קיין וויץ, דאס איז אין א אמת׳ן.
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 11:47 am
דורך קאמענטירער
א ירושלימער יונגערמאן איז אהיימגעקומען פון כולל מיט שרעקליכע נייעס: די אראבער סטראשענען אז איינס אזייגער ביינאכט גייען זיי שיסען טילים״
זייגער12:55 איז ער אויפגעשטאנען צוזאמען מיט זיין ווייב אין אריינגעלאפען און שוץ צימער מיט די פארשלאפענע קינדער, די מוסקולען שטייף, די אטעם איינגעהאלטען, די אויגען אויפן זייגער, סגייט אדורך איין מינוט נאכען צווייטען, סאיז שוין פינעף מינוט נאך איינס אבער לא דובים ולא יער מהערט נישט קיין פייף און נישט גארנישט,און די נערווען ווערט מער און מער אנגעצויגען געבט זיך דער יונגערמאן א שריי: אזעלעכע אומענטשען ווי לאנג גייען זיי אונז לאזען ווארטען?....
נשלח: מוצ"ש יוני 20, 2015 10:32 pm
דורך BAL TSHIVA
True Story:
A landlord called his tenant to דין תורה
Both of them r from d same chasidus,
D tenant was schlepping around,so d landlord went to complain to the Rabbi that his tenant doesn't wanna come to בית דין.
So d rabbi called d tenant & asked him y he doesn't go to דין תורה,
So he answered " I'm looking for a בית דין where d דיינים are tenants so they should understand me better,and I can't find !!
נישט דא ווער זאל לאכען
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 1:38 am
דורך ונבנתה העיר
היינט זאגט מיר איינער: דו ווייסט, כ'מיין אז די גויים (...) זענען אפשר גערעכט.
גויים?
יא, ווייסט דאך, די אפיקורסים.
איי, 600,000 ביי מתן תורה, פרעגט ער צו זיך אליין, נעה...
און ווער האט באשאפן די וועלט - ציה איך ווייטער דעם שמועס, ספק בשאלה ספק בניחותא.
די וועלט? זאגט יענער, וועמען גייט עס אהן...
ונזכרתי, רא"ז מרגליות איז געווען ביים מונקאטש'ער שליט"א און געמאכט עטיפת הטלית כמנהג העולם צודעקענדיג די אויגן, פרעגט איהם דער רבי, דער זיידע טענה'עט דאך אז ווען דאס וואלט געווען עטיפת הישמעאלים וואלטן זיי געפאלן בבורות שיחין ומערות, וענה, נו, זאלן זיי פאלן...
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 12:33 am
דורך שמעון וואלף
א איד דערציילט אז ער איז געווען ביי מכון יוחסין נאכצופארשן זיין יוחס און ס'האט אים געקאסט הונדרעט צוואנציג טויזענט דאללער!
הונדרעט צוואנציג טויזענט?! פרעג איך אים.
יא, זאגט ער. צוואנציג טויזענט פאר די פארש ארבעט און נאך הונדרעט טויזענט אז זיי זאלן נישט דערציילן וואס זיי האבן אלס געטראפן.
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 8:02 pm
דורך וכדומה..
. דעי שבת הייסט
״שבת חרטה״
ווער ס׳איז אין שטאט האט חרטה פארוואס ער איניש געגאנגען אין קאנטרי, ווער ס׳איז האלב אויסגעפאקט אין א שימעלדיגע באנגעלוי שרייט ״8 אלפים פאר אזא משוגעת???״
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 10:55 pm
דורך שמעון וואלף
שוין אפשר אביסול שפעט, אבער כ'האב עס לעצטענס געהערט, וויל איך עס מיטטיילן דא.
מ'זאגט אז פאר דעם האט דער איד נישט געשריבן אויפ'ן בעל שבט הלוי "פוסק הדור", ווייל זיי האבן נישט געוואלט טשעפענען מיט ר' משה שטערנבוך
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 10:09 pm
דורך ונבנתה העיר
א איד האט געבארגט צעהן טויזנט דאלער, עס קומט צו באצאהלן און ער האט נישט.
אפשר קענסטו מיר עס מוחל זיין?
מוחל זיין? צעהן טויזנט דאלער?
נעה, נישט אויף איין מאהל, צוביסלעך...
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 1:15 pm
דורך היסטאריקער
ערליכע יודן פארפירן אז מ' טאר נישט ציווארפן ר' עזריאל גליק'ס הויז
אלץ צוואת ר׳ יהודה החסיד אז מען טאר נישט ציווארפן א בעקעריי
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 7:31 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אן עלטערע איד קומט צום דאקטער ווייל ער קאן נישט הערען. זאגט איהם דער דאקטער אז עס איז יעצט נישט לאנג ערפינדען געווארען א נייע סארט הערינג עיד מאשינדעל וואס איז מוראדיג קליין און מיט דעם וועט ער קענען הערען 100 פראצענט.
נאך א חודש קומט ער צוריק צום דאקטער פאר א באזוך. און דער דאקטער פרעגט איהם... נו? דיין משפחה מוז זיין זייער צופרידן פון דיין קענען הערען.
זאגט ער ניין זיי ווייסען נישט... איך האב זיי גארנישט געזאגט, איך זיץ און הער זיך צו וואס זיי רעדען און איך האב שוין געטוישט מיין צוואה 5 מאהל.
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 7:38 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א אידל וואס איז געוועהן אין קאנטרי האט געכאפט א שפאציר שבת נאכמיטאג אין וואלד און פלוצלינג באמערקט ער ווי א גרויסען בער לויפט איהם נאך.
ער פאנגט אן צו שרייען... אוי באשעפער ראטעוועט... מאך דעם בער א עהרליכע איד.
און דעם מינוט ממש אפאר פיס פון איהם שטעלעט זיך אפ דער בער. אזוי ווי ער כאפט זיך דעם אטעם הערט ער ווי דער בער זאגט...
הריני אוכל, לא להנאת גופי ח"ו... ברוך אתה השם...
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 11:23 pm
דורך שמעון וואלף
איינער טרעפט זיין חבר וואקן מיט א צעריסענע שירעם. מיכל, ס'רעגנט דאך וואס דרייסטי דיך ארום מיט א צעריסענע שירעם?
מיכל: איך גיי עס נאר אויפטוישן אין בית מדרש.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:40 pm
דורך שמעון וואלף
ק/פ
בשעה שהגיעו המזרחיסטים להקב"ה לקבל את התורה, זעקו החרדים ואמרו: מה למזרחיסט בינינו?
אמר להם הקב"ה: לקבל תורה הוא בא.
אמרו לו רבני בני ברק: חמדה גנוזה יש לך מששת ימי בראשית ואתה מבקש ליתנה למזרחיסט? מה מזרחניק כי תזכרנו, ומה כיפה סרוגה כי תפקדנו! תנה הודך בישיבת פוניבז', יח"ל ורחמיסטריווקא!
אמר להם: תורה זו מה כתיב בה: ששת ימים תעבוד ובשביעי תשבות - כלום מלאכה אתם עושים?
שוב מה כתיב בה: שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור... לא תחסום שור בדישו - כלום חקלאות יש בכם, כלום שוורים יש לכם?
עוד מה כתיב בה: והיה כי תבואו אל הארץ - כלום ציונות יש לכם? וכי ביישוב הארץ אתם עוסקים?
והיה כי תצא למלחמה - כלום לצבא אתם יוצאים?
לא תנאף, לא תחמוד אשת רעך - כלום רעים יש ביניכם? כלום נשי ריעיכם יושבות לצידכם? כלום יצר הרע יש בקרבכם?
מיד הודו ונשתתקו, וניתנה התורה למיזרחיסטים!
נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 6:11 pm
דורך הייסע קאווע
א יונגער לאיער האט זיך געענט א אפיס, געדונגען א צימער'ל ערגעץ ווי און געווארט אויף קונדן, נאך א שטיק צייט זעט ער איינעם אנקומען, נו, מען דארף זיך מאכן וויכטיג, נעמט ער דעם טעלעפון און רעדט אריין: יא איך הער, ס'וועט קאסטן 20,000$ , איך וועל רעדן מיט הויפט שופט, איך קען איהם גוט, וואס? ניין נישט ווייניגער ווי פיציג אלפים, אזוי איז דאס. פון די זייט באטראכט ער דעם נייעם קונד וואס קוקט אויף איהם מיט צושפראלטע אויגן, ער ענדיגט שמועסן: אוקי נאך צווי טעג וועט זיין תשובה מיט גוטע נייעס, פארלאז זיך אויף מיר מיט מיינע קאנעקשן, גרייט נאר צו 20,000$. ער ענדיגט צו רעדן, שרייבט אפ לאנגע זאכן אויף לאנגע גליונות, ענדליך ווענדט ער זיך צום נייעם קליענט: וועלכע פרשה האט דיך געברענגט צו מיר ?? דער קליענט קוקט איהם אן: קיין שום פרשה, איך בין פון די טעלעפאן קאמפעני, איך בין געקומען צו אריינבויען דיין טעלעפאן ליין…
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:04 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער. נאר איך האב איין קשיא. ווי קומט צו א סאקמערע חסיד ווי דו אפילו אויפצוברענגען במחשבה אז דער אייבישטער האט געגעבן די תורה פאר די מזרחי'סטן...?...

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 11:28 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:12 pm
דורך פישערער רבי
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דער דזשאוק איז א גוטער. נאר איך האב איין קשיא. ווי קומט צו א סאקמערע חסיד ווי דו אפילו אויפצוברענגען במחשבה אז דער אייבישטער האט געגעבן די תורה פאר די מזרחי'סטן...?...

וואס פארשטייסטו נישט מ'מיינט בעיקר דער סוף.....