בלאט 55 פון 214

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 6:19 pm
דורך חייקל
איך האלט שוין מיט די קאווע שטיבעל פארום א שטיק צייט און איך באקום א גוטע שפירונג צו זעהן/ליינען פארשידענע מיינונגען אויף אלע ערליי טעמעס און וויאזוי זיי קלארן זיך אויס דורך דיסקוסיע, ווען איינער זאגט אהער און אן אנדערע פארקערט... בכלל האב איך א פארגענוגען צו ווערן באקאנט און וויסענשאפטליך אויף אלע טשיקאווע סוגיות. דעריבער האב איך באשלאסן זיך אנצושליסען אלץ א מיטגליד אין דיע פארום. איבערהויפט בין איך זייער אינטרעסירט אין פאליטיק, וואו איצטע קומט דאך פאר די וויילען, היסטאריע, און געזעלשאפט.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 6:20 pm
דורך שלוימי
נאך א לאנגע צייט מיטהאלטן אלץ א דרויסענדיגער פיל איך מיך שוין באקוועם אריינצוקומען צילייגן מיינע צוויי צענט. אלץ א מענטש וואס האט ליב פרייהייט פיל איך דא אלץ א פאסיגע פלאץ זיך אביסל אויסציליפטערן מיינע געדאנקען.

אהה ווי אלט איך בין ? ערגעץ און די אינגע יארן

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 7:29 pm
דורך וואלווי
שלוימי האט געשריבן:נאך א לאנגע צייט מיטהאלטן אלץ א דרויסענדיגער פיל איך מיך שוין באקוועם אריינצוקומען צילייגן מיינע צוויי צענט. אלץ א מענטש וואס האט ליב פרייהייט פיל איך דא אלץ א פאסיגע פלאץ זיך אביסל אויסציליפטערן מיינע געדאנקען.

אהה ווי אלט איך בין ? ערגעץ און די אינגע יארן


וואס יונגער אלס בעסער. גרינגער צי זוכען די פרייהייט יונגערהייט וי איידער געצוונגענעהייט.
LET FREEDOM RING!

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 11:47 pm
דורך שליסל
בעצם דריי איך מיר שוין דא אין קאווע שטיבעל פאר א היפש לאנגע תקופה אבער ליידער האב איך ביז אהער נישט געהאט קיין טשאנס זיך צו רעגעסטרירן, היינט איז פיינעלי געקומען דער צייט דערצו. האף מיר מערצע שעם אויך צו קענען אביסל צוגעבן צום געשמאקן קרעמעל דא.

נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:10 pm
דורך נעק טיי
א גוטן

צום ערשט וויל איך באדאנקען יעדע שרייבער באזונדער און די הנהלה מקל וחומר, פאר זייערע הערליכע באלערענדע ארבעט, און פאר די צייט און כוח וואס זיי געבן אוועק לטובת הכלל.
קאווע שטיבל איז די לעצט-פארבליבענע ווירטואלע פארום ווי מ'קען שמועסן מיט אחים לדעה, ווי ערוואקסענע מענטשן וואס האבן די שכל און מידות פון אויסהערן יענעם, און צו זיך חולק זיין בדרך כבוד ונימוס.
ב"ה אז שרייבן קומט מיר אן לייכט, פאר א תקופה פלעג איך שרייבן פאר אידישע צייטונגען. מיין יעצטיגע ארבעט ערלויבט מיר ווייניג צייט, אבער איך שפיר ווי איך מוז שרייבן כדי נישט פארלירן מיין געשמאק אינדעם.

איך בין א חסידישע אינגערמאן, בערך 30 יאר אלט, אפאר קינדערלעך און ווייניג שלום בית, איך וואוין אין ברוקלין.

נאכאמאל, א דאנק פארן מיך אננעמען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:49 pm
דורך קל וחומר
מ'זאגט נאך בשם צדיקים, אז די וואס דרייען זיך אין ק"ש ווייסן נישט פון קיין שלום בית פראבלעמען.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:00 pm
דורך אלקנה
א איד פון רמתיים צופים, א מטופל בילדים, זוכט דא עולה רגל זיין כדי צו פארברענגן מיט קאווע שטיבל חברים, על אפם ועל חמתם פון די בני עלי (און ווען די ווייבער ערלויבן).

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:09 pm
דורך מיש-נייעס
איך דורשט נאך די אלע ארטיקלן נייעס היסטאריע און אלע אינטרעסאנטע אשכולות איך קען באשטיין צו האבן א מיינונג און אויך גגעבן א קאמענט א לייק און דאס פארקערטע...!
עס איז זייער רייך עס איז ממש א מים שאין להם סוף וואס מען קען אלס געוואר ווערן וויכטיגע זאכן אין היסטאריע און נייעס וכדומה (איך באצוה מיך צו היסטאריע און נייעס ווייל דאס איז דאס מערסטע וואס ליעבט מיר אבער איך גלייב אז עס איז דאס זעלבע)

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 3:20 pm
דורך איך אויך
העלא אמיגאס.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 3:34 pm
דורך לא ימלט
איך אויך האט געשריבן:העלא אמיגאס.

זייער קורץ און שארף...

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 6:23 pm
דורך Solokokosh
אני הגבר דמתקרייא סולו קאקאש, כוויל האבען דעם זכות און כבוד צו זיין א חלק פון שטיבל און טרינקען קאווע מיט די יינגעלייטלעך דא מידי יום ביומו כמו שכתוב בתורה בנביאים ובכתובים

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:04 pm
דורך נע ס'נישט פאר מיר
איך האב געהערט אז מקען זיך דא אויסלערנען אסאך נייע ידיעות, און וויסענשאפטן, איך בין בערך 35 יאר און איך וואוין אין בארא פארק איך בין א סאטמארן חסיד, איך קען מיך גאנץ גיט אויס אין עולם הנגינה

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:05 pm
דורך avizak
I saw it online I thought is was an interesting way to connect to others, especially those that are chassidish and it will give me a different perspective on life. Also I have read some things from google and I think that it is very interesting and helpful.

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 11:00 pm
דורך diff
-

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 10:43 pm
דורך מייבין
איך ניץ אסאך דעם פארום און איך האב געוואלט האבן א אפשרות זיך מער בניצן מיטן פארום.
ס'איז אויך זייער ענדליך צום פארום פון אתר לדעת וואס דארטן וועט איר מיך קענען א סאך טרעפן
איך האף אז איר וועט הנאה האבן פון מיר און איך פון אייך
ועל זה בא על החתום
מייבין

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 11:58 am
דורך געוואלדיג
שלום עליכם, וויאזוי הייסט איהר אין לדעת?

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 5:10 pm
דורך ריכטיג
ס'איז דא א ניק אויף לדעת "@מייבין", ווארשיינליך ער.

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:59 pm
דורך מ בן יוסף
יש הולכים בדרכים סלולות ויש פורצים לעצמם דרך,
יש שאינם דורכים כי אם בשבילים מסומנים ומוארים, ויש מעיזים לצעוד בשבילים חשוכים, חסרי סימון.
האמיצים שבהם, עושים את עצמם סימן לדרך, אינם נסמכים על הוראות על מפות ועל דרכים,
אלא על סימנים בלבם חקוקים, אותות להם ממרומים, יובילם יוציאם וינהיגם אל חוף מבטחים.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:08 pm
דורך קל וחומר
השם משתמש באנגלית, והתוכן בעברית.
בקיצור, הכל חוץ מאידיש...

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:09 pm
דורך איך אויך
נו ,זה השביל שבחרה לעצמה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווילסט נאך פארשטייען א פרוי'ס קאפ?!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:14 pm
דורך mevakesh
אינטערעסאנט אז מירי הא איז אדוירך אלס א פאסיגער ניק פיהל בעסערע ניקס זענען שוין געפסלט געווארען אלס נישט פאסיג

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:42 pm
דורך קנאקעדיג
נאך א לאנגע צייט וואס איך באזוך שוין דא האב איך מחליט געווען עס איז געקומען די צייט איך זאל זיך איינשרייבען
איך געהער צו די שאפראן קהילה
מיין יארגאנג 31
מיינע אינטערעסען חסידות מוזיק נייעס