יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בד"ה הילד זושא בנציון ליבערמאן
2 יאר אלט
http://t.co/SLqk50iAgZ/s/lhVH
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

פליקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:בד"ה הרה''ח ר' יעקב הערש מאשקאוויטש אין יונגען עלטער פון 60 יאר

וויי ווער איז דאס ביטע

image (2).jpg
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

עפעס די יאר גאנג שטימט נישט מיט די פיקטשער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברוך דיין האמת!!
בצער רב ויגון נפטר הגאון הגדול רבי אברהם אטיק זצוקללה״ה
Cp
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס האט פאסירט??? פלוצלינג???
אן אמת'ע ת"ח א זעלטענע למדן אין דערצו נאך א חסיד,
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

מען האט געטראפן ביי אים יענע מעשה בערך א חודש צוריק
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איז ער דער "אטיק" וואו אלעקסאנדערער בחורים פלעגן רייכענענן אין ארץ ישראל?
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ניין, זיין ברידער ר' מנדל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך דיין האמת: הרה"ח ר' יוסף שמואל בהרב ר' משה ע"ה שטיינמעץ. נפטר געווארן היינט אינדערפריה. נאכדעם וואס ער איז צוזאמגעפאלן פרייטיג צו נאכטס ביי ספינקא רבי'ס טיש/שבע ברכות. ער איז אריין אין קארדיאק ארעסט. פון וואס ער האט זיך שוין נישט ערהוילט. ער איז געווען 66 יאר אלט.
ער האט געדאוונט אין ספינקא 56סטר. ביז עטליכע יאר צוריק, ווען ער האט אוועקגעמופט. נאכדעם געדאוונט און מיטגעהאלטן די טישן פון כ"ק אדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג שליט"א.

ער האט אמאל געארבעט ביי "איצקאוויטש", ע"ה. איך זאג ע"ה ווייל די פירמע איז אונטערגעגאנגען און עקזיסטירט שוין מער נישט. ער איז דארט געווען דער שיפינג מענעדזשער. ער האט דירעקטעד די אנפילונג פון אלע זייערע טראקס, וועלכע זענען געפארן אין אלע גראסעריס איבער אלע שטעט אין די יו.עס.עי.

די לעצטע עטליכע יארן האט ער געארבעט ביי "מיללער'ס" אויף 13טע עוועניו.
ר'איז געווען א שטילער מענטש. און אן איידעלער. ער האט א יעדן אויפגענומען בסבר פנים יפות. ער פלעגט קומען צו מיר אויף די סעודות שבת ויו"ט. זייענדיג אן עלנדער מענטש. ער האט זיך באטייליגט אין אלע מיינע שמחות, און זיך געשפירט ווי א נאנטער מחותן...!

יהא זכרו ברוך... :(
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע אידן, און בפרט פאר זיין ידיד ר' בערל שליט"א, זאל ער זיך מיען דו זאלסט דא קענען פארברענגען צו לאנגע געזונטע נחת'דיגע יארן, און דערלעבן משיח.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

א בילד, ביטע.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך וועל בל"נ זוכן. און איך האף צו געפונען, בעז"ה. ער איז נישט געווען א מענטש וועלכער האט ליעב געהאט צו זיין אין די ספאטלייט...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אז ער האט געארבעט ביי סופר דרייצן איז זעכער דא א בילד פון עים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ער האט נישט געארבעט אין זייער מעין סטאר. נאר אקעיגן איבער. נעקסט דאר צו לאנדא'ס ווייטאמין'ס...מיללער'ס האט עס איבערגענימען ווען די גאלדשטיין'ס זענען ארויס פון ביזנעס...!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ער האט יא געארבעט אין די מעין סטאר א שטיק צייט ער פלעגט צוזאם שטעלן ארדערס
איך האב אסאך געשמועסט מיט אים נאך לעצטע וואך האב איך פארברענגט מיט אים אשטיק צייט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

שליחה דורך יעלה ויבא »

BDH: Levaya of Hrhc"h R' Duvid Levy Zicherman (father of Harbuni R' Volf) tonite 9pm @BM Nanash 210 Division, then to K"Y
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע אידן, און בפרט פאר זיין ידיד ר' בערל שליט"א, זאל ער זיך מיען דו זאלסט דא קענען פארברענגען צו לאנגע געזונטע נחת'דיגע יארן, און דערלעבן משיח.



אמן.....!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעלה ויבא האט געשריבן:BDH: Levaya of Hrhc"h R' Duvid Levy Zicherman (father of Harbuni R' Volf) tonite 9pm @BM Nanash 210 Division, then to K"Y

סליחה, ער האט נאך קינדער, אפשר טאקע נישט אזוי רייך ווי הרה"ג ר' וואלף, אבער ביום המיתה שטייט דאך אין מלוין לו לאדם, לא כסף.. וכו'.
Under influence
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

לית דין בר נש האט געשריבן:ער האט יא געארבעט אין די מעין סטאר א שטיק צייט ער פלעגט צוזאם שטעלן ארדערס
איך האב אסאך געשמועסט מיט אים נאך לעצטע וואך האב איך פארברענגט מיט אים אשטיק צייט


זיין מאמע מיט מרס איצקאוויטש גראסערי זענען געווען שוועסטערס.

ווער געדענקט נאך די אויסגעריבענע לעדעלע ווי זענען געווען אלע געלטער אנשטאט א ראדזשיסטער? קודם פלעגט צו זיצן מיסטער איצקאוויטש, שפעטער די מיסיס.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

הרה''ח ר' שמואל בער גוטליב ז''ל פין די חשובע קלויזנבורגער חסידים
א מוהל מומחה פאר לאנגע יארן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:הרה''ח ר' שמואל בער גוטליב ז''ל פין די חשובע קלויזנבורגער חסידים
א מוהל מומחה פאר לאנגע יארן

כ'זוך נישט סתם אזוי צו נאכקאפירן ארטיקלען, בפרט פון אייוועלט, אבער צוליב די מוסר השכל דערפון וויל איך מהנה זיין אונזערע חברים דא פון אן ארטיקל געשריבן דורך זאלץוואסער אין אייוועלט:

אויסער וואס איך בין שוין יארן מקנא דעם יוד'ס התמדת התורה, האב איך א אינטערסאנטע געשיכטע מיטגעהאלטן אין נאנאשער ביהמ"ד מיט אים.

איך פלעג אסאך זיצן אין נאנאש, מ'האמיר דארט געהאט אין א געוויסע תקופה חברותות, מער פאר ביינאכט, ווי ליל שישי, וכדו', און אויבן (ווער ס'געדענקט נאך נאנאש אין די בראשית יארן, דעם ווייבער שול דיינינגרום) פלעגן זיצן די צוויי תלמידי חכמים מובהקים הרב חיים הלל היללער שליט"א, פון וועם איך האב ב"ה אסאך געלערנט, און פיהל מער (וואס איך וואלט ווען געקענט לערנען פון אים) נישט געלערנט. מיט זיין חברותא הרב בנימין זאב הערשקאוויטש שליט"א. די צוויי פלעגן דארט אפפראווענען די נעכט הויך אויפן קול, און ר' בנימין זאב מיט "רויך אויפן קול". אזוי אז ס'האט זיך געגלוסט צו זיצן דארט.

אמאל אמאל האט זיך געמאכט אז ווען ס'געווען א יומא דפגרא, ווי למשל בין הזמנים וכו' פלעגן מיר דארט זיצן אויך איבערן טאג, צוליב די געוויסע אייגנארטיגקייטן פון דעם פלאץ.

יעדן טאג 1:00 פלעגט זיין א מנין מנחה, צו וועלכן עס פלעגן קומען אלע אלטע אידן. היינטיגע צייטן ווען מ'בארופט זיך אויף עידזשעס, איז עס געווען לכאורה די עידזש פון תרפ"ט אין מונקאטש...

צווישן די אידן איז נעבעך געווען פארשידנס, געווען אזוינע וואס זענען געווען ווארימע חסיד'ישע און תלמידי חכמים, און אויך איז געווען אזוינע אויף וועם מ'האט דערקענט דעם כל זמן שמזקינים אויפן אומבאקוועמען שטייגער. מיר האבן רעספעקטירט יעדן עקסטער וויסנדיג אז זיי קומען נעבעך פון גאר א שווערן יוגנט, נאר אלץ געטראכט, וואס וועלן מיר ענטפערן ווען מיר וועלן זיין אלט, און האפנטליך נישט דורכגיין קיין קריג? ווען א יונגער אייניקל וועט מיר פרעגן א פשוט'ן מחבר, און איך וועל נישט וויסן, וואס וועל איך זאגן? די באבע איז שולדיג???

אלנפאלס פלעגט 12:00 אזייגער שוין אנקומען א טשערעדע מיט אלטע-עידזש זיידעס, און זיך אראפזעצן ביים אפענעם סידור אויפגעמישט ביי וידבר, מ'פלעגט זיך איינער דעם צווייטן אונטערזאגן דעם פעידזש נומער וואו צו מישן, און מאנכע פלעגן ארויפלייגן דעם גראבן פינגער און טייטלען אויפן ו' פון וידבר, אוואו דער מלמד וואלט געשטאנען מיט א קאנטשיק און געהיטן.

איז דאך אבער נאך 12 און דער מנין איז אום איינזע, פלעג מען אזוי מיט די פינגער איינגעשטעקט און דעם בריל אויפן שפיץ נוניע אנהייבן פארפירן א שמועס איבער די דברים העומדים על הפרק, און ביי דעם פרק וואו די אידן האבן געהאלטן איז ע"פ רוב געווען דאקטאריי און פאציענטעריי, מ'פלעגט זיך פארציילן עובדות פון היינט און פון נעכטן, וואס דער דאקטאר האט געראטן, און וואס מ'האט אים געענטפערט, ווער מיט חוצפה און ווער מיט עזות, און ווי אויך מיט געוויסע פחד פון זיין פסק.

דער שמועס פלעגט אנהאלטן גאנצע 59 מינוט אויפן זייגער, ווען פלוצלינג האט דער גרויסער מעשענער וואנט-זייגער געשלאגן איינס זירא זירא, און פלוצלינג ווי א ווינט האט זיך אנגעהויבן א געיעג, נו! נא! וידבר! מ'דארפמער א נייע בעל תפילה, קיינמאל נישט צייטליך, וכו'. מיט כעס און חימה האט זיך געטון דארט אויף טיש און אויף אויסגעריבענע בענק.

מ'האט אפגעדאוונט א מנחה פארן באשעפער, געיאגט און געזאגט (נישט אויסגעלאזט קיין ווערטער, און ביים אריבערמישן למשל אויב האט מען געהאלטן ביי תקע בשופר, און גדול איז שוין געווען אויפן נעקסטן פעידזש, אבער דער אינטערשטער חלק פון סידור איז דאך שוין געווען א צופיל געמישטער, האט א אידל געקענט שטיין און גלעטן דעם בלעטל ביז ער האט ארויסבאקומען א קלארן שופר, כדי נישט טועה צו זיין, און נאר דעמאלס אריבערגעמישט זעהן וואס קומט היינט פאר אויפן צווייטן זייט בלאט. #בכל יום כחדשים)

איין טאג, נאך מנחה, ווען דער עולם פון די עלטערע כיתה האט זיך צוריק געזעצט שוין רואיגער נאכן האבן געענדיגט דעם וויכטיגן טעסק פון דאווענען, און צוריק אריין אין די דיסקוסיעס וואו מ'האט געהאלטן (שטייצעך נאר די וואס האבן נאך געדענקט. ווען נישט האט מען אנעהויבן א פרישן שמועס) שטעלט זיך אויף אונזער חשובער תלמיד חכם הרב גאטליעב ע"ה און קלאפט אויפן טיש...

אלע אויערן זענען געוואנדן צו אים, עס איז נישט זיין שטייגער אריינצורעדן אין די נושאים וואס מ'דיסקוסירט, און אלע אלטע אידן האבן שנעל שטילערהייט אנגעשטעלט די ברילן אויף 90 דעגרי שיעף ארויף זייטיג קיין דרום, נישט צו פארפאסן א מינוט פון דעם אינטערסאנטן עפיזאד.

הרב גאטליעב נעמט זיך זאגן בערך אזוי: "מיינע טייערע חברים. וואס גייט דא פאר מיט אייך? מיר אלע שמעקן שוין פון בית החיים, און מיר האלטן נענטער ווי ווייטער, און אנשטאט זיך צו זעצן לערנען, אדער אויב קען מען נישט לערנען כאטש זיצן און זאגן תהלים א גאנצן טאג, זיצט מען און מ'פארברענגט אין די פארקס. איר שעמט אייך נישט? ווואס וועט איר ענטפערן אויף יענע וועלט? ווער ווייסט ווי לאנג אונז זענען מיר נאך דא? פארברענגט נישט די פאר טעג וואס איר האט נאך מיט שטותים און הבלים! נעמט אפיר א ספר, א גמרא, א תהלים, און טוט וואס איר קענט זיך צו גרייטן צום יום הדין."

וואס קען איך זאגן? וואס זאל איך זאגן? דאס פלאץ האט אויסגעזעהן באמבאדירט. אלע זענען געזעצן נעבעך אראפגעלאזט די קעפ, און מאנכע האבן זיך אונטערגעשליכעצט מיט טרערן נעבעך. דאס הארץ איז מיר אויסגעגאנגען פאר די אידן וואס זענען נעבעך אזויפיל דורך אין לעבן, און דא כאפן זיי אריין ברבים אז מין פסק, און זיי שפירן נישט פאר וויכטיג זיך צו פארענטפערן נאר פארבייגן די קעפ און וויינען, און קלערן, און טראכטן, און ווער ווייסט וואס לויפט דורך אין די מוחות זייערע.

הרב גאטליעב האט זיך צוריקגעזעצט צו זיין טישל אויף וועלכן ער האט פארענדיגט שוין דעמאלס 13 מאל ש"ס, און ווייטער הויך אויפן קול אנגעהויבן לערנען, און אויף די אנדערע זייט שוהל האבן זיך די אידעלעך צוביסלעך ארויסגעשארט פון ביהמ"ד על השטעקן ועל המשענה, און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט. עכ"פ איך האב געמיינט אזוי.

איין אידל איז געבליבן אין ביהמ"ד א גאר בא'חנ'טער אידל, פוהל מיט לעבהאפט, און נעבעך אויך פון די וואס האבן ביי די מלחמה יארן ווען געזאלט זיצן אין ביהמ"ד אין ישיבה, און אזוי ארום געבליבן א גרויסער ע"ה. און דער אידל האט זיך צוגעשארט צו אונזער חברותא און זיך גענומען רעדן אביסל פון הארצן. און דאס איז געווען אוואו א האמער אויף א האק, ממש איך בין ארויס צעשויבערט יענעם טאג, און נישט געוואוסט וואס ערשט צו טוהן.

דער אידל האט זיך גענומען זאגן: יא יא בחור'לעך, וויסן זאלט איר אז ס'איז נעבעך אמת יעדעס ווארט וואס ער זאגט, מיר זענען ליידער אין א גאר שווערן שרעקליכן מצב, נישט לערנען נישט תהלים, נישט גארניש, מ'ווארט מיר דער טאג זאל פארביי גיין. יעדן טאג ווען ס'הייבט זיך אן דער טאג פאנגט זיך אן א שווערע מערכה עס דורך צו שטופן, און ווען דער נאכט פאלט צו קומט די שווערערע מערכה דורכצושטופן שלאפלאזע נעכט, און אזוי גייט אריבער אונזער צייט...

אוי, ווען איך קען ווען צוריקדרייען וואלט איך גענומען א גמרא און זיך דערמיט באהאלטן ערגעץ, און נישט אוועקגעגאנגען דערפון אפי' נישט פאר די וויכטיגסטע מענטשליכע געברויכן! איך וואלט מיך דערפון קיינמאל נישט אוועקגערירט, היינט קען איך א תהלים נישט עפענען, די אויגן שווינדלען מיר פון קוקן, און דער מח פארטראגט מיר נישט קאנצענטראציע! איך געדענק נאך איין מימרא פון די גמרא אין מס' מגילה וואס איך האב געלערנט ביי די 15 יאר, און דאס געדענק איך א גאנץ לעבן (ער האט מיר געזאגט די מימרא אבער איך געדענק עס נישט, עפעס וועגן אחרי רבים להטות מיין איך). הלואי ווען איך געדענק ווען נאך אפאר אזוינע מימרות!...


דער איד האט נעבעך געוויינט אן טרערן, גערעדט גראד פון הארץ אן קיין ציין און ליפן אפהאלט, עס האט זיך געגאסן מרה ווי אויף א זאלץ ברעטל. און מיר האבן מיטגעוויינט מיט אים פארשטייט זיך נאר אינעווייניג. מיר האבן אים מחזק געווען אז ער האט די נומערן אויפן האנט און מיט דעם וועלן זיך אלע טויערן עפענען פאר אים, אבער ער האט געשריגן נעבעך:

וואס האב איך דערפון??? וואס טוה איך יעצט??? איך גיי אויס פאר ליידיגגיין!

עס דערמאנט זיך מיר די שרעק, די אנגסט, די אומעט, און שטארקער רצון וואס האט זיך אין מיר אנגעצינדן מאמענטאל אלע אויף איינמאל, און א פעסטע החלטה אז איך וויל נישט אויסזעהן אזוי, און האפנטליך זיין א זכות פאר די אידן נעבעך אז זיי זאלן אנקומען צו מנוחה נכונה, און די וואס לעבן זאלן האבן לעכטיגע טעג מיט נחת און געזונט...

יהא זכרו ברוך
וירח ה' את ריח הניחוח
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

פשיהא
א מוראדיגע מוסר השכל ארטיקל
יישר כח פארן דא ברענגען דער שטיקל עס כאפט א פחד פאר אונז אלע ווי מיר שטייען ...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פליקער האט געשריבן:און מען פירט זיך אז מען גיבט א לייק, דאן איז מען באוויליגט


;)
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט