בלאט 56 פון 213

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:53 am
דורך רויטע וואנצעס
דאס אז די אייבישטער איז געווען "מוגבל", געארבייט "זעקס" טעג און גערוהט "איינס" פארשטייט מען יא? נאר די תירוץ איז אז מ'דארף אלעס מסביר זיין פאר אונז אויף א גשמיות'דיגע וועג. וואס איז באמת נאר א משל צו די רוחניות'דיגע וועג. ווייל אונז וואלטן נישט פארשטאנען בשעת'ן זיין אין א גוף. די זעלבע אפלייט צו ראשית חכמה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:58 am
דורך אליצפן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דאס אז די אייבישטער איז געווען "מוגבל", געארבייט "זעקס" טעג און גערוהט "איינס" פארשטייט מען יא? נאר די תירוץ איז אז מ'דארף אלעס מסביר זיין פאר אונז אויף א גשמיות'דיגע וועג. וואס איז באמת נאר א משל צו די רוחניות'דיגע וועג. ווייל אונז וואלטן נישט פארשטאנען בשעת'ן זיין אין א גוף. די זעלבע אפלייט צו ראשית חכמה.

נא נא הלוואי שיהא כדבריך. אבער בפשטות קוקט נישט אויס אזוי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:13 am
דורך שמעקעדיג
לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:33 am
דורך אביגדור
בספרו של רבי יהודה פתייעה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:46 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

די רעליגיע און עטיקס אשכול שלאפט שוין צו לאנג, איינער דארף עס אויפוועקן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:58 pm
דורך אליצפן
שמעקעדיג האט געשריבן:לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

ניין, וואס האלט אפ מענטשן איז דער פחד פון די רעגירונג נישט פון גהינם. די גמרא זאגט אילמלא מוראה של מלכות איש וכו', נישט אילמלא מוראה של גהינם. און דאס קען מען זיך אליינס איבערצייגן ווייל די פלעצער וואס האבן נישט קיין געהערייגע רעגירוונג מיט פאליציי וכדו' ( סאמאליע, תימן, ועוד) איז ממש א הפקר וועלט, מ'הרג'עט, מ'גנב'ט, און דער פחד פון גהינם העלפט א רעטעך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:02 pm
דורך יואב
דו דארפסט זיין גוט דעספערעט פארן ברעטל.

אגב, אז קופי גלייכט טריסאמס מיינט נאך נישט אז דאס איז די אלטימאטישע תאווה עס ברויך יעדעם ארומנעמען. דאס פארשטייסטו למשל, אז הגם ער גלייכט א ראולי פאולי- רויט- האריגן- קרעציג- מיידל מיט צוזאמגעקלעבטע אויגן ברעמען, איז דאס נישט ממש די מקור התאווה פאר אנדערע.

אגב, איך קען מענטשן וועלעכע זענען גראדע יא נכשל געווארן. זיי זאגן אז וואלמארט איז נישט פון די פלעצער ס'איז מעורר ניסיונות, אבער זיי האבן מיר גאראנטירט ס'איז דא געוויסע ערטער מ'קען זיך איינקויפן אויף וואס תשובה צו טאהן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:14 pm
דורך שמעקעדיג
אליצפן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לענ"ד איז דאס נאר א מעלה, און אפילו נישט קיין שאלה.
אפשר ביסטו מיר מסביר, וואס אויף דער וועלט זאל אפהאלטן א מענטש פון באגיין די גרעסטע אומרעכטן, טאמער האט ער נישט קיין יראת העונש? עס וואלט דאך געווען א פחד פון א הפקר וועלט, איש את רעהו חיים בלעו!

ניין, וואס האלט אפ מענטשן איז דער פחד פון די רעגירונג נישט פון גהינם. די גמרא זאגט אילמלא מוראה של מלכות איש וכו', נישט אילמלא מוראה של גהינם. און דאס קען מען זיך אליינס איבערצייגן ווייל די פלעצער וואס האבן נישט קיין געהערייגע רעגירוונג מיט פאליציי וכדו' ( סאמאליע, תימן, ועוד) איז ממש א הפקר וועלט, מ'הרג'עט, מ'גנב'ט, און דער פחד פון גהינם העלפט א רעטעך.

איי דאנט נאו אבאוט יא, אבער ביי מיר ווייס איך אז גאר אסאך זאכן וואס איך וואלט זייער געוואלט טון - טוה איך נישט נאר צוליב'ן פחד פון דעם גיהנם.
איי מען זינדיגט דאך ממש יעדן טאג מיט פארשידענע עבירות און אבק-עבירות? אמת טאקע אז מען לעבט נישט מיט דעם פחד קאנסטענטלי ווי די פארצייטישע צדיקים, און בין גברא לגברא כאפט מען ליידער א לשון הרע'לע און אמאל א בליק ווי מען דארף נישט, און דערויף טאקע האבן מיר די ימי התשובה; אבער לכתחילה גיין בזדון לבי טון גראבע עבירות, דארט ציטער איך.
(ביי די רעגירונג איז אויך נישט בעסער. יעדער וועט אמאל ספידן און אדורכפארן סטאפ סיינס, אבער גיין זיך איינברעכן אין א באנק, דארט שווימט ארויף דער פחד. ריכטיג?)

איי נישט יעדער ציטערט? טאקע נישט ריכטיג. דערפאר דארף מען מער לערנען ספרי מוסר. און אויב לערנסטו נישט, דאן "it's on your own risk".

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:18 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג, דו רעדסט פון בין אדם לחבירו עבירות? נישט אבק לשה"ר, בין גברא לגברא, און קוקן וואו מ'טאר נישט, וועלכע בין אדם לחבירו'ס וואלסטו געטוהן ווען נישט די גיהנום?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:28 pm
דורך sour pickle
Where can have a spell check for Hebrew (not for money

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
פארוואס האט דע גאז סטאנציע אויף 44 און פארט העמילטאן געטוישט פון געטטי צו עקסאן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:שמעקעדיג, דו רעדסט פון בין אדם לחבירו עבירות? נישט אבק לשה"ר, בין גברא לגברא, און קוקן וואו מ'טאר נישט, וועלכע בין אדם לחבירו'ס וואלסטו געטוהן ווען נישט די גיהנום?

איך כאפ נישט דיין כוונה?
צב"ש לשון הרע, רכילות, אונאה, שקר, גניבה, איך ווייס וואס נאך?
צו אלעם האב איך שוין געהאט א געלעגנהייט, נאר איך האב זיך אפגעהאלטן צוליב יראת העונש. זאל איך מגולגל ווערן פארן גנב'ענען יענעמ'ס הונדערטער?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:58 pm
דורך געפילטע פיש
סא אויב ע"פ הלכה וואלט מען געמעגט גנב'נען וואלסטו נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט דעם?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:01 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:סא אויב ע"פ הלכה וואלט מען געמעגט גנב'נען וואלסטו נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט דעם?

אויב יענער איז פארמעגליכער און ער וועט נישט וויסן דערפון וואלט איך נישט געהאט א פראבלעם דערמיט אויב ס'איז אויסגעהאלטן להלכה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:17 pm
דורך שמעקעדיג
עקזעקטלי!
איך רעד נישט פון מאכן אן ארגאניזירטע רויבעריי, אבער ווי מען קען א שווינדל טון אינטערן טיש, פארוואס'זשע נישט, איך קען דאך נאר פארדינען און כ'האב נישט וואס צו דערלייגן.
(קען אויך זיין אז כ'וואלט עס נישט געטון צוליב "מענטשליכקייט", כ'ווייס נישט)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:19 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:עקזעקטלי!
איך רעד נישט פון מאכן אן ארגאניזירטע רויבעריי, אבער ווי מען קען א שווינדל טון אינטערן טיש, פארוואס'זשע נישט, איך קען דאך נאר פארדינען און כ'האב נישט וואס צו דערלייגן.
(קען אויך זיין אז כ'וואלט עס נישט געטון צוליב "מענטשליכקייט", כ'ווייס נישט)

אויב וואלט עס געווען מותר וואלט דאך עס יעדער געטון. קומט נישט אריין מענטשליכקייט דא. יענעמ'ס געלט וואלט געווען אזוי ווי יעדנ'ס שעמפו אין מקוה, איך נעם פון דיר און דו פון מיר

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:20 pm
דורך סאשי פיש
יעצט ווייס איך שוין ווער עס נוצט מיין שעמפו!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:21 pm
דורך זר זהב
און איך ווייס ווער ס'נוצט מיינס!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:32 pm
דורך געפילטע פיש
יעצט ווייס איך שוין ווער ס'נעמט די לעפל פון די קאפי.

כ'זע מ'דארף טאקע אויפוועקן יענע עטיקס אשכול.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:33 pm
דורך זר זהב
עטיקס איז א טו וועי סטריט בלויז

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
ישמעאל הכהן האט געשריבן:פארוואס האט דע גאז סטאנציע אויף 44 און פארט העמילטאן געטוישט פון געטטי צו עקסאן


רוב גאז סטאנציעס זענען פרענשייסיס, דאס הייסט אז זיי דארפן באצאלען גרויס געלט פאר די ברענד צו קויפן די גאז. געטי געהערט פאר luke oil פון רוסלאנד. ס'זעהט אויס ווי די פרענשייס איז מיד געווארן פון האנדלן מיט luke oil און באשלאסן צו גיין מיט exxon. כ'האב באמערקט די זעלבע זאך אין ניו זשורסי לעצטענס מיט צוויי סטעישענס. זעהט אויס די רוסן זענען געווארן מער greedy.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:06 pm
דורך שלום על ישראל
sour pickle האט געשריבן:Where can have a spell check for Hebrew (not for money

נוץ גוגל סערטש אדער גוגל קראם.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:07 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ס'איז א האלבע שעה צום זמן און איבער הונדערט אידן זענען יעצט אויף קאווע שטיבל!!
אידן זענט איר משוגע צו וואס? גייטס מאכטס שבת ערבתם ? עשרתם? הכנתם את הנר ?