בלאט 56 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:59 pm
דורך קל וחומר
וועלכע שאפראן?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 2:19 pm
דורך פלארידע
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר ווייל איך מיין איך האב אסאך צוצוגעבן צו אסאך פון די שמועסן וואס איך לייען לעצטענס.

מיינע אינטערעסן נעמען אריין רעליגיע, טעכנעלאגיע, און וויסנשאפט.

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 2:24 pm
דורך קנאקעדיג
קל וחומר האט געשריבן:וועלכע שאפראן?

ס'דא נאר איין

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 8:48 pm
דורך איך אויך
mevakesh האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מירי הא איז אדוירך אלס א פאסיגער ניק פיהל בעסערע ניקס זענען שוין געפסלט געווארען אלס נישט פאסיג

איפה עושים שינוי מין תוך יום אחד?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:28 am
דורך חסיד פון ליטא
אודך, נאך א ניק אין ק"ש אריין.
גראדע האף איך יא צו זיין אביסל אקטיוו, איך וויל בעטן דעם עולם אז מען זאל מיך מקרב זיין.
נאכן באזיכן דא היבש אפט איז מען געקומען צום החלטה אז יא, עס איז ווערד צו זיין א מעמבער דא. (נישט גע'דאגה'ט, דער נוסח איז א גע'גנב'עטער).
איך גלייך מוזיק, ארט, פאטאגראפיע, גרעפיק דיזיין, אידישע קינדער, וויסנשאפט, סתם שמועסערייען און וואס נישט.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:30 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט גלייכסטו אויך?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:34 am
דורך ווייל אזוי
איך זעה אז די עולם איז מגיב דא פאר נייע ניק'ס וויל איך נאר זאגן אז פון ווען איך האב מיך איינגעשריבן ביז איך בין אנגעקומען צו די אשכול האט גענומען א שיינע פאר וואכן, ממילא האט נישט קיין פשט צו באגריסן נייע מעמבערס דא.
@שמעקעדיג איך בין דיר נאך שולדיג א ענטפער ,
איז אזוי מ'דארף אויספילן 3 פלעצער ווי איך וועל זיין אקטיוו און נאכדעם דארף איך זאגן ווידי ברבים, קאם אן ס'נישט די שענסטע/גרינגסטע ברוך הבא , איך דארף מיך ברעכן קאפ וועלעכע אשכולות איך גיי שרייבן און נאכדעם ווער איך בין און וואס מיינע מאטיווען זענען ?
באט וואטעווער מ'איז שוין דא און מ'טרייט צוצוגעבן וויפול מ'קען

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:06 am
דורך חסיד פון ליטא
טאמער איז ער א אידיש קינד גלייך איך אים.

אוי פיהלט עס גוט צו קענען געבן א לייק... 'שמעקעדיג' האט זוכה געווען צום ערשטן לייק מיינעם!

נ.ב. אויב איינער קען מיר אויסלערנען ווי אזוי מען טעגט, לינקד, אישי'ט, וכו' אדער לינקן צו אן אשכול וואס וועט מיר ארויסהעלפן דערמיט, וועל איך אים לייקן זייער שטארק.

תודה מראש!

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:13 am
דורך שמעקעדיג
חסיד פון ליטא האט געשריבן:וועל איך אים לייקן זייער שטארק

איך קען דיר לינקען צו אלעם, אבער אויב זוכסטו אן אפציע צו לייקן "זייער שטארק", ליהוי ידוע אז דערווייל האבן מיר נאך נישט דעם פיטשער.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:15 pm
דורך ישראל דיין
א גוטען מיטאג.
איך טי זייער ליב האבען צו לייענען קאווע שטיבל ,
מען טוט אויס שמיסען פארשידענע עניינים וואס געוונדלעך האט מען מורא צו רעדען אין בית מדרש אדער אפילו און שטוב, אבער דא אויף קאווע שטיבל האט מען קיין מורא און אלע האבען רעכטן צו זאגן זיין מיינוג וואס ער טוט האלטן אז דאס איז די אמת.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:23 pm
דורך איך אויך
דיין ע''ש משפחת דיין לדוג' 'משה דיין' אדער ביסט א דיין אין א קהילה?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:25 pm
דורך לייבל שטילער
כבין א נחבא אל הכלים און איך שעם זיך צו רעדן פון מיר אפילו מיט א ניק, אבער אביסלע, נו, זאל זיין כהאב ליב צו ליינען, צו הערן מוזיק, כבין עקסטרעם געפיליש און דאס מאכט מיך אסאך פראבלעמען, וואס נאך?

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:37 pm
דורך בן אדם
.

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 1:37 am
דורך שטילע אינגערמאן
לייבל שטילער האט געשריבן:כבין א נחבא אל הכלים און איך שעם זיך צו רעדן פון מיר אפילו מיט א ניק, אבער אביסלע, נו, זאל זיין כהאב ליב צו ליינען, צו הערן מוזיק, כבין עקסטרעם געפיליש און דאס מאכט מיך אסאך פראבלעמען, וואס נאך?

א מין חוצפה, כולנו למערכה, סארא עזות?? סאיז שוין דא א שטילע, וואס מיינסטו? קענסט מיר סתם אזוי איבער פאהרן ?
דאס התנהגות דא איז נישט נארמאל, מאנערקענט נישט אין מיר?
נו נו, טוישט אויס א נייע שטילע וואס וועט לכאורה נעלם ווערן נאכן ערשטע תגובה אזוי ווי די לעצטע 2000 נייע ניקס.
#כבין_פיססט_ביזן_הימל

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 1:40 am
דורך שלום שטיסל
קום אראפ, פארפיר נישט, דער איז א זכר, זיין נאמען איז ׳שטילער׳, אין יעדע אידיש שטוב איז דא א זכר און א נקיבה, אונז האמיר אויך א שטילער מיט א שטילע.
נ.ב. אפשר איז עס גאר דיין באליבטער מאן

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 1:46 am
דורך שטילע אינגערמאן
טייל מיר נישט איין ווען כבין כעסיג

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 7:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Imitation is the best form of flattery
ווען איינער נוצט מיין ניק פאר א פאראדי בין איך צופרידען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 11:39 pm
דורך ענדע כף
איך בין א יונגערמאן וואס זוכט אמאל זיך אויסלופטערן, און זוכט א היימישע כשר'ע אטמאספער צו קענען שמועסן און פארברענגען.
איך קוק ארויס צו קענען הנאה האבן פון דעם פלאץ, און אויב מעגליך פראבירן מהנה זיין אנדערע אידן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:50 am
דורך חסיד פון ליטא
שמעקעדיג האט געשריבן:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:וועל איך אים לייקן זייער שטארק

איך קען דיר לינקען צו אלעם, אבער אויב זוכסטו אן אפציע צו לייקן "זייער שטארק", ליהוי ידוע אז דערווייל האבן מיר נאך נישט דעם פיטשער.


פיין, אבער וואס טוט זיך מיט די אנדערע פיטשערס?

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2016 11:25 pm
דורך IMO
as a chasidisshe yingerman I find kave shtiebel the perfect alternative to the daily lies and propoganda we live in. I would realy like to contribute to kaveh shteible, however, typing in yiddish is a pain in the *** for me

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 4:40 pm
דורך אראפגעפאלן
א חשובה חסידישע סאטמארער יונגערמאן וואס זיצט אין האקט שטיקער
אופן געמארא ביי טאג אין ביינאכט
אין פראבירט סזאל זיין ביי אים די כי הם חיינו מיטן פילן טעם אין געשמאק.
האט זייער ליעב א שיין חסידישער געשמאק ווארט, ס'מאכט אים ממש דעם טאג!

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 4:54 pm
דורך טאביק שמעקער
א גוון אייך טייערע חשובע ברודער; איך האב זייער הנאה געהאט די זאכן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט און די וועג וויאזוי זיי ווערן אוסגישמועסט האב איך מחליט געווען ארויפצוקומען און זאגן וואס איך האב צו זאגן, יישר כח.

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 6:15 pm
דורך קוגעל טיילער
עס איז געווען פאר מיר א גרויס הנאה פון די געשפרעכן אינעם קאווע שטיבל, אבער שטיין אין א זייט און גארנישט רעאגירן? דאס איז געוויס נישט קיין אידישע מדה... אונזערע חכמים זאגן אז מער ווי א קעלבעל וויל זייגן וויל די קוה געבן צו זייגן. לאמיר זיך טאקע איינשרייבן צו מיטיילן מיינע זכרונות און געפילן.