בלאט 57 פון 213
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
אונז זעמער די יעקעס וואס דעקן שוין דעם טיש דאנערשטאג נאכט נאך סאפער.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:20 pm
דורך קאווע טרינקער
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ס'איז א האלבע שעה צום זמן און איבער הונדערט אידן זענען יעצט אויף קאווע שטיבל!!
אידן זענט איר משוגע צו וואס? גייטס מאכטס שבת ערבתם ? עשרתם? הכנתם את הנר ?
העי קאלם דאון.... האסט שוין עפעס פאר מלוה מלכה?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:36 pm
דורך איך אויך
חובעלע ,גיי ווייטער מיט דיין הקהה את האטיס מיסיע. האסט מיר צושמייכעלט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:45 am
דורך אליצפן
פארמעקט, שוין נישט נוגע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 2:39 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'וואלט נישט געצאהלט ווייל איך באקום עס בחינם יעדע פאר יאר. יא.. איך האב שיר פארגעסען... די דייפירס קאסט מיך יא.
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 11:58 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא ערגעץ אויסגעשמוסט די גדר ווער סהייסט א פריוואטער מענטש אז מטאר נישט דיסקאסען דא אין שטיבל?
כהאב געשריבען עפעס איבער איינע פון די מערסטע פאפאלער אידשע פרומע סעלעברעטיעס און מהאט מיר געמעקט און געווארנט.
כפארשטיי די הארבקייט פון רעדן איבער פריוואטכ מענטשען אבער אז מענטש גייט פאבליק איז לכוארה א צווייטע מעשה, ניין?
לאמיר זאגן נחום ראזנבערג טאנץ פון דאך אדער גט זיך מעג מען נישט דא דערמאנען? וואס האלט דער עולם?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי אזוי טוישט מען די נאמען פון א אשכול?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:02 pm
דורך סאשי פיש
רעדיגער, און טויש די נאמען
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:07 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'ארבייט נישט ביי מיר
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:10 am
דורך געפילטע פיש
טאמער ביסטו די פותח האשכול, טויש די קעפל אין די "טעמע" באקסל העכער'ן הודעה.
אבער נאך א געוויסע צייט אפשניט אדער מספר הודעות נאכדעם קען מען שוין נישט רעדאגירן. אויב איז דאס די קעיס ווענד זיך צו איינער פון די מנהלים\גבאים\אחראים.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:41 am
דורך לעיקוואד
וואס איז די RATIO צווישען ערנסטע תגובות און וויצען/צינישע ענטפערס/ליצנות, אין קאווע שטיבל?
און איז עס אנדערש ווי די ratio ביי שמועסען סתם אזוי מחוץ לקאווע שטיבל?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:02 am
דורך געפילטע פיש
דו מיינסט אז ס'איז ערגער דא, אדער בעסער?
איך מיין אז די רעינדזש פון ערענסקייט איז פשוט ברייטער דא ווי אין ריל לייף, ווייל די עולם איז מער אפן צו רעדן זאכן וואס מ'רעדט נישט אין שול. ממילא איז דא מער ליצנות פון איין זייט, אבער אויך מער ערענסטע טיפזיניגע דיסקוסיעס וואס דו וועסט אויך נישט טרעפן אין שול.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:13 pm
דורך סאשי פיש
איך בין אהיימגעקומען פון קאנטרי האב איך געזען א גרינע טעקסי וואס מיינט עס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:09 pm
דורך בעל הבית
ווייסט איינער ווער אלי וואלגעלענטער פין איי בי אי נויז ? האט זיך געלאזט וואקסען א בארד. ווייסט איינער פשט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:18 pm
דורך בעל הבית
סאשי פיש האט געשריבן:איך בין אהיימגעקומען פון קאנטרי האב איך געזען א גרינע טעקסי וואס מיינט עס?
איראן רוקט זיך צוביסליך אריין
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:21 pm
דורך סאו וואט
פאר א שטיק צייט צירוק פרשת ראה איז און גליון בצלא דמהימנותא פון קלויזענבורק'ער רבי רבי הירש מיילעך פון נתניה
געוועהן געדרוקט גאר א לאנגע שמועס פון אים מיט זיינע שוואגערס ועוד, איבער צען בלעטער שמועס, וואס איז געוועהן
ביום שבת קודש.
יעצט וויל איך וויסען ווי אזוי ס'גייט צו. ווערט עס געדרוקט מזכרון מפי השומעים?
וואס איז בכלל נישט מסתבר, ווייל ס'זייער אלאנגע שמועס, מיט אסאך איינצעלהייטען, מראי מקומות, וכדומה,
און ווי אויך איז עס געוועהן אויף אפרוה, ווי ס'נישטא צופיל שומעים?
אדער רעקאדירט מען עס בלי בושה ביום השבת קודש?
האטס נישט קיין טעות. דעס אז איך בין זיי חושד פאר מחללי שבתות איז אפגערעד. מיין שאלה איז נאר, ווי האבען זיי נישט קיין בושה פאר דער גאס?
צו מיינען זיי אז דער גאס גייט עס אפקויפען, אז אלעס איז זכרון מפי השומעים? אתמהה? ואנכי תמ"ה תמ"ה אקרא?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:56 pm
דורך לבונה זכה
סאו וואט האט געשריבן:פאר א שטיק צייט צירוק פרשת ראה איז און גליון בצלא דמהימנותא פון קלויזענבורק'ער רבי רבי הירש מיילעך פון נתניה
געוועהן געדרוקט גאר א לאנגע שמועס פון אים מיט זיינע שוואגערס ועוד, איבער צען בלעטער שמועס, וואס איז געוועהן
ביום שבת קודש.
יעצט וויל איך וויסען ווי אזוי ס'גייט צו. ווערט עס געדרוקט מזכרון מפי השומעים?
וואס איז בכלל נישט מסתבר, ווייל ס'זייער אלאנגע שמועס, מיט אסאך איינצעלהייטען, מראי מקומות, וכדומה,
און ווי אויך איז עס געוועהן אויף אפרוה, ווי ס'נישטא צופיל שומעים?
אדער רעקאדירט מען עס בלי בושה ביום השבת קודש?
האטס נישט קיין טעות. דעס אז איך בין זיי חושד פאר מחללי שבתות איז אפגערעד. מיין שאלה איז נאר, ווי האבען זיי נישט קיין בושה פאר דער גאס?
צו מיינען זיי אז דער גאס גייט עס אפקויפען, אז אלעס איז זכרון מפי השומעים? אתמהה? ואנכי תמ"ה תמ"ה אקרא?
דאס זעלבע קענסטו פרעגן ווי אזוי מ'קען געדענקן די צוואנציג קשיות און פופצן בחינות פון א רבי'ס פרייטג-צו-נאכטיגע תורה.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:13 am
דורך ונבנתה העיר
סאשי פיש האט געשריבן:איך בין אהיימגעקומען פון קאנטרי האב איך געזען א גרינע טעקסי וואס מיינט עס?
טעקסי'ס פאר די בארא'ס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:25 am
דורך סאשי פיש
זיי מער מסביר
ישר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:49 am
דורך ונבנתה העיר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:24 am
דורך atmybest
איך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:37 pm
דורך שלום על ישראל
atmybest האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. די עולם אישי'ט מיך אין גרויסן אז זיי ווילן מיך דא אין די שטיבל, אבער קיינער פרעגט זיך נישט נאך אויף מיר?
איך האב דיך נישט גע'אישי'ט, סא פרעג די נעקסט גיי. און הייב נישט אן מיטן נאר ארויס פון בוד.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 5:57 pm
דורך קאווע טרינקער
אין אן אנדערע אשכול ליין איך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPYYrg&list=PL5FE12511BB75EE97&index=1
די נאבעלע חסד פון סאטמאר.
כ'האב געקוקט אביסל, זעהט אויס שרעקעדיג.
וואס איז די אנדערע צד מעשה?